געזונט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

"די שטול איז אײַער שׂונא."

אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times) מיט עטלעכע חדשים צוריק. די פֿינף ווערטער האָבן גלײַך פֿאַרכאַפּט מײַן אויפֿמערק. אָבער וואָס כ׳האָב געלייענט ווײַטער האָט מיך שוין אין גאַנצן צערודערט:

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פֿרוי און אַ גוטע אַרבעט וואָס פֿאַרנעמט אָבער בײַ מיר אַ סך צײַט. אָפֿט, ווען מײַן מאַמע קומט צו אונדז צו גאַסט, פֿאַרשעמט זי מיך פֿאַר מענטשן. ווען איך שטעל זי פֿאָר פֿאַר מײַנע מיטאַרבעטער, פּלאַפּלט זי וועגן מיר און מײַנע "גרויסע" דערגרייכונגען. ווען איך ברענג זי צו אַן אונטערנעמונג וואָס איך האָב אָרגאַניזירט, ווייסט יעדער אין גיכן, אַז זי איז מײַן מאַמע. מײַן פֿרוי הערט זיך שטיל אײַן און זאָגט גאָרנישט, און מײַן מאַמע פֿרעגט זי קיין מאָל נישט וועגן איר לעבן און אַרבעט.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אָט איז אַ גרינגער צושפּײַז צו הינדל אָדער רינדערן פֿלייש. אויב איר ווילט עס סערווירן בײַ אַ מילכיקער מאָלצײַט, ניצט 1/2 טעפּל ווײַסן ווײַן און לאָזט אַרויס דעם הינדל־יויך.

1 פֿונט (455 גראַם) קליינע ציבעלעס, צעשניטן אויף העלפֿט

2 פֿונט (910 גראַם) דינע מערלעך, אָפּגעשיילט

2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל

1 לעפֿל פּוטער, צעלאָזן

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַנטיקס יאָר זענען געווען די ערגסטע געסט בײַ אונדזער סדר. מײַן פֿעטער ריטשי איז געקומען מיט מײַן שוועסטערקינד. שוין יאָרן וואָס איך האָב נישט געהאַט געהערט פֿון פֿעטער ריטשי, אָבער ער ווייסט, אַז איך וווין אין סאַן־פֿראַנציסקאָ און ער האָט זיך פּונקט געפֿונען אין שטאָט אויף פּסח, האָט ער מיר אָנגעקלונגען. ווען ער האָט מיך געפֿרעגט, צי איך ווייס פֿון אַ פּסח־סדר צו וועלכן ער וואָלט געקענט גיין, האָב איך אים אַוודאי פֿאַרבעטן צו אונדז.

געזונט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די צאָל פֿאַלן וואָס אַ דאָקטער פֿירט דורך אַ קייסער־שניט (cesarean section) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז הײַנט דאָס העכסטע וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען, גיט איבער דער נײַער רעגירונג־באַריכט. אין 2007 איז כּמעט אַ דריטל פֿון די עופֿעלעך אַזוי געבוירן געוואָרן.

דער באַריכט, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, גיט איבער, אַז צווישן די יאָרן 1996 און 2007 איז די צאָל קייסער־שניטן געשטיגן אויף 53%, בײַ אַלע ראַסעס און עטנישע גרופּעס. די סטאַטיסטיק האָט מען דערגרייכט אויפֿן סמך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די מעטריקעס פֿון יענע יאָרן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע

איך וווין אין ניו־יאָרק און מײַנע צוויי זין וווינען אין שיקאַגע. איך האָב צוויי שנורן, איינע גאָר אַנדערש פֿון דער צווייטער. מיט איינער בין איך זייער פֿרײַנדלעך, און מיט דער אַנדערער — נו, לאָמיר זאָגן, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, אַז "מיר גייען אויף אייער־שאָלעכץ" ווען מיר זענען צוזאַמען. זי הייסט עלען. אירע טאַטע־מאַמע פֿאָרן צו זיי צו גאַסט דעם פּסח, און זיי קומען זעלטענער ווי איך.

געזונט
פֿון שלום בערגער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָפֿט מאָל טרעפֿט זיך, אַז איר גייט צו אײַער דאָקטער און ער פֿאַרשטייט אײַך ניט, אָדער פֿאַרקערט — איר פֿאַרשטייט ניט אים. ס׳איז גלײַך ווי איר רעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי אַזוי פֿאַרטײַטשט מען וואָס איר זאָגט אויף דער שפּראַך פֿון דאָקטער און פֿאַרקערט?

די מעדיצינישע וויסנשאַפֿט האָט אָן אַ שיעור אויפֿגעטוען, נאָר געוויסע אַספּעקטן האָט זי פֿאַרקוקט, ווײַל זיי האָבן קיין מאָל ניט צוגעצויגן די גרויסע געלטער און נײַגעריקן פּירסום פֿון אַנדערע פֿאָרש־טעמעס.

רעצעפּטן

אָט איז אַ הויפּט־געריכט פֿאַר אײַער סדר, אַרויסגענומען פֿונעם פֿריִער דערמאָנטן קאָכבוך, Passover the Healthy Way. יעדע פֿון די 10 פּאָרציעס באַשטייט פֿון בלויז 266 קאַלאָריעס און 4.5 גראַם פֿעטס!


10 שטיקלעך בייליק (chicken breast) אָן הויט און אָן ביינער

1/2 לעפֿעלע איילבערט־בוימל

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, משפּחה
קאַל האָלצלער (לינקס) מיט דרײַ פֿון זײַנע 12 שוועסטער און ברידער, אין ניו־סקווער, נ״י, 1987

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005.

(דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.)

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך וווין און אַרבעט אין זייער אַ רײַכער קהילה. מײַן פֿרוי און איך זענען נישט אָרעם, און נישט רײַך. מיר האָבן צוויי קליינע קינדער — אַ זון אינעם צווייטן קלאַס און אַ טאָכטער אין קינדערגאָרטן. מיר גייען אויף אַ סך געבוירן־טאָג־שׂימחות, וווּ מע שטעלט ספּעציעל אָן פֿאַרווײַלער, קעלנער און מע פֿאַרבעט מער ווי הונדערט געסט. אויף חנוכּה באַקומען יענע קינדער יעדעס מאָל נײַע טשאַטשקעס — "אַײַ־פּאָדס", מאָביל־טעלעפֿאָנען און כּלערליי אַנדערע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן.

רעצעפּטן

דער רעצעפּט איז פֿאַר אַ ווײַסן פֿיש־פֿילע, אָבער אויב איר ווילט, קענט איר עס אויך מאַכן מיט אַן אָראַנזשענעם פֿיש ווי לאַקס אָדער סטראָנגע (trout).

אויב איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געקאָכט מיט קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך (אָפֿט מאָל ניצט מען זיי אין כינעזישע מאכלים), זאָרגט זיך נישט — ס׳איז פּונקט אַזוי גרינג ווי קאָכן מיט געוויינטלעכע שוועמלעך, און גיט צו אַ מער פּיקאַנטן טעם. און ניצט פֿרישן טימיאַן — נישט דעם געטריקנטן וואַריאַנט. דער רעצעפּט איז פֿאַר פֿיר מענטשן.

2 פֿונט (900 גראַם) קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך, צעשניטן אויף דער העלפֿט
4 לעפֿל + 1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַלע יאָר ריכט איך אָפּ דעם ערשטן סדר בײַ אונדז. די קינדער און אייניקלעך, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס קומען מיט זייערע משפּחות, און מיר פֿאַרברענגען זייער שיין. פּסח איז מײַן באַליבטסטער יום־טובֿ. הײַיאָר אָבער פֿאַלט אויס ערבֿ פּסח אין אַ מאָנטיק אָוונט. מײַן טאָכטער און איידעם וווינען צוויי שעה פֿון אונדז אין סאַן־דיעגאָ, און מײַן פּלימעניצע און איר משפּחה וווינען נאָך ווײַטער. אַלע מוזן פֿאָרן צו דער אַרבעט דינסטיק אין דער פֿרי (חס־וחלילה, מע זאָל זיך נעמען אַ טאָג פֿרײַ לכּבֿוד יום־טובֿ).