- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון טומאת־מת — די גײַסטיקע אומרייניקייט, וואָס קומט פֿון אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן — פֿלעגט דער כּהן-גדול, אָדער זײַן שותּף, צוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש פֿון אַ רויטער (ברוינער) קו, "פּרה אדומה". הײַנט, נאָכן חורבן פֿונעם בית־המיקדש, בלײַבט דער ענין פֿון טומאת־מת אַקטועל, דער עיקר, בלויז פֿאַר די כּהנים, וועלכע טאָרן נישט האָבן קיין קאָנטאַקט מיט די טויטע. אין די תּנ״כישע צײַטן, אָבער, האָבן די ייִדן געמוזט זיך מטהר זײַן דורך אַ גאָר קאָמפּליצירטן פּראָצעס, כּדי צו האָבן דאָס רשות אַרײַנצוקומען אינעם בית־המיקדש און אָנרירן די קרבנות. קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז געבליבן אומצופֿרידן מיט דעם, ווי אַזוי משה רבינו פֿירט אָן מיטן ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט ער געטענהט, אַז משה רבינו טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווי אַנדערע ייִדן. קורח האָט אויך געהאַלטן, אַז ער האָט רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווײַל ער איז פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן הכּהן. משה רבינו האָט געשיקט צוועלף אויסשפּירער (מרגלים) אין ארץ־כּנען, איין מרגל פֿון יעדן שבֿט. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד צוליב זייערע שׂונאים — די דאָרטיקע מעכטיקע אײַנוווינער. יהושע-בן-נון, משה רבינוס עיקר-תּלמיד, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, האָבן זיך אָבער געשטעלט קעגן די טענות פֿון די אַנדערע מרגלים און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען באַהערשן דאָס לאַנד. אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות זענען באַהאַנדלט געוואָרן די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, און די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המזבח. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. אינעם חשבון פֿון די צוועלף שבֿטים, וואָס האָבן געבראַכט די קרבנות אין דער פֿאָריקער פּרשה, זענען אַרײַן די צוויי טיילן פֿון שבֿט יוסף, אַפֿרים און מנשה, אָבער נישט די כּהנים און לוויים. נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, פֿלעגט הייסן אין די גמרא־צײַטן "עצרת" — "אָפּשטעלונג". אין דער תּורה ווערט דאָס דאָזיקע וואָרט אָבער אַסאָציִיִרט מיט אַן אַנדער יום־טובֿ, שמיני־עצרת. פֿאַרוואָס האָבן די חז״ל זיך באַנוצט דווקא מיט אַזאַ טערמין? די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש — "במדבר". דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן די ייִדן בעת זייער וואַנדערן אינעם מדבר. דער גאַנצער חומש "במדבר" איז פֿול מיט חשבונות פֿון באַזונדערע שבֿטים און משפּחות, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות"; אין ניט-ייִדישע איבערזעצונגען טראָגט ער אויך ענלעכע נעמען. די ערשטע פּרשה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה. יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד אין ארץ-ישׂראל. מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ווײַטער באַהאַנדלט די תּורה דעם ענין פֿונעם יובֿל — דאָס ספּעציעלע יאָר, וואָס קומט נאָך יעדע זיבן שמיטות־פּעריאָדן. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. "וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת, בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור. די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה, "תזריע־מצורע", איז געווידמעט, דער עיקר, די הלכות פֿון ריטואַלער ריינקייט, "טומאה־וטהרה". "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון, מוז זי אָפּוואַרטן לכל־הפּחות 7 טעג און זיך טובֿלען אין מיקווה; ערשט דעמאָלט, קאָן זי אָנרירן איר מאַן. אין די צײַטן, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן אין 33 טעג אַרום. "ויהי ביום השמיני", דעם אַכטן טאָג האָט משה גערופֿן אַהרן און זײַנע קינדער, און זיי געהייסן צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם משכּן. דער "אַכטער טאָג", ווען מע האָט צום סוף אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן חודש. די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ געוויסער צאָל — אַכט — הגם זי דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן ייִדישן חודש. |