- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַר זײַן טויט, האָט משה רבינו געזאָגט אַ נבֿיאישע שירה, וועלכע מיר לייענען די הײַנטיקע וואָך. "האזינו השמים" — "הערט זיך צו מיר, הימל, און איך וועל דערציילן; הער אויס, ערד, מײַנע ווערטער". אין דער "שירת־האזינו" ווערט דערקלערט ווײַטער —אויף אַן אַנדערן, פּאָעטישן אופֿן — די זעלבע טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, דעם עונש פֿון די עבֿירות און דעם שׂכר פֿון די מיצוות, וואָס ווערט אויך באַהאַנדלט אין עטלעכע פֿריִערדיקע פּרשיות פֿונעם חומש "דבֿרים". אין ס׳רובֿ קאַלענדאַר־סיסטעמען אַרום דער וועלט ווערט בלויז איין חודש באַטראַכט ווי דער ערשטער אינעם יאָר. די ערשטע משנה אין דער מסכתּא "ראָש־השנה" דערקלערט אָבער, אַז יעדעס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, אין אַ געוויסן זין, פֿיר מאָל: אין ניסן, אין אלול, אין תּשרי און אין שבֿט. מיר פּראַווען אַ באַזונדערע "ראָש־השנה" פֿאַר מלכים, פֿאַר מעשׂר־בהמה, פֿאַר תּבֿואה און פֿאַר ביימער. די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות, וואָס טראָגן היפּוכדיקע נעמען: "נצבֿים" — "איר שטייט", און "וילך" — "און ער איז געגאַנגען". פֿונדעסטוועגן, אַזוי ווי זיי ווערן ביידע געלייענט דעם זעלבן שבת, פֿאַר ראָש־השנה, מוז צווישן זייערע נעמען זײַן עפּעס אַ שײַכות. "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן", האָט משה רבינו געזאָגט צו די ייִדן: זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים, פֿון די גרעסטע מנהיגים ביז האָלצהעקער און וואַסערשעפּער. דאָס אָרט, וווּ דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרזאַמלט, האָט געהייסן "ערבֿות-מואבֿ" — אַ רמז אויפֿן ענין פֿון "ערבֿות", קעגנזײַטיקע אַחריות, וואָס יעדער ייִד טראָגט פֿאַרן צווייטן. ווי מיר האָבן שוין נישט איין מאָל באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען די נעמען פֿון די סדרות פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט און מיט די לימודים, וואָס מיר לערנען פֿון זיי אָפּ, און אויך מיט דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט אין דער שיל. די חז״ל און קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז "אין מוקדם ומאוחר בתּורה" — די תּורה פֿאָלגט נישט דעם כראָנאָלאָגישן סדר. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ענין: אויב אַ ייִד גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָט ער אַ רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", און חתונה צו האָבן מיט איר, אויב זי איז מסכּים זין מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִדענע. די גמרא פּסקנט, אַז מע מעג עס טאָן אַפֿילו אין אַ פֿאַל, ווען די פֿרוי איז אַ חתונה־געהאַטע. "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — די תּורה הייסט אײַנצושטעלן דיינים אין "אַלע אײַערע טויערן". בזמן־הבית, אין די צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגט מען באַשטימען ספּעציעלע "שוטרים", אויפֿזעער, וואָס האָבן געצוווּנגען דאָס פֿאָלק צו פֿאָלגן די באַשלוסן פֿון די שופֿטים. הײַנט, בזמן-הגלות, פּסקענען די הײַנטצײַטיקע רבנים בלויז די שאלות, און האָבן נישט קיין רעכט אָנצוּווענדן דעם צוואַנג־כּוח. אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות ווערט געבראַכט די וויכטיקסטע ייִדישע תּפֿילה, "שמע ישׂראל"; די צען געבאָט, וועגן וועלכע די ייִדן האָבן דערהערט בײַם באַרג סיני, די מיצווה צו לערנען די תּורה מיט די קינדער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיטן ענין פֿון חוש־השמיעה — די פֿעיִקייט צו הערן. "שמע ישׂראל" — דער אייבערשטער הייסט די ייִדן זיך אײַנצוהערן, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז דער איינציקער ג־ט, דער איינציקער, אמתער עצם און קוואַל פֿון אַלץ. אין דער הײַנטיקער פּרשה רופֿט משה רבינו ווײַטער די ייִדן צו היטן די מיצוות, און טאַדלט זיי פֿאַר דעם גאָלדענעם קאַלב, דעם מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע חטאָים. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן" צו די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות, און וועט זיך באַציִען צו אײַך מיט חסד און ליבשאַפֿט. "ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". הגם משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט "אַריבערצוגיין און זען דאָס לאַנד". לויטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דערמעגלעכט משה רבינו צו דערזען דאָס הייליקע לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן פֿיזיש געווען. פֿון דער הײַנטיקער וואָך ביזן סוף יאָר לייענען מיר דעם לעצטן טייל פֿונעם חומש, "דבֿרים", וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן "משנה תּורה" — "איבערחזרונג פֿון דער תּורה". ווען משה רבינוס לעבן איז צוגעקומען צו דעם סוף, אין די לעצטע וואָכן פֿאַר זײַן פּטירה, האָט דער אייבערשטער אים געהייסן איבערצוחזרן די תּורה מיט די ייִדן און צו טאַדלען זיי פֿאַר זייערע עבֿירות, און וואָרענען, זיי זאָלן נישט זינדיקן נאָכן טויט פֿון זייער מנהיג. די ערשטע פּרשה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "מטות", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון נדרים. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט, אַז ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך". די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ דײַטלעכער אויסדרוק ווײַזט אָן, אַז משה רבינו האָט מקבל געווען די נבֿואה אויף אַ מער קלאָרן אופֿן, ווי די שפּעטערדיקע נבֿיאים. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך אָפֿטער אין תּנ״ך, וווּ די נבֿיאים זאָגן: "כה אָמר השם" ("אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער"), האָט משה רבינו משׂיג געווען די מיצוות מער דירעקט. פֿאַר אים זענען זיי אַנטפּלעקט געוואָרן ווי קלאָרע זאַכן. ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער בייזער מכשף בלעם, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט צו שעלטן די ייִדן, זיך דערטראַכט צו אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן די מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן אָנהייבן זינדיקן מיט זיי, און זאָלן מיט דעם ברענגען זיך אַליין אַ היזק. אַ טייל פֿון די פֿרעמדע פֿרויען האָבן טאַקע פֿאַרפֿירט די ייִדן, און האָבן זיי אײַנגערעדט צו דינען זייער עבֿודה-זרה; עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות. |