- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַנע טאַטע־מאַמע גטן זיך. איך בין 28 יאָר אַלט און האָב נישט געוווינט אין דער היים שוין צען יאָר; זינט איך בין אַוועק שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך האָב תּמיד געוווּסט, אַז זייער באַציִונג איז אַן אָנגעשטרענגטע, אָבער קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז ס'איז אַזוי שלעכט. זיי זענען פֿאַרבליבן פֿרײַנדלעך צווישן זיך און האָבן צוגעזאָגט מײַן שוועסטער, צו קומען צוזאַמען אויף אַלע וויכטיקע משפּחה־אונטערנעמונגען. זיי האָבן אויך געזאָגט, אַז ווען מיר קומען אַהיים אויף די ימים־טובֿים, וועט מען פּראַווען צוזאַמען ווי אַ משפּחה. זיי צעגייען זיך מיט יושר און שׂכל, און קיין השפּעה אויף מײַן טעגלעכן לעבן וועט דאָס נישט האָבן. פֿון דעסטוועגן, בין איך דערשלאָגן און ווייס נישט פֿאַר וואָס. פֿאַר וואָס וויין איך ווען איך קום אַהיים און געפֿין נישט מײַן טאַטן אין דער היים? פֿאַר וואָס בין איך אין כּעס, ווען זיי ווילן רעדן צו מיר, עלעהיי אַלץ איז נאָרמאַל? ווי זאָל איך ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן? אַזוי טרויעריק טײַערע חזנטע, מײַן חבֿר און איך האָבן זייער גוטע באַציִונגען. מיר זענען שוין צוזאַמען פֿיר חדשים. יעדן אָוונט זעען מיר זיך און האָבן אַ סך בשותּפֿות. ווען ער האָט זיך באַקענט מיט מײַנע עלטערן, אָבער, איז ער געוואָרן שעמעוודיק און האָט קוים אַרויסגערעדט אַ וואָרט! איצט האַלטן מײַנע טאַטע־מאַמע, אַז ער איז אַן עם־האָרץ, כאָטש ער איז אין דער אמתן אַ געלערנטער! ווי אַזוי קען איך מײַנע עלטערן איבערצײַגן, אַז ער איז טאַקע אַ גוטער שידוך פֿאַר מיר? חבֿרטע טײַערע חבֿרטע, איר דאַרפֿט רעדן מיט אײַער חבֿר וועגן זײַן שעמעוודיקייט, און ווי אַזוי מע קען דאָס פֿאַרבעסערן. אפֿשר, ווען איר פֿאָרט ערגעץ צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע, אין אַ קינאָ אָדער פֿאָרשטעלונג, וואָלט דער שמועס נאָך דעם אָנגעקומען לײַכטער. מע דאַרף רעדן מיט אײַערע עלטערן אויך. דערציילט זיי וואָס געפֿעלט אײַך אין דעם בחור, און אַז ער איז אַ שעמעוודיקער. איר קענט זיי "פֿאַרזאָרגן" מיט עטלעכע קשיות אויף טעמעס וואָס זענען אים נאָענט צום האַרצן, וועלכע וועלן זיכער אַרויסרופֿן אַן ענטפֿער בײַ אים. טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך האָבן ליב אונדזער פּריוואַטקייט. מיר האָבן אַ נאָענטע משפּחה און עטלעכע גוטע־פֿרײַנד, און מער דאַרפֿן מיר נישט. לעצטנס, האָבן מיר זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער געגנט. די שכנים פֿון ביידע זײַטן זענען נאָענטע חבֿרטעס, און ווילן אונדז אויך אַרײַננעמען אין דער וואַרעמער קאַמפּאַניע. בײַם אָנהייב, האָבן מיר זיך געפֿרייט, וואָס מע נעמט אונדז אויף אַזוי וואַרעם, אָבער איצט איז די וואַרעמקייט שוין געוואָרן צו פֿיל. די צוויי ווײַבער אַרבעטן נישט און מע זעט זיי תּמיד אין דרויסן. מיר קענען אין ערגעץ נישט גיין, זיי זאָלן אונדז נישט פֿרעגן וווּהין מיר גייען און וואָס מיר טוען. די אַנדערע נאַכט בין איך שפּעט אַהיימגעקומען און איינע פֿון די פֿרויען האָט עפּעס באַמערקט וועגן דעם צו מיר אין דער פֿרי. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז מע שפּיאָנירט נאָך אונדז. די ווײַבער זענען פֿײַנע מענטשן, אָבער ווי קען איך רעדן מיט זיי וועגן דעם ענין אָן זיי צו באַליידיקן? אַ שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן טײַערע "שכנה וואָס מישט זיך נישט אַרײַן", צו ערשט, וואָלט איך אײַך געעצהט פּשוט נישט ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס, וואָס שייך וווּהין און פֿון וואַנען איר קומט און גייט. באַגריסט זיי און גייט ווײַטער. ווען זיי פֿאַרשטייען, אַז איר זענט נישט גענייגט צו פֿירן אַזוינע שמועסן, וועלן זיי אפֿשר אויפֿהערן צו פֿרעגן. אויב, נאָך אַ וואָך העלפֿט נישט די סטראַטעגיע, דאַרפֿט איר מיט זיי רעדן וועגן דעם. באַדאַנקט זיי פֿאַר זייער וואַרעמען אויפֿנעם, און זאָגט אויך, אַז איר און אײַער מאַן פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען מע פֿרעגט בײַ אײַך אַזוינע קשיות יעדעס מאָל, ווען מע גייט אַרײַן און אַרויס פֿון שטוב. אַרויסצוּווײַזן אײַער פֿרײַנדלעכקייט, קענט איר זיי פֿאַרבעטן אויף קאַווע איין מאָל אַ וואָך, איבערצורעדן די געשעענישן פֿון דער וואָך. זאָל זײַן מיט גליק. טײַערע חזנטע, זינט איך האָב געהאַט דאָס דריטע קינד מיט זיבן יאָר צוריק, האָב איך געוואָלט פֿאַרלירן אין וואָג, וואָס איז צוגעקומען מיט יעדן קינד. די איבעריקע וואָג איז שוין אָבער געבליבן. אַמאָל בין איך געווען דאַר; איז מיר געווען שווער צו קוקן אין שפּיגל יעדן טאָג און זען ווי פֿעט איך בין געוואָרן — מײַן בויך, פּאָלקעס, רוקן — אַלץ. איך האָב עס באמת פֿײַנט באַקומען. איך האָב זיך אַ נדר געגעבן יעדן ראָש־השנה, איך זאָל סוף־כּל־סוף אויסזען בעסער. איך בין געוואָרן אַ מיטגליד אין דער גרופּע וואָג־היטערס, געגאַנגען שפּאַצירן אין דער פֿרי און אין אָוונט מיט אַ פֿרײַנד און אָנגעהויבן צו קאָכן געזינטערע מאכלים פֿאַר מײַן משפּחה. הײַנט, צען חדשים שפּעטער, זע איך אויס גוט און געזונט. אָבער ווען איך קוק אין שפּיגל, פֿיל איך נאָך אַלץ אַ זעלבסט־שׂינאה. פֿון וואַנען קומט דאָס און ווי קען איך פּטור ווערן פֿון דעם געפֿיל? איך בין געווען זיכער, אַז ווען איך פֿאַרליר אין וואָג, ווער איך צוריק די אַמאָליקע "איך". מער נישט פֿעט טײַערע מער נישט פֿעט, עס קומט אײַך אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט דערגרייכט אײַער ציל. עס איז גוט צו הערן, אַז איר לעבט זיך אויס אויף אַ געזינטערן לעבן־שטייגער. מאָלט אײַך, אַז אײַער איבעריקע וואָג האָט געדינט ווי אַ וואַנט צווישן אײַער עצם־איך און אײַער זעלבסט־ווערט. די איבעריקע וואָג האָט אײַך געגעבן עפּעס צו באַטראַכטן און פֿײַנט האָבן. ווען איר האָט געקוקט אין שפּיגל, איז אײַך נישט געפֿעלן געווען, וואָס איר האָט געזען. איר האָט געמיינט, אַז ווען איר פֿאַרלירט די וואָג, וועלן אײַערע נעגאַטיווע געפֿילן וועגן זיך אַליין אויך פֿאַרלוירן גיין. אַזוי ווי דאָס איז נישט געשען, נעמען מיר אָן, אַז עס זענען פֿאַראַן סיבות פֿאַר אײַערע געפֿילן. עס זעט אויס, אַז נאָר נאָך דעם ווי איר האָט פֿאַרלוירן די וואָג, פֿאַרשטייט מען, אַז די איבעריקע וואָג איז נישט געווען די הויפּט־פּראָבלעם. טײַערע חזנטע,
מײַנע קינדער האָבן פֿאַרענדיקט דעם לערן־זמן יענע וואָך, און זיי מאַכן מיר שוין משוגע. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן מיט זיי. אַלע זייערע חבֿרים זענען אַוועקגעפֿאָרן אין זומער־קעמפּס — אַ לוקסוס, וואָס מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען. זיי שטייען אויף זייער שפּעט, טוען גאָרנישט און קוקן אויף טעלעוויזיע דעם גאַנצן טאָג, קריגן זיך כּסדר און דאָס איז אַלץ. מיט וואָס קען איך זיי באַשעפֿטיקן די קומעדיקע נײַן וואָכן? זיי זענען 8, 11 און 14 יאָר אַלט. זומערדיקע מאַמע טײַערע זומערדיקע מאַמע, יאָ, אײַערע קינדער דאַרפֿן מיט עפּעס זיך פֿאַרנעמען בעת די זומער־חדשים, און דאַרפֿן פֿאָלגן נאָך עפּעס אַ סטרוקטור בײַ טאָג. זומערלעב — ס'איז די צײַט צו שלאָפֿן שפּעט, קוקן אויף טעלעוויזיע און זײַן אויסגעשפּאַנט. אָבער, פֿון דעסטוועגן, דאַרפֿן זיי האָבן אַקטיוויטעטן און צילן צו דערגרייכן. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט זיך אַוועקזעצן מיט יעדן קינד באַזונדער, און דורכשמועסן מיט אים וועגן אַ געוויסן ציל פֿאַר דעם זומער. אפֿשר קען דאָס עלטסטע קינד געפֿינען אַרבעט ווי אַ קינדהיטער, אָדער אַרבעטן אין אַ געשעפֿט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אפֿשר וויל איינער פֿון זיי זיך לערנען ווי צו שווימען, אָדער בעסער זיך צוגרייטן פֿאַר דער שול און לייענען ביכער, אָדער פּראַקטיצירן אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט. טײַערע חזנטע, מײַן קליינער ברודער וווינט בײַ מיר און מײַן מאַן שוין אַ חודש לאַנג ביז ער געפֿינט נאָר אַ שטעלע. מײַן מאַן איז זייער פֿרײַנדלעך צו אים און איז געווען גליקלעך וואָס ער איז געוואָרן אַ גאַסט אין שטוב. ער האָט אים געזאָגט, ער זאָל זיך פֿילן ווי אין דער היים. די צרה איז וואָס מײַן ברודער פֿילט זיך שוין אַ ביסל היימיש. זײַן קויטיקע וועג און זאָקן זענען צעוואָרפֿן איבער זײַן צימער. די הערעלעך פֿון זײַנע וואָנציעס קען מען נאָך געפֿינען בײַם אָפּגאָס, נאָך דעם ווי ער גאָלט זיך. מיר האָבן נאָר איין וואַשצימער און ער בלײַבט דאָרטן אַזוי לאַנג, עלעהיי ער איז דער קיסר. מײַן מאַן קען שוין מער נישט אויסהאַלטן. טײַערע חזנטע, מײַנע דרײַ נאָענטסטע חבֿרטעס און איך האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ הויז לעבן דעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס אין יאַנואַר. מיר האָבן זיך אַלע ליב, און פֿאַרברענגען זייער גוט צוזאַמען. די איינציקע פּראָבלעם איז וואָס איין מיידל באַצאָלט נישט אירע חשבונות בײַ צײַטנס. מיר, די אַנדערע מיידלעך, צאָלן אײַן וואָס מע דאַרף און האָבן נישט קיין פּראָבלעם. אַז די עלטערן פֿון דעם מיידל גיבן איר געלט, ווייסן מיר, אָבער דאָס איז נישט דער ענין. זי האָט פּשוט גרויסע שוועריקייטן בײַם "סילוקן". סוף־כּל־סוף, באַקומען מיר יאָ דאָס געלט פֿון איר, אָבער שוין עטלעכע מאָל, וואָס מיר האָבן געמוזט איר חלק פֿונעם דירה־געלט, למשל, אײַנצאָלן אין דער צווישנצײַט. דאָס איז, דאָך, נישט יושרדיק, אַז מיר זאָלן דאַרפֿן וואַרטן ביז זי וועט אומקערן דעם חובֿ צוריק. מיר ווילן נישט, אַז געלט זאָל צעשטערן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, און מיר ווילן צונויפֿרופֿן אַ זיצונג פֿון אַלע מענטשן אין הויז אין אַ וואָך אַרום. ווי האַלט איר, זאָל מען דעם ענין באַהאַנדלען? חבֿרטעס טײַערע חזנטע, מײַן "ייִנגל" באַציט זיך גוט צו מיר. מיר זענען אַ פּאָרל שוין פֿיר חדשים און ער איז אַן עכטער "דזשענטלמאַן". ער זאָגט מיר, ווי שיין איך בין. ער האַלט די טיר אָפֿן פֿאַר מיר, שענקט מיר בלומען, און איז איידל מיט מײַנע טאַטע־מאַמע. ער רופֿט מיך "פּרינצעסין" און באַהאַנדלט מיך ווי איך וואָלט געווען איינע אַזאַ אין דער וועלט. אָבער ער באַציט זיך נישט צו יעדן אַזוי גוט. ער רעדט ווי אַ גראָבער־יונג צו די קעלנערס אין רעסטאָראַנען, צו די סטרוזשן און צו די מענטשן וואָס פּאַרקירן די אויטאָס. ער פֿאַרגעסט אין גאַנצן אין זײַנע גוטע מאַנירן. ער קוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף זיי, און דווקא דאָס אַרט מיך. ער האַלט, אַז אויב עמעצער אַרבעט פֿאַר אײַך, דאַרפֿן זיי האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַך, אָבער נישט פֿאַרקערט! מיר דאַכט, אַז דאָס איז אַ וואָרענונג לגבי אונדזער בלײַבן אַ פּאָרל אין דער צוקונפֿט — אָבער ער איז דאָך אַזוי גוט צו מיר, אַ טשיריק צוצולייגן! ער טראַכט שוין וועגן חתונה האָבן מיט מיר. וואָס זאָל איך טאָן? טײַערע חזנטע, איך בין צוזאַמען מיט מײַן חבֿר שוין מער ווי אַ יאָר. ער איז אַ וווילער יאַט, און האָט אַלע מעלות וואָס איך זוך אין אַ מאַן. ער האָט דרך־ארץ פֿאַר מיר, פֿאַרדינט ווי אַן אַדוואָקאַט, שטאַמט פֿון אַ משפּחה מיט אַ ייִחוס און איז סימפּאַטיש צו מײַן משפּחה. איך בין געווען גליקלעך פֿון אונדזער באַציִונג. אָבער לעצטנס, איז מיר נימאס געוואָרן. מיר זענען פֿאַרקראָכן אין אַ לאָך, ווי אַן אַלט חתונה־געהאַטע פּאָרל, כאָטש מיר זענען בלויז 27 און 33 יאָר אַלט. איך טראַכט, אַז ס׳איז שוין צײַט איך זאָל זיך צעשיידן מיט אים, אָבער אפֿשר האָב איך אַ טעות. ווי מיינט איר? נימאס געוואָרן טײַערע חזנטע איך וווין אין לאָס־אַנדזשעלעס און מײַן באָבע וווינט אין ישׂראל. עס טוט מיר לײַד, אָבער שוין מער ווי אָנדערטהאַלבן יאָר וואָס איך האָב זי נישט געזען. אין די קינדער־יאָרן פֿלעגן מיר פֿאָרן יעדן זומער באַזוכן די זיידע־באָבע, און מײַן מאַמע האָט זיך באַמיט צו זײַן דאָרט נאָך אַ מאָל במשך פֿונעם יאָר. אַזוי ווי איך האָב פֿאַרענדיקט די גראַדויִר־שול און אָנגעהויבן אַרבעטן פֿאַר זיך אַליין, איז מיר נישט לײַכט געוואָרן אַוועקצופֿאָרן. טײַערע חזנטע, מײַן בעסטע חבֿרטע באַקלאָגט זיך כּסדר. זי איז אַ זיסער מענטש אָבער, בטבֿע, אַ נעגאַטיווע. תּמיד שטעלט זי דעם טראָפּ אויף וואָס איז שלעכט, און נישט אויף וואָס איז גוט. בכלל בין איך אַ פּאָזיטיווער מענטש, אָבער איך האָב אָנגעהויבן באַמערקן, אַז איך ווער אויך נעגאַטיוו־געשטימט ווען איך רעד מיט איר. ווען איך פֿאַרברענג מיט איר, וויל איך זיך נישט באַרימען מיט די גוטע זאַכן וואָס קומען פֿאָר אין מײַן לעבן; דעריבער, רעדן מיר וועגן די שלעכטע זאַכן אין לעבן. דאָס געשעט נאָך אַ מאָל, און אָבער אַ מאָל, און עס געפֿעלט מיר אין גאַנצן נישט — איך וויל נישט ווערן אַזאַ באַקלאָגערטע ווי זי. ווי קען איך דאָס אָפּשטעלן? פּאָזיטיווע חבֿרטע טײַערע חזנטע, מײַנע טאַטע־מאַמע באַהאַנדלען מיך ווי איך וואָלט נאָך געווען אַ קינד. נאָך דעם ווי כ׳האָב גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, בין איך צוריק אַהיימגעקומען, כּדי אײַנצושפּאָרן אַ ביסל געלט. איך בין אַ לערער און איך בין צופֿרידן, וואָס איך האָב אַרבעט, אָבער די שׂכירות זענען קליין. טאַטע־מאַמע האָבן זיך געפֿרייט, וואָס איך בין צוריקגעקומען אַהיים — זיי האָבן עס מיר פֿאָרגעלייגט. אָבער זיי ווילן אַלע מאָל וויסן וועגן מיר, און פֿרעגן וווּ איך בין, וואָס איך טו אַזוי שפּעט בײַ נאַכט, און ווי שפּעט וועל איך בלײַבן? אָדער צי איך וועל מיט זיי עסן וועטשערע?... איך בין 23 יאָר אַלט און, מיר דאַכט, אַז איך דאַרף נישט אָפּגעבן קיין באַריכט צו מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך זאָג זיי דאָס, דערמאָנען זיי מיר, אַז איך וווין בײַ זיי אין הויז און מוז וווינען לויט זייערע כּללים. |