רעצעפּטן

איך האָב אויסגעפּרוּווט דעם רעצעפּט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, און מיר האָבן אַלע געלעקט אונדזערע פֿינגער. הגם מע דאַרף עס באמת בראָטן אונטערן פֿײַער אָדער אויף אַ "גריל", קאָן מען עס אויך בראָטן אין אויוון בײַ 450 גראַד (232 צעלזיוס) אַרום 45 מינוט, אָדער ביז די הינער־שטיקלעך ווערן גוט דורכגעבראָטן.

נאָך אַ מעלה: דאָס מאכל האָט ווייניק פֿעטס און זאַלץ, איז עס דעריבער געזונט אויך.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געפֿאַלשעוועט מײַן עקזאַמען. איך באַקום געוויינטלעך די בעסטע צייכנס און כ׳האָב קיין מאָל נישט געטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ אין מײַן לעבן. איך האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז איך וועל באַקומען אַ שלעכטן צייכן אויפֿן עקזאַמען, אַז איך האָב אָפּגענאַרט דעם לערער: איך בין אַרויפֿגעגאַנגען צו אים און אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע דרײַ מאָל, כּדי איך זאָל קענען קוקן אויף די ענטפֿערס פֿון אַן אַנדער תּלמיד.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

דאָס נײַע יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן. איך האָב זיך געגעבן אַ נדר, אַז דאָס יאָר וועל איך זיך נישט פֿאַרלירן, און כ'וועל האַלטן אַן אויג אויף אַלץ וואָס איך דאַרף אויפֿטאָן — מײַן סדר־היום, מײַן אַרבעט, די קינדער אאַ״וו. געוויינטלעך, פֿיל איך ווי דער דאַך פֿאַלט אַראָפּ אויף מיר, אָבער דאָס יאָר האָב איך געוואָלט אָנהייבן אַלץ פֿון ס'נײַ.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין נישט קיין רעליגיעזער ייִד, אָבער איך נעם אָנטייל אין אַלע ייִדישע יום־טובֿים, בפֿרט די ימים־נוראָים. די לעצטע עטלעכע חדשים זענען געווען שווערע פֿאַר מיר, צוליב גרויסע ווייטיקן אין מײַן פּלייצע. איך האָב בדעה געהאַט צו פֿאָרן מיט מײַן מאַן אויף אַ וואַקאַציע לכּבֿוד מײַן 50־יאָריקן געבוירן־טאָג, אָבער אין דער לעצטער מינוט זענען מיר נישט געפֿאָרן צוליב די ווייטיקן. במשך פֿונעם זומער, האָב איך אַזוי פֿיל זאַכן נישט געקענט אויפֿטאָן, אַז די חדשים זענען פֿאַרבײַ מיט גרויס אַנטוישונג.

רעצעפּטן

געוויסע ייִדן, וואָס פֿאַסטן יום־כּיפּור האָבן אַנטדעקט, אַז דער תּענות קומט אָן אַ סך גרינגער, ווען מע טרינקט פֿריִער אויס אַ גאַנצן פֿלאַש ספּאָרט־געטראַנק, ווי Poweraid אָדער Gatorade. די געטראַנקען באַשטייען פֿון עלעקטראָליטן (נאַטריום, קאַליום און כלאָרידן) — די זעלבע זאַלצן, וואָס געפֿינען זיך אינעם בלוט און אין די קעמערלעך פֿון אַ מענטשן, און וואָס העלפֿן דעם גוף פֿונקציאָנירן ווי געהעריק.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

די יום־טובֿים קומען אָן, און די צײַט אָפּצוגעבן אַ דין־וחשבון. אָבער ס׳איז דאָ איין זאַך וואָס קוועטשט מיך — עס פֿאַלט מיר נישט אײַן וואָס פֿאַר אַ זינד איך בין באַגאַנגען. דאָס קלינגט זייער עגאָיִסטיש, אָבער דאָס איז נישט מײַן מיין. איך בין 19 יאָר אַלט, איך טרינק נישט, נעם נישט קיין נאַרקאָטיק, און סעקס איז בײַ מיר אַן ערנסטער ענין.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיט פֿיר חדשים צוריק בין איך געוואָרן אַ פֿעטער. זינט מײַן פּלימעניק איז געבוירן געוואָרן רעד איך נאָר ייִדיש צו אים. דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם ווען איך און מײַן מאַמע היטן אים און מײַן שוועסטער און שוואָגער זענען נישטאָ. געוויינטלעך, זע איך מײַן פּלימעניק אין מײַן שוועסטערס היים. מײַן שוואָגער, מיר דאַכט, האָט פֿײַנט, ווען איך רעד אויף ייִדיש מיטן קינד, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט אינעם זעלביקן צימער, אָבער, ער זאָגט מיר גאָרנישט. ער גייט צו צו מײַן שוועסטער (וועלכע האָט נישט קיין פּראָבלעם, ווען איך רעד ייִדיש) און זאָגט איר, אַז איך זאָל אויפֿהערן צו רעדן.

רעצעפּטן

דאָס מאכל, באַליבט בײַ די סירישע ייִדן, איז אַ געשמאַקער בײַ־געריכט מיט געבראָטן הינדל אָדער שאָפֿן־פֿלייש, און איז גרינג צוצוגרייטן. איר קענט עס מאַכן מיט אַ שעה פֿריִער. דעקט צו דעם טאָפּ מיט אַ האַנטעכל, איבערן האַנטעך — דאָס שטערצל, און שטעלט דעם טאָפּ אויפֿן אָנגעוואַרעמטן בלעך.

2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַ חבֿרטע מײַנע פֿון אוניווערסיטעט, וועלכע איך האָב שוין דרײַ יאָר נישט געזען, איז געקומען צו גאַסט דעם סוף־וואָך. איך בין געווען צופֿרידן זי צו זען און צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר פֿלעגן זײַן נאָענטע פֿרײַנד און במשך פֿון די יאָרן געבליבן אין קאָנטאַקט דורכן טעלעפֿאָן און בליצבריוו. כאָטש מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט, האָב איך געוואָלט זײַן אַליין נאָך דעם ווי איך האָב מיט איר פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה יעדן טאָג.

רעצעפּטן
שפּינאַט מיט ראָזשינקעס

אינעם פֿריִערדיקן נומער "נײַעס פֿאַר בני־בית" האָב איך דערקלערט ווי צו מאַכן פֿינעף גרינגע סאַלאַטן, וואָס כ׳האָב געפֿונען אין אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" מיט צוויי וואָכן צוריק. זינט דעמאָלט האָב איך כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט צוגעגרייט עטלעכע פֿון די סאַלאַטן, און מײַן מאַן, לייבל, זאָגט, ס׳איז אַזוי געשמאַק, אַז מער ווי דאָס דאַרף ער נישט. (ס׳העלפֿט אויך, אַז איך באַגלייט יעדן מאָלצײַט מיט צוגעברוינט ראַזעווע ברויט אָנגעריבן מיט קנאָבל!)

אָט זענען נאָך דרײַ סאַלאַטן פֿון דער זעלבער רשימה. ווידער גיב איך נישט אָן קיין מאָסן ווײַל מיט אַ סאַלאַט קאָן מען זײַן בייגעוודיק.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ.

רעצעפּטן
פּאָמידאָרן און פֿערישקע־סאַלאַט

דער שפּײַז־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך אויסגערעכנט אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן, וואָס מע קאָן גיך צונויפֿשטעלן. דער מחבר גיט נישט אָן קיין מאָסן, ווײַל מיט אַ סאַלאַט, קאָן מען זײַן בייגעוודיק. אָט זענען עטלעכע פֿון די אינטערעסאַנטערע מעגלעכקייטן: