פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם חומש "במדבר" זענען פֿאַראַן דרײַ פּרשיות, וועלכע טראָגן נעמען פֿון געוויסע מענטשן: "קורח", "בלק" און "פּינחס".
קורח האָט אָרגאַניזירט אַ בונט קעגן משה רבינו, טענהנדיק, אַז אַלע ייִדן זענען גלײַך און פֿאָדערן נישט קיין היעראַרכישן פֿירער. ער אַליין האָט אָבער געוואָלט איבערנעמען די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימלישן פֿײַער.
פֿונדעסטוועגן, ווי עס שטייט אינעם מדרש, וועט קורח דינען ווי אַ כּהן־גדול בײַ תּחית־המתים. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז קורחס עצם־געדאַנק קעגן היעראַרכיעס איז געווען אַ הייליקער, הגם ער איז געווען אויסגעמישט מיט פֿאַלשע כּוונות, און געהערט צו משיחס צײַטן, ווען די גאַנצע וועלט וועט טאַקע פֿאַרשטיין, אַז יעדער מענטש איז אוניקאַל און הייליק. אין זײַן תּקופֿה, האָט משה רבינו געמוזט אָרגאַניזירן די ייִדישע געזעלשאַפֿט אויף אַ נישט־אידעאַלן אופֿן, כּדי דער עולם זאָל עס קאָנען פֿאַרשטיין. הגם קורח איז געווען אַ סתּירותדיקע פֿיגור, האָט ער פֿאַרדינט פֿאַר זײַנע משיחישע געדאַנקען אַ פּרשה, וואָס טראָגט זײַן נאָמען.
די פֿאָריקע פּרשה, "בלק", טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ נאָך מער סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. בלק איז געווען אַ קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געוואָלט ברענגען די ייִדן אַ היזק און אַרויסגעוויזן אין דעם אַן אויסערגעוויינטלעכע דערפֿינדערישקייט. צוערשט, האָט ער געבעטן דעם באַרימטן כּישוף־מאַכער בלעם צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. בלעם האָט עס אָבער נישט געוואָלט דורכפֿירן, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים נישט געלאָזט. אַדרבה, בלעם האָט אַרויסגעזאָגט אַ נבֿיאישע ברכה, וועלכע איז אַרײַן אינעם סידור — בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דאַוונען אין דער פֿרי.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות פֿונעם חומש "במדבר", האָבן מיר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע אויסנעמלעכע, פּאַראַדאָקסישע און אומגעוויינטלעכע סיטואַציעס. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַהאַנדלט עטלעכע מאָל, ווערט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע זאַכן און אויסנאַמען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "חוקת", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער פּאַראַדאָקסישער מיצווה פֿון "פּרה אַדומה", דורך וועלכער די כּהנים פֿלעגן מטהר זײַן ייִדן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת. דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם דאָזיקן טהרה־ריטואַל, ווערט אָבער אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס הייסט, אַז דאָס אַש פֿון "פּרה אַדומה" טראָגט אין זיך, מיטאַמאָל, אַ קוואַל פֿון טומאה און טהרה.
אין משיחס צײַטן וועט דער חילוק צווישן טומאה און טהרה בטל ווערן. די מענטשהייט וועט זען, אַז דאָס ג־טלעכע ליכט שטעקט אַפֿילו אין אַזעלכע ענינים, וואָס זעען הײַנט אויס ווי נעגאַטיווע און פֿינצטערע. מע וועט פֿאַרשטיין, אַז אין אַ פּלאַץ, וואָס זעט אויס ווײַט פֿון קדושה, באַהאַלט זיך צומאָל אַ סגולה קעגן דער גרעסטער טומאה.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער זעלבער געדאַנק באַטראַכט אויף אַ מער ראַדיקאַלן אופֿן. דער מואבֿישער קיניג בלק, אַ בייזער מענטש און אַ בפֿירושער שׂונא פֿון ייִדן, האָט געבעטן דעם בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט אַ טויט־קללה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות האָבן מיר באַהאַנדלט די טעמע פֿון דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע זאַכן און אויסנאַמען, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי דער לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "במדבר". למשל, מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געלייענט וועגן דעם מחלוקת צווישן קורח און משה רבינו, וועלכע האָט געהאַט צו טאָן מיטן ענין פֿון גלײַכקייט. קורח האָט געטענהט, אַז משה און זײַן משפּחה האָבן באַקומען צופֿיל מאַכט איבערן ייִדישן פֿאָלק; לויט קורחס מיינונג, זענען אַלע ייִדן גלײַך, אַזוי ווי אַ "טלית שכּולו תּכלת" — ווי אַ שטיקל שניט־סחורה פֿון הימליש־בלויען קאָליר.
אין אַ וועלט, וווּ אַלע מענטשן זענען אינגאַנצן גלײַך, אַזוי ווי פֿעדעם אין אַ בלויער שמאַטע, וואָלטן די יחידים פֿאַרלוירן זייערע אוניקאַלע מעלות. אין גאולה־צײַטן וועט די מענשטהייט זיך אויסלערנען, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט אָן קיין היעראַרכיעס, וועלכע זעט אויס גיכער ווי אַ בונטע מאַפּע פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע דינאַמישע פּערזענלעכקייטן. אין די חסידישע ספֿרים, ווערט די קומענדיקע משיחישע וועלט אָפֿט פֿאַרגליכן צו אַ קאַראַהאָד־טאַנץ, וווּ אַלע טענצער דרייען זיך גלײַך אין אַ ראָד, און פֿאָרט פֿאַרנעמט יעדער באַטייליקטער אַן אוניקאַל אָרט אינעם לעבעדיקן קרײַז־גאַנג פֿונעם טאַנץ.
מיט אַנדערע ווערטער, קאָן מען זאָגן, אַז אין אַן אידעאַלער וועלט איז יעדער מענטש און יעדע זאַך אַן אויסנאַם, אַ יחיד־במינו, אַן איין־און־איינציקע אַנטפּלעקונג פֿון ג־טלעכקייט. הגם דער אייבערשטער איז איינער, ווערט זײַן אייניקייט אַנטפּלעקט דווקא דורך פֿאַרשיידנאַרטיקע מאַניפֿעסטאַציעס און אַחדות פֿון היפּוכדיקע כּוחות.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מיצווה פֿון "פּרה־אַדומה", וועלכע ווערט באַטראַכט, אין דער זעלבער צײַט, ווי אַן אוניקאַלער אויסנאַם און פֿאָרט ווי אַ מוסטער פֿון די "חוקים" — ג־טלעכע אָנזאָגן, וועלכע האָבן אַן עזאָטערישן טעם, העכער פֿונעם מענטשלעכן ראַציאָנעלן שׂכל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פּרקי־אָבֿות ווערן געבראַכט צוויי בײַשפּילן פֿון מחלוקת: לשם־שמים, ווי צווישן הלל און שמאַי, און שלא־לשם־שמים, ווי צווישן משה און קורחן. אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז קורחס טענות זענען אויך נישט געווען אינגאַנצן פּוסטע. אויב זײַן מחלוקת וואָלט געווען אַ באַשײַמפּערלעך־פּוסטע קריגערײַ אָן אַ סיבֿה, וואָלט בכלל נישט געווען וואָס צו רעדן וועגן דעם. די חז״ל ברענגען עס ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַ שלעכטן סיכסוך דווקא צוליב דעם, וואָס אין די טענות קעגן משה רבינו איז געווען, בעצם, אַ קערנדל פֿון אמת, אָבער זיי זענען געווען אויסגעמישט מיט אומריינע כּוונות.
קורח איז געווען אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז געווען נישט צופֿרידן מיט דעם, ווי אַהרן איז געוואָרן דער כּהן־גדול. ער האָט אײַנגעזען אין דעם אַ סימן פֿון פּראָטעקציאָניזם, ווײַל אַהרן איז געווען משה רבינוס ברודער. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַרום זיך אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו. בקיצור, האָט קורח געטענהט, אַז משה פֿירט זיך ווי אַן אויטאָריטאַרער מנהיג, וועלכער שטעלט זײַנע מענטשן אָן אויף וויכטיקע פּאָזיציעס, און הערט זיך צו צו זײַנע קרובֿים מער, ווי צום פּשוטן פֿאָלק.
צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע ייִדן פֿונעם שבֿט־ראובֿן, האָט קורח אָרגאַניזירט אַ גרופּע פֿון 250 בכּבֿודיקע תּלמידי-חכמים, וועלכע זענען אויפֿגעטראָטן קעגן משהס פֿירערשאַפֿט. זיי האָבן געטענהט, אַז משה טאָר זיך ניט האַלטן העכער ווי אַנדערע ייִדן, ווײַל דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געהערט דעם אייבערשטנס קול אויפֿן באַרג סיני — ממילא, זענען אַלע ייִדן הייליק און קאָנען אַליין אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט, אָן אַ פֿאַרמיטלער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט אַ גרופּע פֿון צוועלף אויסשפּירער — די נשׂיאים פֿון יעדן ייִדישן שבֿט — אַרײַנצודרינגען אין ארץ־כּנען, כּדי געווויר צו ווערן וועגן דעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען די ייִדן. ווען די אויסשפּירער — מרגלים — האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, ווײַל די מלחמה מיט די דאָרטיקע פֿעלקער וועט זײַן צו סכּנותדיק, ווײַל זיי זענען זייער שטאַרק און וווינען אין פֿאַרפֿעסטיקטע שטעט.
יהושע בן נון, משה רבינוס הויפּט־תּלמיד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־אפֿרים, און כּלבֿ בן יפֿונה, דער נשׁיא פֿון שבֿט־יהודה, האָבן אָבער אָפּגעלייקנט די טענות פֿון די אַנדערע נשׂיאים און געמאָלדן, אַז מע וועט יאָ קאָנען באַזעצן דאָס צוגעזאָגטע לאַנד. ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך אָבער צוגעהערט צו די אַנדערע מרגלים און זענען אַנטוישט געוואָרן אין ארץ־כּנען. ווי אַ רעזולטאַט פֿאַר די דאָזיקע ספֿקות, איז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק באַשטראָפֿט געוואָרן מיט דעם, וואָס זיי האָבן געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, און צו שטאַרבן דאָרטן. בלויז יהושע און כּלבֿ, די דערמאָנטע צוויי מרגלים, האָבן זוכה געווען אַרײַנצופֿירן אינעם לאַנד דעם ייִנגערן דור, וועלכער איז שוין אויפֿגעוואַקסן בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר.
אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר באַטראַכט די סיבה, פֿאַרוואָס דער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" אָדער "דאָס בוך פֿון חשבונות". ביידע טעמעס, וואַנדערונגען אינעם מידבר און פּרטימדיקע חשבונות, ווערן כּסדר באַהאַנדלט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם, וואָס אינעם חומש "במדבר" גייט אַ רייד כּסדר וועגן די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע און אָרדינאַרע זאַכן, צווישן די כּללים און אויסנאַמען. דער דאָזיקער לייטמאָטיוו שפּילט אויס אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער פּרשה.
די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם אייבערשטנס אָנזאָג צו אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם מישכּן. די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות באַשטייען, אויף אַ גרויסער מאָס, פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות, אין וועלכע עס זענען אַרײַן די צוועלף ייִדישע שבֿטים. די צוויי טיילן פֿון שבֿט־יוסף, אַפֿרים און מנשה, זענען איבערגעציילט געוואָרן באַזונדערס. דערנאָך זענען איבערגעציילט געוואָרן די משפּחות פֿון די לוויים; בסך־הכּל, באַקומען זיך דרײַצן שבֿט.
יעדער חודש אינעם ייִדישן יאָר ווערט אַסאָציִיִרט, על־פּי־קבלה, מיט אַ געוויסן שבֿט. ס׳רובֿ יאָרן באַשטייען פֿון צוועלף חדשים; פֿון צײַט צו צײַט גיט מען אָבער צו אַ צוגאָב־חודש — אָדר־שני. דער חודש אָדר ווערט אַסאָציִיִרט מיטן שבֿט־יוסף, וועלכער ווערט אַמאָל באַטראַכט ווי איין גרופּע, און אַמאָל ווערט ער צעטיילט אויף צווייען. די אייניקלעך פֿון יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה, האָבן געהאַט באַזונדערע חלקים אין ארץ־ישׂראל.
אין פֿאַרגלײַך מיטן קרײַז־גאַנג פֿונעם יאָר, זענען די ייִדישע שבֿטים געווען אײַנגעאָרדנט, בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר, אויף אַן אַנדער שטייגער. די צוועלף שבֿטים, אַחוץ דער שבֿט־לוי, האָבן אַרומגערינגלט דעם מישכּן פֿון פֿיר זײַטן, און דער לאַגער פֿון די לוויים האָט זיך געפֿונען אינעם צענטער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "במדבר", מיט זיינע לאַנגע רייען פֿון חשבונות, און באַטראַכט דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה.
מע קאָן זאָגן, אַז די עיקר־טעמע פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל זענען די באַציִונגען צווישן אָרדינאַרע און אומגעוויינטלעכע אַספּעקטן פֿונעם וועזן; צווישן הייליקע און וועלטלעכע זאַכן, צווישן כּללים און אויסנאַמען. אין דער פֿאָריקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן אַלע דערוואַקסענע ייִדישע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר, יעדן שבֿט באַזונדערס. צוליב דעם, וואָס כּמעט די גאַנצע סדרה באַשטייט פֿון חשבונות און איבערציילונגען פֿון נעמען, איז דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך באַקאַנט ווי "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אויף אַנדערע שפּראַכן טראָגט ער אויך אַזאַ נאָמען (למשל, Numbers אויף ענגליש).
בוכשטעבלעך, הייסט דער פֿערטער טייל פֿון דער תּורה "במדבר" — "אינעם מידבר". מע קאָן זאָגן, אַז אַ מידבר איז בעצם אַ נודנע אָרט. למשל, אַנטאַרקטיקע איז אַן אײַזענער מידבר, וווּ עס אַרבעטן בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן און עס זענען פֿאַראַן זייער ווייניק פֿלאַנצן און בעלי־חיים. בדרך־כּלל, איז עס אַ גרויס ווײַס פֿעלד. דער קאָסמאָס איז אויך אַ פּוסטער מידבר, וווּ ס’איז אַפֿילו נישטאָ קיין לופֿט צו אָטעמען. און די לבֿנה איז אַ קאָמבינאַציע פֿון אַ פּוסטן פּלאַץ מיט דער קאָסמישער אָפּוועזנהייט פֿון דער לופֿט. אויף יעדן פּשוטן ווינקל אויף דער ערד קומען פֿאָר, מסתּמא, מער פֿאַרשיידנאַרטיקע געשעענישן, ווי אויף דער לבֿנה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". דער ערשטער טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־באַשאַפֿונג, קוקנדיק אויף דעם מענטש ווי די וויכטיקסטע באַשעפֿעניש.
אינעם צענטער פֿונעם חומש "בראשית" געפֿינט זיך דער מענטש ווי אַ יחיד. בײַם אָנהייב, דערציילט די תּורה וועגן אָדם־הראשון און חוה, וועלכע האָבן געזינדיקט און זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן. דערנאָך ווערט דערציילט וועגן דעם, ווי נח און זײַן משפּחה, אַ קליינע צאָל יחידים, האָבן זיך געראַטעוועט אין אַ תּיבֿה פֿונעם מבול. די מעשׂיות פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות, פֿון יעקבֿס קינדער, פֿון יוספֿס פֿאַרקויף און זײַנע פּאַסירונגען אין מצרים, זענען בעצם דערציילונגען וועגן יחידים.
לויט אַ באַקאַנטער פֿאַרשפּרייטער מיינונג, איז ייִדישקייט אַ טראַדיציע, וואָס שטעלט דעם אייבערשטן אינעם צענטער פֿון איר השקפֿה. אין דער אמתן, איז עס נישט אַזוי. ווי מיר האָבן דאָס שוין עטלעכע מאָל באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט, ווי עס האָט געזאָגט דער בעל־שם־טובֿ. אַלץ, אַרײַנגערעכנט דעם מענטש, איז אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. דער אייבערשטער איז דער עצם פֿונעם וועזן; ער איז איבעראַל, אָבער לאוו־דווקא אינעם צענטער.
דערצו, קאָן מען נישט דעם אייבערשטן באַטראַכטן ווי "ג־ט" אָן אַ מענטשלעכן קאָנטעקסט. ווי דער רמב״ם דריקט זיך אויס, קאָן מען נישט באַשרײַבן דעם באַשעפֿער אַפֿילו מיט אַזעלכע באַגריפֿן, ווי פּערזענלעכקייט, חכמה און אַפֿילו עקזיסטענץ. לגבי זיך אַליין, בלײַבט דאָס ג־טלעכע עצם פֿונעם וועזן אַן אַבסטראַקטער אַבסאָלוט. ווען מיר, מענטשן, קוקן זיך אַרײַן אינעם "שפּיגל" פֿונעם עצם־וועזן און זעען דאָרט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אונדז אַליין, קאָן די דאָזיקע אָפּשפּיגלונג אָנגערופֿן ווערן ג־ט. אין קבלה, ווערט דווקא דער אַנטפּלעקטער אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, וועלכער קאָן נישט אָפּגעטיילט ווערן פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע און פֿונעם מענטשלעכן וועזן, אָנגערופֿן מיטן שם־השם.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר באַטראַכט די פֿאַרבינדונגען צווישן ל״ג־בעומר און דער פּרשה "בהר", וועלכע מע האָט געלייענט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אין ארץ־ישׂראל, און וועלכע איז באַזונדערס פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון ספֿירת־העומר, ווי אין דער דאָזיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם ענין פֿון שמיטה און יובֿל.
במשך פֿון דער ספֿירה־צײַט, ציילן מיר 50 טעג — אָדער זיבן וואָכן — פֿון פּסח ביז שבֿועות. במשך פֿונעם יובֿל־ציקל, ציילט מען זיבן פּעריאָדן פֿון זיבן יאָר. ביידע מיצוות דערמאָנען אויף דעם ציקלישן גאַנג פֿונעם אוניווערס, און ווײַזן אונדז אָן, אַז מע טאָר נישט איגנאָרירן פּשוטע "טרוקענע" חשבונות. יעדעס יאָר און יעדער טאָג איז אַ קייטל אינעם וועלט־תּיקון, וועלכן מע מוז שטרעבן צו דערגרייכן. געוויינטלעכע וואָכן־טעג זענען פּונקט אַזוי וויכטיק, ווי שבתים און יום־טובֿים, און געוויינטלעכע יאָרן זענען פּונקט אַזוי וויכטיק, ווי די שמיטה־יאָרן.
ווי עס שטייט אין ספֿר־יצירה, אַ יסודותדיקער קבלה־ספֿר, באַשטייט דער אוניווערס פֿון דרײַ אַספּעקטן: "עולם, שנה, נפֿש", וואָס מע קאָן אָפּטײַטשן ווי דער רוים, די צײַט און די פּערזענלעכקייט. כּדי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט, מוז מען מכבד זײַן יעדן מענטש, יעדן טאָג און יעדע עבֿודה, אויב אַפֿילו זיי זעען אויס "פּשוט".
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך בכּיוון אויסגעקליבן די פּרשה "בהר", וועלכע מע האָט געלייענט דעמאָלט אין ארץ־ישׂראל, ווײַל דער ענין פֿון שמיטה־יאָרן איז באַזונדערס נאָענט פֿאַרבונדן מיט ל״ג־בעומר. אין דער אמתן, זענען ביידע פּרשיות, וועלכע מע לייענט אין ארץ־ישׂראל און אין חוץ־לאָרץ, פֿאַרבונדן מיט די ענינים פֿון דער וואָך. אין דער פֿאָריקער "חוץ־לאָרצדיקער" פּרשה, "אמור", גייט אַ רייד וועגן דער עבֿודת־הכּהנים און עס ווערן איבערגעציילט די ייִדישע יום־טובֿים, ווי אויך די עצם־מיצווה פֿון ספֿירת־העומר. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זאָגן, אַז די קאָנצעפּציע פֿון שמיטה־יאָרן איז באַזונדערס שטאַרק פֿאַרבונדן מיט ל״ג־בעומר און דעם עצם־ענין פֿון ספֿירה־ציילן.

תּורה־געדאַנק
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ טאָג צוריק, דאָנערשטיק, האָבן מיר אָפּגעמערקט ל״ג־בעומר. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, האָט ער נישט קיין אַנדערן, מער באַדײַטפֿולן נאָמען, און הייסט פּשוט "דער דרײַ־און־דרײַסיקסטער טאָג פֿון ספֿירת־העומר".
אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן נאָך עטלעכע טעג, וועלכע האָבן ענלעכע "מאַטעמאַטישע" נעמען: שמיני־עצרת, שבֿיעי־של־פּסח און דער קומענדיקער יום־טובֿ, שבֿועות, וועלכער ווערט געפּראַוועט אויפֿן פֿופֿציקסטן טאָג פֿון דער ספֿירת־העומר און ווערט אָנגערופֿן אויף די מערבֿ־אייראָפּעיִשע שפּראַכן ״Pentecost״, וואָס מיינט "דער פֿופֿציקסטער".
פֿונדעסטוועגן, האָבן די אַנדערע יום־טובֿים אויך אַנדערע נעמען. שבֿיעי־של־פּסח איז פּשוט אַ טייל פֿון דער פּסחדיקער וואָך, און נישט אַ יום־טובֿ פֿאַר זיך. דער צווייטער טאָג פֿון שמיני־עצרת איז שׂימחת־תּורה; אין ארץ־ישׂראל איז עס דער זעלבער יום־טובֿ. ביידע טעג זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם האַרבסטיקן יום־טובֿדיקן פּעריאָד, הגם זיי ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר באַזונדערע יום־טובֿים. און שבֿועות ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה "יום־הביכּורים", ווי אויך "חג־הקציר". חמישה־עשׂר־בשבֿט האָט אויך אַן אַנדער נאָמען, "דער ראָש־השנה פֿון ביימער" אָדער, ווי דער עולם רופֿט אים אָן הײַנט, "חג־האילנות".
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טראָגן בלויז תּעניתים אַזעלכע "מאַטעמאַטישע" נעמען, ווי תּשעה־באָבֿ אָדער י״ז בתּמוז. עס זעט אויס, אַז פֿאַר פֿריילעכע טעג איז געוויינטלעך צוגעפּאַסט צו האָבן אַ מער באַדײַטפֿולן און ספּעציפֿישן נאָמען. ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע דאַטעס אינעם ייִדישן לוח, איז ל״ג־בעומר צוגעבונדן נישט צו דעם קאַלענדאַר גופֿא, נאָר צו דעם פּראָצעס פֿון ציילן די טעג צווישן פּסח ביז שבֿועות. לויט דער קאַלענדאַר־דאַטע, פֿאַלט ער אויס דעם אַכצנטן טאָג פֿונעם חודש אייר. פֿאַרוואָס זשע הייסט ער נישט, דעמאָלט, "ח״י אייר"? אַכצן איז דאָך אַ מער באַקאַנטע גליקלעכע צאָל אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווי 33.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן מיר באַהאַנדלט דעם טרויעריקן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם מישכּן, און זענען פֿאַר דעם באַשטראָפֿט געוואָרן אויף טויט דורכן הימלישן פֿײַער.

נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען כּהנים און האָבן געהאַט דאָס רעכט צו ברענגען אַן אייגענעם קטורת און האָבן עס זיכער געטאָן לשם־שמים. דעריבער פֿרעגט זיך אַ קשיא: צוליב וואָס האָבן זיי פֿאַרדינט אַזאַ משונהדיקע שטראָף? לויט אַ חסידישן פּירוש, האָבן זיי אַליין געוואָלט פֿאַרברענט ווערן, כּדי צו פֿאַרלאָזן די גשמיותדיקע וועלט און צו דערגרייכן די גרעסטע מדרגה פֿון דבֿקות.

דעם מצבֿ, וועלכן נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערגרייכט אין דעם מאָמענט פֿון זייער טויט, קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט דעם מאָמענט, ווען אַ פֿלעטערל פֿליט אַרײַן אינעם פֿײַער און ווערט פֿאַרברענט. אויף אַ רגע, ווערט עס אַליין אַ שטיקל פֿײַער. נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געוואָרן אויף אַ קורצער ווײַל ממש פֿאַראייניקט מיטן ג־טלעכן ליכט.

אין דער אמתן איז דער אייבערשטער תּמיד בנימצא איבעראַל און אַלץ אין דער וועלט איז אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. אין אַ סך קלאַסישע תּורה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז ייִדישקייט איז אַ טראַדיציע, וואָס רופֿט דעם מענטש צו פֿירן אַ גוט באַלאַנסירט לעבן אין עולם־הזה. פֿונדעסטוועגן, געפֿינען מיר אין אַ סך ספֿרי־מוסר און קבלה־ספֿרים דעם אידעאַל פֿון אַ שטאַרקן, און אַפֿילו עקסטרעמען, אַסקעטיזם.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט, ווי אַזוי אינעם חומש "ויקראָ" ווערט אַנאַליזירט די אינערלעכע אַנטוויקלונג פֿונעם מענטש. דורך מסירת־נפֿש, קאָן מען געפֿינען דעם אייבערשטנס ליכט אין זיך. וואָס ווייניקער מע טראַכט וועגן זיך אינעם עגאָיִסטישן זין, אַלץ מער ווערט אַנטפּלעקט אונדזער ג־טלעכער עצם. כּדי צו געפֿינען ג־טלעכקייט אין זײַן אייגענער נשמה, מוז דער מענטש זיך אָפּרופֿן אויפֿן ג־טלעכן קול און זיך אָפּזאָגן פֿונעם עגאָ, וועלכער שטעלט דעם אילוזאָרישן באַריער צווישן דעם באַשעפֿער און באַשעפֿענישן. מיט אַנדערע ווערטער, וואָס ווייניקער מיר טראַכטן וועגן זיך און וואָס מער מיר זאָרגן זיך וועגן אַ צווייטן מענטש און וועגן דעם אַלגעמיינעם ייִחוד פֿונעם גאַנצן וועזן, אַלץ קלאָרער ווערט אין אונדז אַנטפּלעקט דאָס העכערע ג־טלעכע עצם.
דער חומש "ויקראָ" הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון קרבנות. אַ צאָל באַקאַנטע רבנים דערקלערן, אַז אין דער משיחישער צוקונפֿט וועט מען מער נישט ברענגען קיין בעלי־חיים פֿאַר אַ קרבן. אַדרבה, "ויקראָ" הייבט זיך אָן מיט אַ פּסוק, וועלכער איז מרמז, אַז די מענטשן זאָלן ברענגען די קרבנות "מכּם" — פֿון זיך אַליין. דער עיקר־קרבן איז מסירת־נפֿש, איבערגעגעבנקייט, גרייטקייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון גשמיותדיקע תּאוות. אין די אוראַלטע צײַטן, ווען אין דער וועלט פֿלעגן פֿאַרשיידענע פֿעלקער שעכטן חיות פֿאַר זייערע געטער, כּדי צו דערוועקן אין זיך דאָס געפֿיל פֿון מסירת־נפֿש, האָט די תּורה געהייסן די ייִדן אויך אַזוי צו טאָן. מיט דער צײַט אָבער, האָט די מענטשהייט אַנטוויקלט מער רוחניותדיקע מעטאָדן פֿון גײַסטיקער זעלבסט־דערוועקונג, דורך תּפֿילות און מעדיטאַציעס.