פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויקהל" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן, כּדי זיי ווידער צו וואָרענען, אַז שבת טאָרן זיי נישט טאָן קיין מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן געקאָנט מיינען, אַז צוליב דער גרויסער קדושה און וויכטיקייט פֿון מלאכת־המשכּן מעגן זיי ממשיך זײַן די אַרבעט אויך אום שבת; דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל אָנגעזאָגט, אַז מע האָט געמעגט צוגרייטן דעם משכּן בלויז אין דער וואָכן. אין פֿאַרגלײַך מיט עבֿודת־המשכּן, וואָס די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט שבת, האָט מען נישט געטאָרט דורכפֿירן די צוגרייט־אַרבעט בעת דעם הייליקן יום־המנוחה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל האָבן אַ שײַכות צו עבֿודת־המשכּן; דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך דערמעגלעכט איבערצוציילן די ייִדן אויף אַן אומדירעקטן אויפֿן.

"כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — בוכשטעבלעך, האָט דער באַשעפֿער געהייסן "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". על־פּי־חסידות, איז אַזאַ אויסדרוק מרמז אויף דעם, אַז דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַטייליקט צוזאַמען אין אַ הייליקער עבֿודה, האָט זיי געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם משכּן, ווי אויך וועגן די ספּעציעלע בגדים, וואָס די כּהנים האָבן געטראָגן בעת זייער עבֿודה. "ואתּה תּצוה" — און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן אָנצוצידן אַ "נר תּמיד", אַ שטענדיקער לײַכטער; אַזוי האָט דער באַשעפֿער געזאָגט משה רבינו.

שטענדיקייט מיינט, געוויינטלעך, פֿעסטקייט און סטאַביליטעט. אין דער אמתן, אָבער, ווי עס שטייט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט די מנורה געברענט יעדע נאַכט, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. די כּנהים פֿלעגן זי צוגרייטן און אָנצינדן יעדן טאָג פֿון ס׳נײַ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ענין פֿון מישפּט און עבֿודת־התּפֿילה. אַ צאָל מיצוות, וואָס רעגולירן די באַציִונגען צווישן מענטשן, זענען רעלעוואַנט, אינעם בוכשטעבלעכן זין, בלויז אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לײַדט פֿון ערנסטע סאָציאַלע צרות. למשל, די תּורה דערקלערט די רעכט פֿון אַ מיידל, וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַפֿין, און זאָגט אָן, אַז אַ קינד טאָר נישט שלאָגן זײַנע עלטערן. אין אַ געזונטן סאָציאַלן מצבֿ, וואָלט אַ מענטש בכלל נישט געטראַכט, חלילה, צו פֿאַרקויפֿן זײַן טאָכטער אָדער געבן קלעפּ זײַן מאַמען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן באַהאַנדלט אַ ריי ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. די תּורה זאָגט אָן, אַז מע מוז זיך מענטשלעך באַציִען צו אַ שקלאַף, צו באַשטראָפֿן מערדער און גזלנים, נישט צו דערלאָזן צו קיין סאָציאַלע קאָנפֿליקטן און צו לייזן זיי דורך יושרדיקע דיינים. דערפֿאַר טראָגט די פּרשה דעם נאָמען "משפּטים".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יתרו, משה רבינוס שווער, האָט דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן, ווען ער האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים. יתרו האָט געשטאַמט פֿון מדין און איז נישט געווען קיין ייִד.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז יתרו האָט באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין. ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין מדין.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי בשלח פּרעה את העם". פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צו דעם ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי באַלד דעריאָגן, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע צרות, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן, זיי זאָלן ציילן די חדשים פֿונעם יאָר פֿון ניסן אָן — דער חודש, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, ווערט ניסן באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט מיט אַ גוטער בשׂורה, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם ביטערן מצרישן גלות.

דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין". אַזאַ נאָמען ווײַזט אָן, אַז ער איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, און קאָן נישט באַשריבן ווערן בלויז מיט אַזאַ ציקלישער דעפֿיניציע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿס משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן זיי געלעבט רויִק. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרפֿאָלגן די ייִדן.

מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ביטערער. דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָבן די מיצרישע חכמים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צוויי סדרות אינעם חומש טראָגן אַ נאָמען, וואָס האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי שׂרה" און די הײַנטיקע פּרשה, "ויחי".

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר; ווײַטער גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט זי באַערדיקט אין דער מערכת־המכפּלה. דערנאָך ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און האָט געגעבן פּרעה אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון הונגער. צוליב דעם, האָט פּרעה אים באַשטימט ווי אַ שני־למלך, און יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת — פּוטיפֿאַרס טאָכטער.

דער הונגער האָט אויך אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין,