פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער פֿאַנגט זיך אָן, ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט, מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מצרים. די ערשטע פּרשה אין דער גאַנצער תּורה איז געווידמעט דער טעמע פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג און דער פֿאַרטרײַבונג פֿון אָדם־הראשון פֿון גן־עדן; פֿון דער דאָזיקער מעשׂה לערנען מיר אָפּ, אַז דאָס לעבן פֿון אַן איזאָלירטן יחיד איז נישט קיין אמתע פֿרײַהייט, ווײַל אַ מענטש נייטיקט זיך אין אַ פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה פֿון די אַנדערע. אַן עלנטער מענטש און אַפֿילו אַן איזאָלירטע משפּחה לעבן אין אַ מין גלות — אַזוי ווי אָדם־הראשון, פֿאַרטריבן פֿון גן־עדן.
פֿון דער פּרשה "שמות" קומט אויס אַ פֿאַרקערטער אויספֿיר. הגם אַ יחיד נייטיקט זיך אין דער הילף פֿון אַ קאָלעקטיוו, ווענדט זיך די אַלגעמיינע מענטשלעכע פֿרײַהייט און אַחדות אין דער טעטיקייט פֿון אַזעלכע יחידים, ווי משה רבינו און די טאָכטער פֿון פּרעהן, בתיה, וועלכע האָט געראַטעוועט און אויפֿגעהאָדעוועט משה רבינו. דער מצבֿ פֿון יחידים ווענדט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך אין דער סטרוקטור פֿונעם קאָלעקטיוו, וווּ זיי לעבן.
ווי עס שטייט געשריבן אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים מיט פֿאַרשיידענע אויסדרוקן —"והוצאתי", "והצלתּי", "וגאלתּי" און "ולקחתּי". די דאָזיקע ווערבן זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מינים שקלאַפֿערײַ און פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון גאולה. אויב מע איז שוין באַפֿרײַט פֿון איין מין אומיושר אין דער געזעלשאַפֿט, בלײַבט מען צומאָל פֿאַרשקלאַפֿט אויף אַנדערע אופֿנים — דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער צוגעזאָגט אויסצולייזן די ייִדן פֿון אַלע מינים שקלאַפֿערײַ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן יציאת־מצרים. אין דער סאַמע ערשטער פּרשה אין דער תּורה, גייט אַ רייד וועגן דער וועלט־באַשאַפֿונג; דער חומש "שמות" הייבט זיך אָן מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך פֿאָרמירט אין מצרים, במשך פֿון אַ קורצן פּעריאָד פֿון רויִקייט, נאָך וועלכער ס׳איז געקומען אַ ביטערע פֿאַרשקלאַפֿונג.
ווי מיר האָבן באַטאָנט די פֿאָריקע וואָך, קאָנען מיר אָפּלערנעןּ פֿון דער פּרשה "בראשית", אַז דאָס עלנטע מענטשלעכע לעבן איז נישט קיין אמתע פֿרײַהייט; ווײַל אַ מענטש איז בעצם אַ געזעלשאַפֿטלעכע באַשעפֿעניש, וואָס נייטיקט זיך אין דער קעגנזײַטיקער הילף פֿון די אַנדערע. אויב אַפֿילו אַן עלנטער מענטש איז פֿיזיש פֿרײַ, לעבט ער אין אַ מין גלות. פֿון דער פּרשה "שמות" לערנען מיר אָפּ אַ פֿאַרקערטן לימוד, אַז הגם דער מענטש מוז טאַקע לעבן אין אַ קאָלעקטיוו, ווענדט זיך די פּערזענלעכע פֿרײַהייט און די אַלגעמיינע מענטשלעכע אייניקייט אין דער טעטיקייט פֿון אַזעלכע יחידים, ווי משה רבינו און בתיה — די טאָכטער פֿון פּרעהן, וועלכע האָט געראַטעוועט משהן אויפֿן טײַך און האָט אים אויפֿגעהאָדעוועט.
בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר שוין געלייענט, ווי דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט און געהייסן אים צו גיין אויסלייזן די ייִדן. דער בייזער מיצרישער טיראַן האָט אָבער איגנאָרירט משהס ניסים און האָט נאָך שטאַרקער פֿאַרביטערט דאָס לעבן פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן. הײַנט לייענען מיר ווײַטער וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די דאָזיקע געשעענישן.
דער אייבערשטער האָט זיך ווידער אַנטפּלעקט פֿאַר משהן, און האָט אים צוגעזאָגט מקיים צו זײַן דעם צוזאָג, וואָס ער האָט געגעבן די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים. אין דער נבֿואה, וואָס משה האָט אויסגעהערט, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿון מצרים מיט פֿאַרשיידענע אויסדרוקן: "והוצאתי", "והצלתּי", "וגאלתּי" און "ולקחתּי": "איך וועל זיי אַרויספֿירן, ראַטעווען, אויסלייזן און אַרויסנעמען".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם צווייטן חלק פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "שמות". דער ערשטער חלק, וואָס מיר האָבן ערשט פֿאַרענדיקט, "בראשית", פֿאַנגט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן דעם וועלט־באַשאַף. די קולמינאַציע פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית איז געווען דער מענטש, אָדם־הראשון, וועלכער האָט, אָבער, געזינדיקט באַלד נאָך זײַן באַשאַפֿן ווערן, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן אין דער שווערער גראָב־גשמיותדיקער וועלט.
נאָכן אייביקן, גרינגן און ג־טלעך־באַלויכטענעם גן־עדן, האָבן אָדם און חוה געמוזט שלעפּן דעם שווערן גלות אין עולם־הזה. אַ קליינע גרופּע מענטשן זענען געווען די איינציקע משפּחה אויף אַ גאַנצן פּלאַנעט; מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז זיי האָבן די גרעסטע פֿרײַהייט, וואָס מע קאָן זיך נאָר פֿאָרשטעלן; פֿונדעסטוועגן, איז די גאַנצע וועלט געוואָרן פֿאַר אָדם־הראשון בלויז אַ ריזיק פֿאַרשיקונג־אָרט.
פֿון דעם דאָזיקן בײַשפּיל זעען מיר, אַז פֿרײַהייט איז אַ רעלאַטיווער טערמין. דער פּיאַסעצנער רבי, קלונימוס־קלמן שאַפּיראָ, אַ גרויסער חסידישער מיסטיקער און סאָציאַלער דענקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "בני מחשבֿה טובֿה", אַז אַ מענטש קאָן נאָך אַלץ, אַפֿילו אין די הײַנטיקע צײַטן, פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גן־עדן. ער באַטאָנט, אַז כּדי צו דערגרייכן אַזאַ מצבֿ, מוז מען, אַחוץ דער פּערזענלעכער רוחניותדיקער השׂגה און עבֿודה, שאַפֿן אַ ברידערלעכע מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, וווּ אַלע מענטשן זענען גלײַך, ווײַל דאָרט, וווּ עס הערשט קדושה, איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר פֿירערשאַפֿט און היעראַרכיעס ("שׂררה וכּיבודים").

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען האָבן צו טאָן מיט לעבן: "חיי שׂרה" און "ויחי".
בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — דערציילט אונדז די תּורה, אין דער אמתן, וועגן שׂרהס טויט. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דאָס עיקר־לעבן פֿון דער ערשטער ייִדישער מאַמע און דער אורגרינדערין פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָט זיך אָנגעהויבן נאָך איר אַוועקגאַנג פֿון דער גשמיותדיקער וועלט. זי האָט פֿאַרלייגט ביידע יסודות, דורך וועלכע דאָס ייִדישע פֿאָלק עקזיסטירט און אַנטוויקלט זיך ווײַטער: די נאַטירלעכע געבורט־קייט פֿון די דורות און דעם כּסדרדיקן אײַנפֿלוס פֿון גרים, וועלכע ווערן נאָך אַלץ אָנגערופֿן "קינדער פֿון שׂרה אמנו". אין דעם זין, לעבט שׂרה טאַקע ווײַטער, און איר אייביקע השפּעה ווערט אַנטפּלעקט ביזן הײַנטיקן טאָג סײַ ברוחניות, סײַ בגשמיות.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אויך אָן מיט אַ פּסוק, וואָס האָט צו טאָן מיטן לעבן און טויט: "ויחי יעקבֿ בארץ מצרים" — און יעקבֿ־אָבֿינו האָט געלעבט אין מצרים. ווי עס שטייט אינעם חומש, האָט ער דאָרטן אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר; בסך־הכּל, האָט יעקבֿ דערלעבט ביז 147 יאָר. פֿאַר זײַן טויט, האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע קינדער, און געגעבן איטלעכן זון אַ באַזונדערע ברכה, וועלכע ווײַזט אָן אַ געוויסע ספּעציפֿישע מעלה פֿון יעדן ייִדישן שבֿט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן יוספֿס פֿאַרקויפֿט ווערן קיין מצרים און וועגן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן חלומות, צוליב וועלכן ער האָט עולה־לגדולה געווען, און האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעהויבן פֿונעם סכּנותדיקן מצבֿ פֿון אַ שקלאַף און אַן אַרעסטאַנט ביז דער גאָר־הויכער מדרגה פֿון שני־למלך, דער צווייט־וויכטיקסטער מענטש אין מצרים — פֿאַקטיש, דער הערשער איבערן גאַנצן לאַנד.

אין דער פֿריִערדיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי יוסף האָט געגעבן פּרעהן אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון אַ זיבן־יעריקן הונגער; מע האָט געזאַמלט די תּבֿואה פֿון פֿריִער, במשך פֿון די זיבן געראָטענע יאָרן.

דער הונגער איז אויסגעבראָכן אינעם גאַנצן ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געשיקט אַלע זײַנע זין, אַחוץ דעם ייִנגסטן — בנימינען — קיין מצרים, כּדי אײַנצוקויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף, וואָס די ברידער האָבן אים נישט דערקענט, ווײַל ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן באַאַמטן, האָט באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנאַזש און האָט פֿאַרהאַלטן שמעונען, פֿאָדערנדיק צו ברענגען קיין מצרים אויך יעקבֿס צוועלפֿטן זון, בנימין.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוספֿן און זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים געוואָלט, צו ערשט, דערהרגענען, אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים.
ווען יוסף האָט געאַרבעט ווי אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָקראַט, פּוטיפֿר, האָט פּוטיפֿרס ווײַב געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט יוספֿן. ווען יוסף איז אַנטלאָפֿן פֿון איר, האָט זי פֿאַלש אָנגעקלאָגט, אַז דער באַדינער האָט זי געפּרוּווט, כּלומרשט, צו פֿאַרגוואַלדיקן.
אין תּפֿיסה, וווּ מע האָט אײַנגעזעצט יוספֿן, האָט ער געוויזן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן די חלומות. מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט דער פּרעה דערזען אַ מאָדנעם חלום, אין וועלכן ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און עס זענען פֿונעם וואַסער אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע קי, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט דער קיניג דערזען נאָך אַ חלום, וווּ זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך, צו ערשט, שטאַרק צעקריגט מיט זײַן ברודער עשׂו, אָבער שפּעטער האָט ער זיך מיט אים איבערגעבעטן.
די נעמען פֿון די סדרות זענען מרמז אויף זייער אַלגעמיינעם אינהאַלט. אין דער פּרשה "תּולדות", מיט דרײַ וואָכן צוריק, ווערן באַשריבן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יעקבֿן און עשׂון, וועלכע האָבן געבראַכט צו אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים.
פּערזענלעכע סיכסוכים זענען אַ נאָרמאַלער, הגם זיכער אַן אומגעוווּנטשענער, טייל פֿונעם מענטשלעכן לעבן. ס׳רובֿ סיכסוכים זענען ווײַט נישט אַזוי שאַרף, חלילה, און ברענגען דעם מענטש נישט אין אַזאַ ביטערן מצבֿ, ווען מע מוז אַנטלויפֿן פֿון דער היים צוליב דעם כּעס פֿון נאָענטע קרובֿים. פֿונדעסטוועגן, ברענגען אַלע קאָנפֿליקטן צווישן מענטשן צו אַ געפֿיל פֿון אָפּגעפֿרעמדקייט, ווען עס ווילט זיך ערגעץ אַוועקלויפֿן. פֿונדעסטוועגן, זענען פֿאַרשיידענע קאָמפּליצירטע סיטואַציעס אַ טייל פֿון דער נאַטירלעכער אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן — "תּולדות".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "תּולדות", האָבן מיר אָנגעהויבן באַהאַנדלען די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יצחק אָבֿינוס צוויי זין: יעקבֿ און עשׂו. ווען זייער טאַטע, וועלכער איז אויף דער עלטער בלינד געוואָרן, האָט געוואָלט בענטשן עשׂון מיט אַ ספּעציעלער ברכה, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן טאַטע, ווען ער טאַפּט אים אָן, זאָל מיינען, אַז ער בענטשט עשׂון, ווי זײַן ערשט־געבוירענעם זון. פֿריִער, האָט יעקבֿ אָפּגעקויפֿט בײַ זײַן ברודער די בכורה. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים.
די באַציִונגען צווישן יעקבֿ און עשׂו ווערן אָפֿט געשילדערט אין שוואַרץ־ווײַסע קאָלירן, ווי אַ מחלוקת צווישן צוויי אינגאַנצן היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן. אין דער אמתן, אָבער, ווי מיר האָבן עס באַטראַכט מיט צוויי וואָכן צוריק, טרעפֿן זיך סיכסוכים און שוועריקייטן אַפֿילו אין די באַציִונגען צווישן די סאַמע בעסטע פֿרײַנד. צומאָל שפּילט איין מענטש אַ ביסל די ראָלע פֿון יעקבֿ, און דער צווייטער — די ראָלע פֿון עשׂו.
אַדרבה, ס׳איז צומאָל שווער צו זאָגן אין אַ רעאַלער לעבן־סיטואַציע, ווער ס׳איז דער "רשע" און ווער ס׳איז דער "צדיק". אַחוץ דעם, לעבט אין יעדער מענטשלעכער נשמה אַן אינערלעכער יעקבֿ און עשׂו, און נישט אַלעמאָל איז קלאָר, וועלכער פּסיכאָלאָגישער טרײַב־כּוח רעפּרעזענטירט עשׂון, און וועלכער — יעקבֿן. צומאָל זענען די אינערלעכע סתּירות אַזוי שטאַרק, אַז דער מענטש מוז "אַנטלויפֿן" פֿון זיך אַליין — אָפּזאָגן זיך פֿון זײַן גאַנצקייט און פֿאָקוסירן זיך בלויז אויף אַ געוויסן אַספּעקט פֿון זײַן נשמה, כּדי אײַנצושטילן דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאָריקער פּרשה — "תּולדות" — איז געגאַנגען אַ רייד וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן זין פֿון יצחק אָבֿינו: יעקבֿ און עשׂו. הגם זיי זענען געווען צווילינג־ברידער, האָבן זיי אָנגעהויבן קריגן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך; צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט אָפּגעקויפֿט עשׂוס בכורה און באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער זײַן טאַטע האָט געוואָלט בענטשן עשׂון, איז דאָס מחלוקת פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן.
הגם דער קאָנפֿליקט צווישן יעקבֿ און עשׂו ווערט אויך געשילדערט אין "שוואַרץ און ווײַס", ווי אַ שאַרפֿע קריגערײַ פֿון היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן, קאָנען מיר אָפּלערנען פֿונעם דאָזיקן קאָנפֿליקט אַן אַלגעמיינעם לימוד וועגן מענטשלעכע באַציִונגען. די פֿאָריקע פּרשה הייסט "תּולדות" — נאָכקומענדיקע דורות — ווײַל אין יעדן דור, אַפֿילו צווישן די בעסטע פֿרײַנד און די נאָענטסטע קרובֿים, קומען צומאָל פֿאָר סיטואַציעס, אין וועלכע איינער פֿון די באַטייליקטע שפּילט די ראָלע פֿון יעקבֿן און דער צווייטער — פֿון עשׂון. אַפֿילו אינעם סאַמע סטאַבילן און רויִקן מענטשלעכן לעבן טרעפֿן זיך מאָמענטן, ווען מע וויל ערגעץ אַוועקלויפֿן, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן פֿון עמעצנס כּעס, פֿון בושה אָדער סתּם אומבאַקוועמקייט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות" — די נאָכקומענדיקע דורות — און דערציילט וועגן יצחקס און רבֿקהס צוויי צווילינג־זין: יעקבֿ און עשׂו.

נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער זיך שוין אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך. בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, פּרוּוונדיק זיך צו פֿאַרמעסטן און צו ווערן דער ערשט־געבוירענער זון. דערפֿאַר האָבן די עלטערן אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ" — פּיאַטע. הגם עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער און איז געווען, בגשמיות, רבֿקהס בכור, האָט יעקבֿ שפּעטער אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער פֿאַר אַ טעלער זופּ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה.

דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע.

באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן זיך אַ ברית־מילה און צו מלן זײַן זון, ישמעאל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די דרײַ מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן צו אַבֿרהמען אין אַ מענטשלעכער געשטאַלט. דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה.

די מלאָכים האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן אַ זון. דערנאָך האָבן די מלאָכים איבערגעגעבן, אַז זיי גייען צו צעשטערן די שטעט סדום און עמורה, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען אײַנגעזונקען געוואָרן אין רישעות. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, אַז די שטעט וועלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן, לכל-הפּחות, צען צדיקים. למעשׂה, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט.

די מלאָכים האָבן געראַטעוועט לוטן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. הגם די מלאָכים האָבן געוואָרנט נישט צו קוקן צוריק אויף דער ברענענדיקער שטאָט, האָט לוטס ווײַב זיך אַרומגעקוקט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ.