- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן אַמאָליקער חבֿר האָט מיך נישט פֿײַן באַהאַנדלט די לעצטע חדשים פֿון אונדזער באַציִונג. מיט צוויי חדשים צוריק זענען מיר זיך צעגאַנגען און איך האָב געפֿילט אַזאַ ווייטיק ווי קיין מאָל נישט אין מײַן לעבן. אַזוי ווי מיר געפֿינען זיך איצט אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים, האָט ער געוואָלט רעדן מיט מיר. ער האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט מיך באַעוולט און האָט בײַ מיר געבעטן מחילה. האָב איך געענטפֿערט, אַז איך דאַרף דאָס איבערטראַכטן. טײַערע חזנטע, מײַנע צוויי קינדער אין עלטער פֿון 5 און 7 ווילן נישט בלײַבן מיט מיר אין שיל דעם גאַנצן ראָש־השנה. זיי טענהן, אַז זייערע חבֿרים בלײַבן נישט אין שיל פֿאַרן גאַנצן דאַווענען. איך האַלט, אַז אויב זיי ווילן וויסן און ליב באַקומען די תּפֿילות, דאַרפֿן זיי בלײַבן; קיין אַנדער אופֿן איז נישט פֿאַראַן. וואָס זאָל איך טאָן? טײַערע חזנטע, זאָל איך שענקען אונדזער טעלעוויזאָר ווי אַ צדקה, און אַזוי אַרום זיך פּטרן פֿון אים אויף אייביק? מײַנע קינדער, יוגנטלעכע, קוקן צו פֿיל טעלעוויזיע! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא, אַז זיי וועלן זיך פֿילן אַנדערש ווי זייערע חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן? טײַערע חזנטע, לעצטנס, זענען חבֿרים פֿון פֿלאָרידע געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ באַזוך אויף פֿינעף טעג. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין אַזוי פֿאַרנומען בײַ דער אַרבעט, האָבן מיר זיך געטראָפֿן עטלעכע מאָל. מיר האָבן געהאַט אָפּגערעדט נאָך אַ מאָל זיך צו טרעפֿן זונטיק, און איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דעם באַגעגעניש. שבת־צו־נאַכטס, האָבן זיי מיר געקלונגען, אַז זיי קענען נישט קומען זונטיק, ווײַל אַן אַנדער חבֿר, וואָס זיי האָבן שוין לאַנג נישט געזען, האָט נאָר געקענט זיך טרעפֿן מיט זיי יענעם טאָג און אין דער צײַט. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן פֿרעסט דעם גאַנצן טאָג — חזיר אויף ביידע באַקן. מיר געבן אויס גאָר אַ סך געלט אויף עסן. איך האָב מורא, אַז ער נעמט זיך צו ביסלעך דאָס לעבן און וועט אַוועקשטאַרבן פֿון פֿאַרשטאָפּטע אַרטעריעס. ער הערט זיך נישט צו צו מיר, און נישט צו די דאָקטוירים — צו קיינעם נישט. ער איז זייער דיק און ס'איז מיר שווער צו קוקן אויף אים. וואָס זאָל איך טאָן, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מיר? פֿאַרזאָרגט טײַערע פֿאַרזאָרגט, עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט זיך טאַקע זאָרגן וועגן אײַער מאַנס געזונט. פֿעטקייט איז אַ קרענק און דאָס עסן קען ווערן אַן אַדיקציע. אויב אײַער מאַן וועט נישט וועלן בײַטן זײַן לעבן־שטייגער און אָננעמען די ריכטיקע בײַטן צו פֿירן אַ געזונטן לעבן, וועט ער זײַן געזונט פּטרן. איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נאָר האַלטן אין שטוב געזונטע עסנס און אים מוטיקן צו עסן ריכטיק און באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע הילף. טײַערע חזנטע, איך האָב אַ חבֿרטע וואָס לעבט אויס מײַן חלום. זי איז אַן איידעלע און וווילע חבֿרטע, אָבער ווען איך קוק אויף איר, זע איך אַלץ וואָס איך בין נישט געוואָרן. זי איז אַן אַדוואָקאַט אויף אַ גוטער שטעלע, מיט אַ פֿײַנער קאַריערע; איך בין אַ סעקרעטאַרשע. זי איז שיין און דאַר און האָט אַ מאַן; איך בין נישט קיין יפֿת־תּואר, כ'בין דיקלעך, און אַ געגטע. זי איז גוט צו יעדן איינעם; אין דער פֿרי בין איך תּמיד שלעכט אויפֿגעלייגט. איך וויל זיך חבֿרן מיט איר, אָבער ווי קען איך נישט זײַן איר מקנא? זאָל איך מער נישט בלײַבן איר חבֿרטע? גרינע טײַערע גרינע, רײַסט נישט איבער די פֿרײַנדשאַפֿט, צוליב אײַערע געפֿילן, אַז איר טויגט נישט. דער ציל אין לעבן איז צו זײַן דאָס בעסטע וואָס מע קען זײַן. אויב איר האַלט, אַז איר קענט מאַכן אַ בעסערע קאַריערע, אָדער פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט, אָדער געפֿינען אַ וועג צו זײַן בעסער אויפֿגעלייגט אין דער פֿרי, דאַרפֿט איר זיך שטעלן עס פֿאַר אַ ציל. אמתע חבֿרים איז שווער צו געפֿינען, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט זיך בעסער פֿילן, ווען איר בלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע, נישט געקוקט אויף די געפֿילן פֿון קינאה. אין דער תּורה שטייט, אַז מע זאָל נישט גלוסטן נאָך דעם וואָס דער שכן האָט. עס מאַכט זיך, אַז מע האָט אַזוינע געפֿילן; אָבער מע קען זיי בײַקומען, אויב מע גייט אויפֿן ריכטיקן וועג. טײַערע חזנטע, איך בין 37 יאָר אַלט, אַן אַלטער בחור, און וווין מיט מײַן מאַמען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע האַלט, אַז איך דאַרף איר באַווײַזן, אַז איך קען וווינען אַליין אַ יאָר לאַנג, איידער זי וועט מיט מיר חתונה האָבן. איך וויל מיט איר חתונה האָבן איצט. ווער איז גערעכט? אַ מאַמעס אַ ייִנגל טײַערער אַלטער בחור, אויב אײַער חבֿרטע זאָרגט זיך, אַז איר קענט נישט וווינען אַליין, דאַרפֿט איר טאַקע איר ווײַזן, אַז איר קענט יאָ דאָס דורכפֿירן און זײַן אומאָפּהענגיק. לאָזט זיך נישט אַרײַן אין קריגערײַען מיט איר; גיט איר בטחון.
* * *
טײַערע חזנטע, איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין קלוגע. אין שול האָב איך תּמיד שווער געהאָרעוועט, כּדי צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. עס קומט מיר אָן שווער צו פֿאַרשטיין פּאָליטיק און איך דאַרף איבערלייענען אַ מאַפּע עטלעכע מאָל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אין וועלכער ריכטונג איך זאָל פֿאָרן. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ נײַע שטעלע ווי די סעקרעטאַרין בײַ אַ דאָקטער, און יעדן טאָג זיץ איך ווי אויף שפּילקעס. איך האָב מורא, אַז איך וועל מאַכן אַ טעות און אָט־אָט וועט מען זיך כאַפּן, אַז איך טויג נישט. טײַערע חזנטע, איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעכן מיטוווינער דאָס ערשטע יאָר אין קאָלעדזש. מיר זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און גוט פֿאַרבראַכט דאָס גאַנצע יאָר. אין מיטן פֿונעם צווייטן יאָר, האָט דזשעניפֿער באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מיר. איך האָב זיך געפֿילט געטראָפֿן. איצט, אַכט יאָר שפּעטער, האָב איך געפֿונען איר קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע אויפֿן וועבזײַטל "פֿייסבוק". זאָל איך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר? אָדער כ׳זאָל גאָרנישט טאָן, ווײַל זי האָט מיר שוין קלאָר געוויזן, אַז אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איז, אין תּוך, נישט געווען אַזאַ נאָענטע? טײַערע חזנטע, איך לערן זיך אַ צווייטן זמן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ די שריפֿטלעכע עקזאַמענס, באַקום איך גוטע צייכנס, ווײַל איך האָב אַ גוטן זכּרון און קען געדענקען אַ סך ווערטער. אָבער דאָס רעדן גייט בײַ מיר שווערער. איך בין שוין געווען אויף עטלעכע "יוגנטרוף"־אַקטיוויטעטן, אָבער איך ווער נערוועז צוליב דעם וואָס איך קען נישט אַ פּאָר ווערטער אַרויסרעדן. איך וויל קומען אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף", אָבער איך האָב מורא, זיך צו פֿילן אַ פֿאַרלוירענער. ווי קען איך פֿאַרבעסערן מײַן רעדן ייִדיש? טײַערע חזנטע, מיר דאַכט, אַז איך בין אַ "וואַנטבלום", וואָס קיינער וויל נישט מיט איר רעדן, נישט שפּילן אָדער האָבן צו טאָן מיט איר. ווען איך בין צווישן אַנדערע מענטשן, פֿיל איך, אַז איך טויג נישט אין גאַנצן. איך בין נישט אַזוי שיין ווי אַנדערע פֿרויען און איך וועג צו פֿיל. איך טראָג נישט קיין טײַערע קליידער און נישט קיין סך צירונג. איך בין אַ סימפּאַטישע און ערלעכע, אָבער איך ווייס, אַז כ׳בין נישט גענוג קלוג. טײַערע חזנטע, איך בין אַ געגטער, וואָס זוכט שטענדיק די "פֿרוי פֿון מײַנע חלומות". איך בין צופֿרידן מיט מײַן לעבן און קאַריערע און האָב אַ וווּנדערלעכע משפּחה, קינדער און פֿרײַנד. אָבער ביז איך געפֿין "זי", פֿיל איך אַ פּוסטקייט און נישט־דערגאַנצקייט. אינעם איצטיקן מאָמענט האָב איך קיינעם נישט אין זינען. טײַערע חזנטע, איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, אָבער דער יצר־הרע בײַ מיר איז ווי בײַ אַ בחור. יעדע פֿרוי וואָס גייט פֿאַרבײַ, צינדט אָן אַ פֿלאַם אין מיר. איך האָב זייער ליב מײַן פֿרוי און איך וויל איר נישט וויי טאָן. צי איז עס אַ פּראָבלעם ווען מע האָט אַן איין־מאָליקע באַציִונג מיט אַן אַנדער פֿרוי? איך קען אַנדערש נישט אײַנשטילן מײַן תּאווה. צי איז דאָס נאָרמאַל צו האָבן אַזעלכע געדאַנקען? און וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם? טײַערע חזנטע, איך האָב אַ טאָכטער וואָס איז פֿופֿצן יאָר אַלט. זי לערנט זיך אין זייער אַן אַקאַדעמישער שול, און באַקומט גוטע צייכנס. לעצטנס, נאָך אַן עקזאַמען, האָט מײַן טאָכטער באַקומען אַ העכערן צייכן ווי איר חבֿרטע; אָבער, אַנשטאָט אָפּצוגעבן מזל־טובֿ, האָט איר חבֿרטע זיך באַקלאָגט — ווי קען דאָס זײַן, אַז איר צייכן איז געווען ערגער. |