- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס צו עסן יעדן טאָג דעם זעלבן סאַלאַט, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט מיט בלעטערקרויט (kale בלע״ז). דאָס האָט זייער אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמין K, וויטאַמין C און קאַלציום, און לויט געוויסע שטודיעס, העלפֿט עס צו פֿאַרהיטן קעגן ראַק. די קרוטאָנען און דער באַטעמטער סאָוס פֿון דעם רעצעפּט פֿאַרוואַנדלען די פּשוטע בלעטער אין ממש אַ דעליקאַטעס! 1/2־1 טעפּלעך קוביקלעך אַלט־געבאַקן ברויט 1/3 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציינדל קנאָבל 2 אַנטשאָוס־פֿילעען (anchovy fillets), גוט אויסגעשווענקט שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 3 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע 1/4 טעפּל צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז 1 האַרט איי, צעשניטן טײַערע חזנטע, איך בין צוזאַמען מיט מײַן חבֿר שוין מער ווי אַ יאָר. ער איז אַ וווילער יאַט, און האָט אַלע מעלות וואָס איך זוך אין אַ מאַן. ער האָט דרך־ארץ פֿאַר מיר, פֿאַרדינט ווי אַן אַדוואָקאַט, שטאַמט פֿון אַ משפּחה מיט אַ ייִחוס און איז סימפּאַטיש צו מײַן משפּחה. איך בין געווען גליקלעך פֿון אונדזער באַציִונג. אָבער לעצטנס, איז מיר נימאס געוואָרן. מיר זענען פֿאַרקראָכן אין אַ לאָך, ווי אַן אַלט חתונה־געהאַטע פּאָרל, כאָטש מיר זענען בלויז 27 און 33 יאָר אַלט. איך טראַכט, אַז ס׳איז שוין צײַט איך זאָל זיך צעשיידן מיט אים, אָבער אפֿשר האָב איך אַ טעות. ווי מיינט איר? נימאס געוואָרן דאָס איז אַ באַטעמט בײַ־געריכט, וואָס פּאַסט זיך גוט מיט פֿיש און געקאָכטע גרינסן. צו ערשט, באַקט מען עס 10 מינוט, און דערנאָך בראָט מען עס אונטערן פֿײַער, כּדי צוצוברוינען דעם קעז — ווי געשמאַק! 2 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 3 פֿונט (1.36 קילאָ) קאַרטאָפֿל, געשניטן אין דינע רעפֿטלעך 2 לעפֿל מעל 1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילעך (skim milk) 1 טעפּל נישט־אָפּגעשעפּטע מילעך 1/2־1 לעפֿעלעך זאַלץ 1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1/4 לעפֿעלע מושקאַט 1/4 טעפּל צעריבענע שווייצער קעז טײַערע חזנטע איך וווין אין לאָס־אַנדזשעלעס און מײַן באָבע וווינט אין ישׂראל. עס טוט מיר לײַד, אָבער שוין מער ווי אָנדערטהאַלבן יאָר וואָס איך האָב זי נישט געזען. אין די קינדער־יאָרן פֿלעגן מיר פֿאָרן יעדן זומער באַזוכן די זיידע־באָבע, און מײַן מאַמע האָט זיך באַמיט צו זײַן דאָרט נאָך אַ מאָל במשך פֿונעם יאָר. אַזוי ווי איך האָב פֿאַרענדיקט די גראַדויִר־שול און אָנגעהויבן אַרבעטן פֿאַר זיך אַליין, איז מיר נישט לײַכט געוואָרן אַוועקצופֿאָרן. די פּאָרטוגעזער האָבן ליב צו קאָכן זייער פֿיש אויפֿן אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען גערייכערטע פּאַפּריקע אין אײַער שפּײַזקראָם, ניצט די געוויינטלעכע פּאַפּריקע; און אויב פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) שמעקט אײַך נישט, פֿאַרבײַט עס מיט פּעטרישקע. אַן אינטערעסאַנטער אופֿן צו עסן לאָקשן פּסח איז צו מאַכן זיי פֿון זוקיני. אין דעם רעצעפּט באַגיסט מען די לאָקשן מיט אַ זייער באַטעמטן קנאָבלדיקן אַוואָקאַדע־סאָוס. ס׳איז געזונט אויך: אַ סך ווייניקער קאַלאָריעס ווי געוויינטלעכע לאָקשן. כּדי אויסצושנײַדן די זוקיני ווי דינע לאָקשן, קען מען ניצן אַן אָפּשיילער אָדער אַ מעסערל, אָבער אויב איר האָט אַ גרינסן־הובל (mandoline slicer) אָדער אַ ספּיראַל־צעשנײַדער (באַקאַנט בלע״ז ווי אַ spiralizer), וועט עס גיין אַ סך גיכער. טײַערע חזנטע, מײַן בעסטע חבֿרטע באַקלאָגט זיך כּסדר. זי איז אַ זיסער מענטש אָבער, בטבֿע, אַ נעגאַטיווע. תּמיד שטעלט זי דעם טראָפּ אויף וואָס איז שלעכט, און נישט אויף וואָס איז גוט. בכלל בין איך אַ פּאָזיטיווער מענטש, אָבער איך האָב אָנגעהויבן באַמערקן, אַז איך ווער אויך נעגאַטיוו־געשטימט ווען איך רעד מיט איר. ווען איך פֿאַרברענג מיט איר, וויל איך זיך נישט באַרימען מיט די גוטע זאַכן וואָס קומען פֿאָר אין מײַן לעבן; דעריבער, רעדן מיר וועגן די שלעכטע זאַכן אין לעבן. דאָס געשעט נאָך אַ מאָל, און אָבער אַ מאָל, און עס געפֿעלט מיר אין גאַנצן נישט — איך וויל נישט ווערן אַזאַ באַקלאָגערטע ווי זי. ווי קען איך דאָס אָפּשטעלן? פּאָזיטיווע חבֿרטע "פּאַיעיאַ" איז אַ באַטעמט שפּאַניש מאכל, וואָס באַשטייט פֿון רײַז, פֿלייש (אָדער מולטער־בריאות) און גרינסן. אָט איז אַ וועגעטאַרישער נוסח פֿון דעם רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דאָס פֿלייש מיט סויע־וווּרשט. די זאַפֿרען־בענדלעך גיבן צו אַ העל־געלן קאָליר. 2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל 8 אונץ (225 גראַם) סויע־וווּרשט 2 ציינדלעך קנאָבל 1 טעפּל קינאַרע־הערצלעך (artichoke hearts) 1 טעפּל צערעפֿטלטע קאַבאַקלעך (squash) טײַערע חזנטע, מײַנע טאַטע־מאַמע באַהאַנדלען מיך ווי איך וואָלט נאָך געווען אַ קינד. נאָך דעם ווי כ׳האָב גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, בין איך צוריק אַהיימגעקומען, כּדי אײַנצושפּאָרן אַ ביסל געלט. איך בין אַ לערער און איך בין צופֿרידן, וואָס איך האָב אַרבעט, אָבער די שׂכירות זענען קליין. טאַטע־מאַמע האָבן זיך געפֿרייט, וואָס איך בין צוריקגעקומען אַהיים — זיי האָבן עס מיר פֿאָרגעלייגט. אָבער זיי ווילן אַלע מאָל וויסן וועגן מיר, און פֿרעגן וווּ איך בין, וואָס איך טו אַזוי שפּעט בײַ נאַכט, און ווי שפּעט וועל איך בלײַבן? אָדער צי איך וועל מיט זיי עסן וועטשערע?... איך בין 23 יאָר אַלט און, מיר דאַכט, אַז איך דאַרף נישט אָפּגעבן קיין באַריכט צו מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך זאָג זיי דאָס, דערמאָנען זיי מיר, אַז איך וווין בײַ זיי אין הויז און מוז וווינען לויט זייערע כּללים. אַ געראָטענער פֿאָרשפּײַז דאַרף נישט זײַן בלויז געשמאַק, אָבער אויך שיין צום קוקן דערויף. אין דעם באַטעמטן רעצעפּט זעען די אַוואָקאַדע־העלפֿטן אויס ווי שיפֿעלעך — מלא־חן! 3 צײַטיקע "האַס"־אַוואָקאַדעס זאַפֿט פֿון 1 לימענע עטלעכע טראָפּנס שאַרפֿן סאָוס איילבערט־בוימל 2 צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן 2 בינטלעך אַשלעך (גרינע ציבעלעס), צעשניטן זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק טײַערע חזנטע, מײַן טאַטע טרעפֿט זיך מיט אַ פֿרוי וועלכע איז נאָר אויף 3 יאָר עלטער פֿון מיר. וואָס זאָל איך טאָן? איך האַלט, אַז ס׳איז אַ חוזק! ער און מײַן מאַמע האָבן זיך געגט מיט אַ סך יאָרן צוריק. ער מיינט, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין דער פֿרוי. מיר ווערט נישט גוט, ווען איך טראַכט, אַז עמעצן אין מײַן עלטער קאָן געפֿעלן ווערן מײַן פֿאָטער ווי אַ מאַנספּאַרשוין, און, פֿאַרקערט, אַז מײַן פֿאָטער ציט צו אַ פֿרוי פֿון מײַן עלטער. די געבוירן־טאָג־שׂימחה פֿון מײַן איין־יאָריק זונדל וועט באַלד פֿאָרקומען, און מײַן טאַטע וויל מיטברענגען דאָס מיידל צו דער שׂימחה. איך האַלט, אַז עס פּאַסט נישט, זי זאָל דאָרטן זײַן. זיי זעען זיך בלויז צוויי חדשים, און איך וועל זיך פֿילן אומבאַקוועם. ס׳איז דאָך מײַן הויז און מײַן שׂימחה. איך האַלט, אַז ער דאַרף קומען אַליין; פֿאַרבעטונג פֿאַר איינעם; אַניט, זאָל ער נישט קומען בכלל. ווי האַלט איר? אײַנגעשפּאַרטע טאָכטער אַז מע ברענגט פּורים שלח־מנות פֿאַר דער משפּחה און פֿרײַנד, איז תּמיד גוט אַרײַנצולייגן אַ שטיקל היימיש געבעקס. אָבער אַנשטאָט די געוויינטלעכע המן־טאַשן, פּרוּווט הײַיאָר אויס דעם רעצעפּט פֿאַר מאָן־לעקעך. די מעלה פֿון דעם רעצעפּט ליגט אין דעם וואָס ער ניצט ווייניקער פֿעטס ווי דער טראַדיציאָנעלער מאָן־לעקעך, אָבער איז נאָך אַלץ געשמאַק. 1/3 טעפּל מאָן־קערעלעך 1 לעפֿל צעריבן לימענע־שאָלעכץ 1 טעפּל מילעך מיט בלויז 2% פֿעטס 2 אייער 1/2־1 טעפּלעך צוקער 2 טעפּלעך מעל 1/2־2 לעפֿעלעך באַק־פּראָשיק 1/2 לעפֿעלע צימערינג 1/4 לעפֿעלע מושקאַט 3/4 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל 1 לעפֿעלע וואַניל 1 לעפֿעלע מאַנדלסענץ (almond extract) |