- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
4 צעהאַקטע פּאָמידאָרן בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור 1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער 2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 3 לעפֿל באַלזאַמישער עסיק זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַקט 8 אונצן (226 גראַם) ראַזעווע דינע ספּאַגעטי 1/2 טעפּל פֿריש־צעמאָלענע פּאַרמעזשאַנער קעז מישט צונויף די פּאָמידאָרן, באַזיליק און קנאָבל אין אַ גרויסער שיסל. גיסט צונויף אין אַ טעפּל דעם בוימל און עסיק, און באַגיסט דאָס פּאָמידאָרן־געמיש מיט דעם. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס און מישט עס גוט אויס. קאָכט אָפּ די לאָקשן, און גיסט אָפּ דאָס וואַסער. מישט די הייסע לאָקשן אַרײַן אינעם פּאָמידאָרן־געמיש; באַשיט עס מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז, ביז דער קעז צעלאָזט זיך, און דערלאַנגט צום טיש. טײַערע חזנטע,
די מאַמע פֿון אַ שרײַענדיק קינד
טײַערע מאַמע, 5 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 לעפֿל + 1 לעפֿעלע רויטער ווײַן־עסיק 1 לעפֿל האָניק 1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך כּשרער זאַלץ 4 לאַקס־פֿילעען 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 1/2 טעפּל צעשניטענע שוואַרצע מאַסלינעס, אָן קערעלעך 2 גרויסע, צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן 1 טעפּל סעלעריע, צעשניטן 1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. באַדעקט דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשמירט מיט אַ ביסל איילבערט־בוימל. אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף 2 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿעלע עסיק, דעם האָניק, די רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך און 1 לעפֿעלע זאַלץ. לייגט די לאַקס־פֿילעען אינעם בעקן און בערשט זיי פֿון אויבן און אויף די זײַטן מיטן האָניק־סאָוס. בראָט זיי ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין, 4—6 מינוט. דערווײַל הייצט אָן די איבעריקע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל, 1 לעפֿל עסיק און די מאַסלינעס אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. נאָך 30 סעקונדעס גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל און קאָכט עס ביז עס באַווײַזן זיך בולבעלעך, בערך 3 מינוט. מישט עס אויס מיט די פּאָמידאָרן, סעלעריע און מינץ. דערלאַנגט צום טיש מיטן לאַקס. 2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע 2 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק 2 לעפֿעלעך פֿרישע טימיאַן־בלעטעלעך זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער 1/3 טעפּל איילבערט־בוימל 2 טעפּלעך געקאָכטע רײַז, אָפּגעקילט 1/2 טעפּל צעשניטענע פּאָמידאָרן 1/2 טעפּל געקאָכטע גרינע אַרבעס 1/2 טעפּל צעשניטענע זומער־קאַבאַק 1/2 טעפּל רעפֿטלעך רעטעכער 3/4 טעפּל צעשניטענע שאַלאַט־בלעטער 1/3 טעפּל צעשניטענע גרינע אָדער רויטע ציבעלע צעמאָלט די ערשטע פֿיר באַשטאַנדטיילן אין אַ שפּײַז־מאַשין ביז ס׳איז גוט אויסגעמישט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דעם סאָוס. דרייט ווידער אָן די שפּײַז־מאַשין, און גיסט, בשעת־מעשׂה, צו־ביסלעך אַרײַן דעם בוימל. טײַערע חזנטע,
אומזיכער
טײַערע "אומזיכער", 2־3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע 1 לעפֿעלע קמיניק 1 לעפֿעלע פּאַפּריקע 1/2 לעפֿעלע זאַפֿרען, צעקוועטשט מיט די פֿינגער 2 לעפֿל ווײַסער ווײַן־עסיק זאַפֿט פֿון 1 לימענע 1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע 4 באַס־פֿילעען 4 גרויסע גאָלדענע קאַרטאָפֿל, אָפּגעשיילט 3 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער 1 רויטער זיסער פֿעפֿער, צעשניטן אין דינע רעפֿטלעך 2 טעפּלעך קאַרש־פּאָמידאָרן, צעשניטן אויף דער העלפֿט 1/2 טעפּל שוואַרצע מאַסלינעס טײַערע חזנטע,
נײַע מאַמע
טײַערע נײַע מאַמע, 1 קוסע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) 1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן 4 טעפּלעך פּאַרעווע יויך 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ (curry powder) הייצט דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלסיוס). שנײַדט די קוסע אין דער לענג און וואַרפֿט אַרויס די קערעלעך. באַשמירט די ראַנדן פֿון ביידע העלפֿטן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל און לייגט זיי, מיטן פּנים אַראָפּ, אויף אַ בלעך. בראָט זיי ביז זיי ווערן זייער ווייך, אַרום 1 שעה. לאָזט די קוסע־העלפֿטן זיך אָפּקילן. ניצנדיק אַ לעפֿל, שאָבט אויס דאָס פֿליישיקע פֿון דער פֿרוכט און גיט עס אַרײַן אין אַ שיסל. הייצט די איבעריקע 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעשניטענע ציבעלע און קאָכט זי ביז זי ווערט ווייך, אַרום 6 מינוט. גיט אַרײַן דאָס פֿליישיקע פֿון דער קוסע, מיט דער יויך און קאָרי־געווירץ, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען 10 מינוט. קילט אָפּ דאָס געמיש 5 מינוט. גיט עס אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין, מאַכט אַ פּירע, און גיסט עס אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען. 1 טעפּל ראַזעווע מעל 1/2 טעפּל האָבער־פֿאַרפֿל (rolled oats) 1/4 טעפּל צעהאַקטע מאַנדלען, וועלשענע ניס אָדער פּעקאַנניס 2 לעפֿעלעך באַקפּודער 1/2 לעפֿעלע צימערינג 2 באַנאַנעס 1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילך אָדער מאַנדלמילך 1 איי 1 לעפֿעלע מאַנדל-סענץ (almond extract) 1 טעפּל געמישטע פֿאַרפֿרויענע יאַגדעס שפּריצבוימל קליאָן־סירופּ (אויב איר ווילט) אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף די ערשטע פֿינף באַשטאַנדטיילן. אין אַ קלענערער שיסל, צעקוועטשט 1 באַנאַנע מיט דער מילך, איי און מאַנדל־סענץ. גיסט די פֿליסיקע אינגרעדיענטן אַרײַן אין די טרוקענע, און מישט גוט אויס. צעשנײַדט אויף רעפֿטלעך די צווייטע באַנאַנע און מישט זיי אַרײַן אינעם טייג, צוזאַמען מיט די יאַגדעס. באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און הייצט זי אָן איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיסט אַ פֿערטל טעפּל פֿונעם טייג אין דער פּאַטעלניע און קאָכט זי 2—3 מינוט אויף יעדער זײַט, ביז זי ווערט דערפֿון אַ גאָלדן־ברוינע לאַטקע. טוט דאָס זעלבע מיטן איבעריקן טייג. דאָס וועט מסתּמא קלעקן אויף אַכט לאַטקעס. שטעלט צום טיש מיטן קליאָן־סירופּ. 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך צעהאַקטע שוועמלעך 1/2 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן 1/4 טעפּל פֿרישער טימיאַן 1 טעפּל צעמאָלענע מאַנדלען 8—12 גרויסע בלעטער נאַפּאַ־קרויט הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל איבער אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, בערך 3 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קאָכט ביז זיי ווערן ווייך. גיסט אַרײַן דעם ווײַן און טימיאַן, העכערט דאָס פֿײַער, און קאָכט ביז ס׳רובֿ פֿונעם גיסעכץ ווערט אויסגעוועפּט. מישט אַרײַן די צעמאָלענע מאַנדלען. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל. קאָכט די קרויטבלעטער 3־4 מינוט ביז זיי ווערן אַ ביסל ווייכער. לייגט אַ לעפֿל פֿונעם שוועמל־געמיש אין יעדן בלעטל און וויקלט צונויף. טײַערע חזנטע,
דאַרף אומאָפּהענגיקייט 2 טעפּלעך צוקער 2 לעפֿל כּשרער, זיסער ווײַן 1 לעפֿל האָניק 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט 4 טעפּלעך אָפּגעשיילטע, צעהאַקטע עפּל 1 שטענגל צימערינג (cinnamon stick) 1/4 טעפּל צעהאַקטע ניס הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (176 צעלזיוס). לייגט די ניס אין אַ בעקן און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון בערך אויף 5—10 מינוט, ביז עס באַקומט זיך פֿון די ניס אַ זיסלעכער ריח און זיי הייבן זיך אָן צוצוברוינען. מישט צונויף דעם צוקער, וואַסער, ווײַן, האָניק, לימענע־זאַפֿט און צימערינג־שטענגל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער, ביז עס הייבט אָן ווערן דערפֿון אַ סירופּ, בערך 10 מינוט. מישט אַרײַן די עפּל און קאָכט איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז די עפּל ווערן אַ ביסל ווייכער. העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט ווײַטער ביז דער סירופּ ווערט געדיכטער. נעמט אַרויס דאָס צימערינג־שטענגל, און מישט אַרײַן די ניס. גיסט עס אַרײַן אין 4—5 סלויען און האַלט זיי אין פֿרידזשידער. |