פֿונעם אייביקן קוואַל

קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינוס ברודער, אַהרן, איז געוואָרן דער כּהן־גדול. זײַענדיק פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי אַהרן, האָט קרח געהאַלטן, אַז ער האָט אויך דאָס רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו.

פֿונעם אייביקן קוואַל
משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים (אויסשפּירער) אין ארץ־כּנען, איין פֿאָרשטייער פֿון יעדן שבֿט. נאָך זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּ דער אייבערשטער האָט זיי צוגעזאָגט צו ברענגען, צוליב די מעכטיקע דאָרטיקע אײַנוווינער, וואָס האָבן פֿײַנט ייִדן און וועלן זיי נישט אַרײַנלאָזן אינעם לאַנד.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות איז געווידמעט די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, ווי אויך די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט, כּדי צו הייליקן דעם משכּן.

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווען די מענטשן לעבן באחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסער גרופּע מענטשן אָדער אַ געוויסן יחיד אָפּגעשפּיגלט אין אַלעמען. למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿרייט זיך יעדער פֿון זיי מיט די המצאות פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס גיבן מער חשיבֿות צו זייער אַלגעמיינער שאַפֿונג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ סך ייִדישע קהילות איז אָנגענומען אַ שיינער מינהג: צו באַצירן די שטיבער און שילן מיט בלומען, גראָזן און ביימעלעך, לכּבֿוד דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שבֿועות. איינע פֿון די סיבות איז דאָס, וואָס שבֿועות, ווי עס דערקלערן די חז״ל, באַשליסט דער באַשעפֿער די קומענדיקע גערעטעניש פֿון די פּירות.

דער מדרש זאָגט אויך, אַז די ערד אַרום דעם באַרג סיני האָט זיך פּרעכטיק צעבליט, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה. שבֿועות פּראַוועט מען אויך אַ מילכיקע סעודה, ווײַל די תּורה, ווי אַ גײַסטיקער מאכל פֿאַר דער נשמה, ווערט פֿאַרגליכן מיט מילך, וואָס גיט די קינדער דעם כּוח צו וואַקסן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". ווי עס ווײַזט אָן דער נאָמען פֿון דער פּרשה, דערציילט זי וועגן די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר־סיני.

אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער סדרה און פֿון עטלעכע קומענדיקע פּרשיות איז געווידמעט פּרטימדיקע חשבונות פֿון באַזונדערע ייִדישע שבֿטים און משפּחות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די ייִדן; צוליב דעם, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ערשטער טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון שמיטה. די תּורה הייסט אָפּשטעלן די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אַרבעט אין ארץ-ישׂראל יעדע זיבן יאָר. אויב אַפֿילו דאָס גערעטעניש וואַקסט פֿון זיך אַליין, טאָר מען עס ניט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, ווי אין געוויינטלעכע יאָרן; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן בלײַבן אָפֿן פֿאַר אַלעמען — פֿאַר מענטשן און אַפֿילו פֿאַר חיות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל זאָגן די קינדער פֿון אַהרן, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אַזוי הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערן אויך דערקלערט אַ צאָל אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים, ווי אויך די ייִדישע יום־טובֿים און די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר — אָפּצוציילן פֿופֿציק טעג צווישן פּסח און שבֿועות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט נישט לאַנג צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, געבראַכט אַ קטורת אינעם משכּן נישט מיט אַ ריכטיקער כּוונה, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט ווידער אַ רייד וועגן נדבֿס און אַבֿיהואס אומקום.

"וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת יום־כּיפּור — בלויז איין טאָג אַ יאָר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין ביידע טיילן פֿון דער הײַנטיקע טאָפּלטער סדרה, "תזריע" און "מצורע", ווערן דערקלערט די הלכות פֿון טומאה און טהרה — די ענינים פֿון ריטואַלן "ריינעם" און "אומריינעם" סטאַטוס, וואָס איז געווען אַקטועל, ווען דער בית־המקדש איז געשטאַנען. אַ ייִד, וואָס האָט זיך ניט אויסגערייניקט פֿון זײַן טומאה, האָט ניט געטאָרט אַרײַנקומען אינעם הייליקן אָרט אָדער אָנרירן קרבנות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חג־הפּסח

אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי פּסוקים וועגן דעם יום־טובֿ פּסח, וואָס זעען אויס ווי סתּירותדיקע. אין איין אָרט, בײַם סוף פֿון דער פּרשה "ראה", שטייט געשריבן: "ששת ימים תאכל מצות" — איר זאָלט עסן די מצות זעקס טעג, און דעם זיבעטן זאָל מען פּראַווען אַ באַזונדערן יום־טובֿ — עצרת — פֿאַרן אייבערשטן. די פּרשה "בא", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים, זאָגט אָבער אָן, אַז מע דאַרף עסן מצות זיבן טעג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געהייסן די כּהנים, אַהרנען און זײַנע קינדער, צו ברענגען כּסדר אַן "עולה" — אַ ספּעציעלער קרבן, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט. יעדן טאָג פֿלעגט מען מקריבֿ זײַן אינעם בית־המיקדש צוויי שטענדיקע אַלגעמיינע עולה־קרבנות — "תּמידים". די געוויינטלעכע ייִדן פֿלעגן אויך ברענגען צו די פּערזענלעכע "עולות" ווי אַ נדבֿה, נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת זייערע יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן לייענען דעם מיטעלן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וואָס אַ גרויסער טייל פֿון אים איז געווידמעט די קרבנות און עבֿודת־הכּהנים.

ווען מע הייבט אָן לערנען תּורה מיט קליינע קינדער, באַקענט מען זיי, צו ערשט, מיטן ערשטן פּסוק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. דער מדרש זאָגט, אַז די קרבנות זענען פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדערער טהרה, גײַסטיקער ריינקייט; דערפֿאַר, ווען מע לערנט די תּורה מיט קליינע קינדער, וואָס זייערע נשמות זענען ריין פֿון זינד, איז עס פּאַסיק אָנצוהייבן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה.