- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז יוסף אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. "ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געמיינט, נאָך זײַן קריגערײַ מיט עשׂו, דער מעשׂה מיט שכם און דינה און דער נקמה פֿון שמעון און לוי, דער טויט פֿון זײַן באַליבטער ווײַב רחל און זײַן טאַטן יצחק, קאָן ער זיך, סוף־כּל־סוף, אָפּרוען. פֿון אַלע זײַנע קינדער, האָט יעקבֿ באַזונדערס ליב געהאַט יוספֿן. ער האָט פֿאַר אים געמאַכט אַ "כּתונת פּסים" — אַ ספּעציעלן בונטן מלבוש, וואָס ווײַזט אָן אויף יוספֿס פֿאַרשיידענע מעלות און פֿעיִקייטן. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט דעם חילוק צווישן אַ מענטש און אַ מלאך. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, זענען די מלאכים בעצם "שטייענדיקע באַשעפֿענישן", וואָס בלײַבן אויף איין אָרט אָדער באַוועגן זיך בלויז אויף אַ באַשטימטן "מאַרשרוט". דער מענטש מוז אָבער שטענדיק ערגעץ גיין. אַדרבה, ווען מע שטרעבט זיך נישט אויפֿצוהייבן העכער, פֿאַלט מען ממילא אַראָפּ. צוליב דעם קאָנפֿליקט מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן היים אין באר־שבֿע, און זיך געלאָזט קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, איז עשׂו געוואָרן אין כּעס צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט בײַ אים צוגענומען דעם טאַטנס ספּעציעלע ברכה. אויפֿן וועג קיין חרן, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אין אַ געוויסן מיסטישן פּלאַץ. דאָרט האָט ער געזען אין אַ חלום, ווי מלאָכים גייען אַרויף און אַראָפּ אויף אַ "לייטער צום הימל". "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן ביידע קינדער פֿון יצחק, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס אינגעווייד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו קדושה. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אין דער אמתן, אָבער, ווערט איר לעבן באַשריבן דווקא אין די פֿריִערדיקע פּרשיות. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה איבער, ווי אַלט עס איז געווען שׂרה אמנו, ווען זי איז געשטאָרבן. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט אַ שטח לאַנד אַרום דער מערכת־המכפּלה אין חבֿרון, וווּ ער האָט באַערדיקט זײַן ווײַב. "וירא אליו ה׳" — אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן. די הײַנטיקע פּרשה איז רײַך מיט געשעענישן. דרײַ מלאָכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז אין אַ יאָר אַרום וועלן זיי האָבן אַ זון. ווען שׂרה, דעמאָלט שוין אַ 90־יעריקע פֿרוי, האָט דערהערט די בשׂורה, האָט זי זיך צעלאַכט אין איר האַרצן. דער אייבערשטער האָט איר אָבער געזאָגט, זי זאָל נישט האָבן קיין ספֿקות; די בשׂורה וועט זיכער מקוים ווערן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט אַבֿרהמען: גיי פֿון דײַן אַלטער היים אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. אַבֿרהם אָבֿינו איז געווען דער ערשטער ייִד אויף דער וועלט, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק. ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאַרנעמען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דעם באַשעפֿער אַ צענטראַל אָרט אין דער תּורה. ווען די מענטשן האָבן זיך שטאַרק פֿאַרזינדיקט, האָט דער באַשעפֿער געשיקט דעם מבול, וואָס האָט אומגעבראַכט אַלע מענטשן און חיות אויף דער ערד. בלויז נח מיט זײַן משפּחה האָט זיך געראַטעוועט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, צוזאַמען מיט די פּאָרן בעלי־חיים, וועלכע ער האָט געזאַמלט אין דער תּיבֿה. בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד —"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". די תּורה הייבט זיך אָן מיט אַן אומגעוויינטלעך וואָרט, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים. דער מדרש דערקלערט די פֿראַזע "בראשית ברא אלקים" אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב אַ געוויסן "ראשית" — די וויכטיקסטע ענינים, וועלכע שטעקן אינעם סאַמע יסוד פֿון בריאת־העולם. די דאָזיקע "סאַמע יסודותדיקע זאַכן" זענען די תּורה און דער עם־ישׂראל. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די ייִדישע יום־טובֿים פֿאַרבונדן, אין אַ מעטאַפֿאָרישן זין, מיט די אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף. ראָש־השנה איז דער גײַסטיקער "קאָפּ" פֿונעם יאָר, ווי אויך "די צײַט פֿונעם קאָפּ" — דער טאָג, ווען אַ מענטש דערפֿילט זײַן וויכטיקייט, ווי אַן אַחריותדיקע, שׂכלדיקע באַשעפֿעניש, וואָס מוז אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר אַלע מעשׂים. דער יום־טובֿ ראָש־השנה הייסט דער "קאָפּ" פֿונעם יאָר. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, קאָן יעדער טאָג באַטראַכט ווערן ווי דער אָנהייב פֿון אַ נײַ יאָר, ווײַל די וועלט ווערט אין יעדער רגע באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. דערפֿאַר, זענען אינעם ייִדישן לוח פֿאַראַן עטלעכע טעג, וואָס די משנה רופֿט זיי אָן "ראָש־השנה", אין פֿאַרשיידענע זינען פֿונעם וואָרט. |