- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די לעצטע צוויי פּרשיות געווען דורכגענומען מיט אומעט און אומזיכערקייט, און זייערע נעמען גופֿא — "ויצא" און "וישלח" — זענען פֿאַרבונדן מיט יעקבֿס לאַנגער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער לבֿן און מיט זײַן סכּנותדיקער באַגעגעניש מיט עשׂו און עשׂוס מלאך. אַחוץ דעם, ווערט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט די סתּירותדיקע מעשׂה וועגן שמעונס און לויס נקמה פֿאַר זייער שוועסטער, דינה, ווי אויך וועגן דעם טויט פֿון יעקבֿס באַליבט ווײַב, רחל. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן משפּחה פֿון זײַן פֿעטער לבֿן, נאָך 20 יאָר שווערער אַרבעט ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט זיי נאָכגעיאָגט, אָבער דער אייבערשטער האָט אים געוואָרנט, אין אַ חלום, צו לאָזן יעקבֿן צו רו. הגם ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ לאַנגע צײַט, האָט יעקבֿ זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אין כּעס אויף אים. "ויצא יעקב" — און ער איז אַרויסגעגאַנגען (אַוועקגעגאַנגען) — כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים אין באר־שבֿע, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. יעקבֿ האָט זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן בלינדער טאַטע, יצחק, זאָל מיינען, ווען ער טאַפּט אים אָן, אַז ער איז עשׂו, און האָט אַזוי אַרום באַקומען די ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער יצחק האָט זיך געקליבן צו בענטשן זײַן עלטערן זון (עשׂו). "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די נאָכקומער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן יצחקס ביידע זין, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך, צוליב זייערע קעגנזעצלעכע פּערזענלעכקייטן. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ — צו קדושה. יעקבֿ האָט געהאַט אַ כאַראַקטער פֿון אַ שטילן היימישן תּלמיד־חכם, און עשׂו איז געווען בטבֿע אַ ווילדער מענטש. אינעם חומש זענען פֿאַראַן זעקס פּרשיות, וואָס טראָגן נעמען פֿון קאָנקרעטע מענטשן: "נח", "חיי־שׂרה", "יתרו", "קורח", "בלק", "פּינחס". דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע אַרומנעמיקע רשימה פֿון אַרכעטיפּישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע רעפּרעזענטירן אַלע קאָנצעפּטועלע זײַטן פֿונעם תּורה־אוניווערס: נח איז אַ ניט־ייִדישער צדיק; יתרו איז אַ גר; בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקע פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז זיי וועלן האָבן אַ זון, און געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן אַ ברית. "וירא אליו ה׳", אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, ווען אַבֿרהם אָבֿינו איז געזעסן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן. דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן אים צוגעזאָגט, אַז ער וועט האָבן זײַן זון אין אַ יאָר אַרום. די מלאכים האָבן אויך איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען איצט צו צעשטערן סדום און עמורה. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לך־לך" — גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער בייזער מלך נמרוד געהייסן פֿאַרברענען אַבֿרהמען אין אַ קאַלך־אויוון, פֿאַר זײַן גײַסטיקן ווידערשטאַנד קעגן זײַן אימפּעריאַלן קולט. אַבֿרהם — וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן אַ "הא", איז געראַטעוועט געוואָרן על-פּי-נס, אָבער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היימלאַנד, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין ארץ־כּנען — דאָס נײַע לאַנד, וואָס דער אייבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט אָנצוּווײַזן. דער אינהאַלט פֿון די תּורה־פּרשיות האָט תּמיד אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרענדיקט די האַרבסטיקע יום־טובֿים. יעדעס יאָר לעבן מיר איבער, אויפֿן פּערזענלעכן אינערלעכן ניוואָ, דעם סדר פֿון מעשׂה־בראשית. די ימים־נוראָים איז די צײַט, ווען מיר ווערן גײַסטיק באַנײַט, אַזוי ווי באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. במשך פֿונעם זיבן־טעגיקן חג־הסוכּות פֿאַרשפּרייטן מיר די דאָזיקע באַנײַונג אין אַלע זײַטן פֿון דעם עולם־הזה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי די ימים־נוראָים זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן חג־הסוכּות, אין שײַכות מיט די אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם. יום־כּיפּור איז דער הויכפּונקט פֿונעם יאָר, ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס פּינטעלע, וואָס פֿאַרבינדט די ייִדישע נשמה מיט איר ג־טלעכן שורש. אין די ימים־נוראָים, ווי אויך במשך פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה בכלל, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז יום־כּיפּור איז דער טאָג, ווען די ייִדן ווערן ריין פֿאַרן אייבערשטן: "לפֿני השם תטהרו". דער דאָזיקער פּסוק האָט אויך אַ טיפֿערן באַדײַט. דער אייבערשטער איז, בעצם, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן. אַפֿילו דער באַגריף "ג-ט" באַצייכנט נישט דעם אמתן אַבסאָלוט, נאָר בלויז אַ געוויסע מענטאַלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט געשאַפֿן אינעם מענטשלעכן שׂכל, ווען מיר טראַכטן וועגן ג־טלעכקייט. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, איז דער הייליקסטער טאָג אינעם ייִדישן לוח, ווען דער באַשעפֿער איז מוחל אונדזערע עבֿירות, אויב מיר טוען תּשובֿה ווי געהעריק. מע פֿאַסט, מע דאַוונט כּמעט אָן אַן הפֿסק אַ גאַנצן טאָג, מע איז זיך מתוודה פֿאַרן אייבערשטן און מע טראַכט, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער גײַסטיק לעבן און אונדזערע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן אינעם נײַעם יאָר. אין דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר די נבֿיאישע שירה, וועלכע משה רבינו האָט געזאָגט אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. אין זײַן לאַנגער פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון 70 שורות, וואָרנט משה די ייִדן וועגן די שטראָפֿן, וואָס וועלן קומען, אויב זיי וועלן טאָן עבֿירות, און זאָגט זיי צו, אַז דורך זייער תּשובֿה קאָנען זיי ברענגען די גאולה. עס ווערט פֿאָרגעזעצט די זעלבע טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, וואָס פֿאַרנעמט אַ גרויסן טייל פֿונעם חומש "דבֿרים", אָבער אויף אַ פּאָעטישן אופֿן. |