- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן מאַן וויל גאָר נישט טאָן. ער האָט זיך פּענסיאָנירט מיט דרײַ יאָר צוריק ווען ער איז געווען 70 יאָר אַלט. ער האָט געהאָרעוועט זײַן גאַנץ לעבן און איצט זיצט ער אויף דער סאָפֿע ווי אַ גולם. ווען איך בעט בײַ אים, ער זאָל אַרויסטראָגן דאָס מיסט, אָדער ער זאָל מיר העלפֿן מיט עפּעס, ענטפֿערט ער, "איך האָב 50 יאָר געאַרבעט יעדן טאָג. איצט בין איך שוין אַרויס אויף פּענסיע!". ער העלפֿט נאָר ווען איך בעט אים עטלעכע מאָל, אָבער ס׳איז מיר שוין נימאס געוואָרן. טײַערע חזנטע, איך לערן זיך אין קאָלעדזש דאָס דריטע יאָר און איך האָב תּמיד געוואָלט ווערן אַ דאָקטער זינט איך בין אַלט געווען 7 יאָר. איך האָב געליטן פֿון סקאָליאָז, און האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין די שפּיטעלער און אָפֿיסן פֿון דאָקטוירים. איך האָב זיך תּמיד געפֿילט באַקוועם דאָרטן און געוווּסט, אַז איך וויל ווערן אַ דאָקטער. ווען ס׳רובֿ מענטשן הערן דאָס וואָרט "האַלוואַ", טראַכטן זיי וועגן דעם קלעצל פּאַסטע געמאַכט פֿון צעמאָלענע סימסום־קערעלעך, וואָס צעקרישלט זיך ווען מע עסט עס (און בלײַבט אָפֿט מאָל שטעקן אין די ציין!). איך האָב לעצטנס אָבער אויסגעפּרוּווט אַ רעצעפּט פֿאַר אַ האַלוואַ, וואָס מע מאַכט אין אינדיע, וואָס איז גאָר אַנדערש. זי איז געמאַכט פֿון מאַנע (אויך באַקאַנט ווי פֿאַרינע, אָדער סעמאָלינע), איז ווייך און גלאַטיק, געשמאַק און זייער גרינג צו מאַכן. טײַערע חזנטע, איך קען אַ סך מענטשן, אָבער האָב נישט קיין נאָענטע פֿרײַנד. נאָר מיט געציילטע וואָלט איך זיך דערנענטערט. איך בין אַ חתונה־געהאַטע און מײַן מאַן איז פֿרײַנדלעך מיט איינעם פֿון מײַנע געציילטע נאָענטע פֿרײַנד אויך. ס׳איז נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר מײַן מאַן וואָס איך האָב אַ פֿרײַנד, אַ זכר. איך אַרבעט מיט דעם חבֿר, און במשך פֿונעם יאָר זענען מיר נעענטער געוואָרן, אָבער מיר זענען געבליבן נאָר פֿרײַנד. הגם ייִדן האָבן ליב קאַרטאָפֿל, עצהן די עקספּערטן צו פֿאַרבײַטן קאַרטאָפֿל אויף באַטאַטן (זיסע קאַרטאָפֿל) ווען נאָר מעגלעך, ווײַל זיי זענען אַ סך געזינטער. אין דעם רעצעפּט קאָכט מען צוערשט אָפּ די באַטאַטן, איידער מע באַקט דעם קוגל, אָבער איר קענט עס מאַכן אַ סך גיכער, אויב איר שטעכט די באַטאַטן עטלעכע מאָל מיט אַ גאָפּל און שטעלט זיי אַרײַן גאַנצערהייט אין מיקראָכוואַלניק. טײַערע חזנטע, אַ סך מענטשן קווענקלען זיך צו טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס'איז פֿול מיט באַקטעריע. אָט די זאָרג איז מסתּמא די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס דער פֿאַרקויף פֿון וואַסער אין פֿלעשלעך איז אַזוי הויך געשטיגן במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר. אָבער אויב איר וווינט אין אַ גרויסער שטאָט, און איר קויפֿט כּסדר פֿלעשלעך וואַסער, איז מעגלעך, אַז איר פּטרט אײַער געלט. דער אמת איז, אַז אַ פֿערטל פֿון די פֿירמעס, וואָס פֿאַרקויפֿן וואַסער, אַרײַנגערעכנט די גרויסע פֿירמעס Dasani און Aquafina, ניצן נישט מער ווי געפֿילטערט וואַסער פֿונעם קראַנט. אַ סך שטעט מוזן, לויטן געזעץ, רעגלמעסיק דיסאינפֿיצירן זייער וואַסער־פֿאַרזאָרג, און קאָנטראָלירן, צי עס געפֿינען זיך דאָרט נישט קיין פּאַראַזיטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿירמעס פֿון פֿאַרקויפֿטן וואַסער, סוכּות איז אַ טראַדיציע צו עסן האָלישקעס (אויך באַקאַנט ווי האָלופּצעס, פּראַקעס אָדער געוויקלט קרויט), כּדי צו באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַרן געראָטענעם שניט. טאָמער באַמיט איר זיך אויסצומײַדן רינדערן פֿלייש, פּרוּווט אויס דעם וועגעטאַרישן רעצעפּט פֿאַר האָלישקעס מיט שוועמלעך. ס׳מאַכט נישט אויס וואָסערע מין שוועמלעך איר ניצט: די געוויינטלעכע ווײַסע, פּאָרטאָבעלאָ, קרימיני אָדער פּאָרציני. 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 ציבעלעס, צעהאַקט טײַערע חזנטע, מײַן חבֿר און איך זענען גרויסע "באַלאַגאַניסטן". מיר לעבן אין איינעם כּמעט זעקס יאָר (מיר זענען ביידע מענער) און וועלן באַלד פֿײַערן אונדזער חתונה (צום באַדויערן, נישט קיין "כּשרע" ייִדישע חתונה, נאָר "סתּם" אַ ציווילע חתונה). מיר לעבן אין אַ שיינער דירה און פֿאַרמאָגן אַ סך חפֿצים. באַליבט זענען מיר אין דער גאַנצער משפּחה און אַ סך פּלימעניקעס און פּלימעניצעס פֿאַרברענגען בײַ אונדז, ווי אויך די קינדער אין דער געגנט. טשאָלנט — אַ געמיש פֿון פֿלייש, בעבלעך, קאַרטאָפֿל און אַנדערע גרינסן — עסט מען געוויינטלעך שבת מיטאָג, אָבער ער איז אויך פּאַסיק ערבֿ־יום־כּיפּור, פֿאַרן תּענית, ווײַל דאָס פֿלייש און בעבלעך גיבן צו אַ היפּש ביסל פּראָטעיִן. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט ניצט הינדל אַנשטאָט רינדערן פֿלייש, ווײַל הינדל האָט ווייניקער פֿעטס און כאָלעסטעראָל. דער טשאָלנט איז גענוג פֿאַר אַכט מענטשן.
איך בין זייער צופֿרידן, וואָס איך וועל באַלד פֿאַרענדיקן מײַנע יאָרן בײַם שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך בין 24 יאָר אַלט (עס האָט מיר גענומען זעקס יאָר צו גראַדויִרן) און איך באַקום אַ דיפּלאָם אין קינדער־דערציִונג. איך ווייס, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אָנהייבן צו אַרבעטן, אָבער איך האָב נישט קיין מאָטיווירונג. איך וואָלט גיכער געזעסן אין דער היים און גאָרנישט געטאָן. איך האָב ליב צו קוקן אויף טעלעוויזיע, שפּילן ווידעאָ־שפּילן און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט מײַנע פֿרײַנד. וואָס זאָל איך טאָן? פֿוילאַק טײַערע חזנטע, צי מוז איך גיין אויף אַלע שׂימחות וווּ איך בין פֿאַרבעטן? איך קען נישט פֿאַרטראָגן, ווען מע שפּילט די הויכע, רעשיקע מוזיק, אָבער איך וויל קיינעם נישט באַליידיקן. נישט קיין "שׂימחהדיקע" פֿרוי |