רעצעפּטן

דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.

3 לעפֿל איילבערט־בוימל
6 ציינדלעך קנאָבל
1 פֿונט (454 גראַם) סטרוטשקעס

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן אַמאָליקער חבֿר האָט מיך נישט פֿײַן באַהאַנדלט די לעצטע חדשים פֿון אונדזער באַציִונג. מיט צוויי חדשים צוריק זענען מיר זיך צעגאַנגען און איך האָב געפֿילט אַזאַ ווייטיק ווי קיין מאָל נישט אין מײַן לעבן. אַזוי ווי מיר געפֿינען זיך איצט אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים, האָט ער געוואָלט רעדן מיט מיר. ער האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט מיך באַעוולט און האָט בײַ מיר געבעטן מחילה. האָב איך געענטפֿערט, אַז איך דאַרף דאָס איבערטראַכטן.

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען איך עס אין רעסטאָראַן פֿיש, און בפֿרט לאַקס (salmon), חידוש איך זיך תּמיד, ווי אַזוי מאַכן די קאָכערס עס אַזוי געשמאַק, אַז די הויט פֿונעם פֿיש ווערט שיין צוגעברוינט, אָבער אינעווייניק בלײַבט עס ווייך און זאַפֿטיק? נו, סוף־כּל־סוף, האָב איך זיך דערוווּסט דעם סוד! כּדי עס צוצוגרייטן דאַרפֿט איר אָבער האָבן אַ גרויסע היץ־באַוואָרנטע פּאַטעלניע — מיט אַנדערע ווערטער, אַ פּאַטעלניע וואָס מע קען אויך אַרײַנשטעלן אין אויוון.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַנע צוויי קינדער אין עלטער פֿון 5 און 7 ווילן נישט בלײַבן מיט מיר אין שיל דעם גאַנצן ראָש־השנה. זיי טענהן, אַז זייערע חבֿרים בלײַבן נישט אין שיל פֿאַרן גאַנצן דאַווענען. איך האַלט, אַז אויב זיי ווילן וויסן און ליב באַקומען די תּפֿילות, דאַרפֿן זיי בלײַבן; קיין אַנדער אופֿן איז נישט פֿאַראַן. וואָס זאָל איך טאָן?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

זאָל איך שענקען אונדזער טעלעוויזאָר ווי אַ צדקה, און אַזוי אַרום זיך פּטרן פֿון אים אויף אייביק? מײַנע קינדער, יוגנטלעכע, קוקן צו פֿיל טעלעוויזיע! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא, אַז זיי וועלן זיך פֿילן אַנדערש ווי זייערע חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן?

רעצעפּטן

ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ.

אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

לעצטנס, זענען חבֿרים פֿון פֿלאָרידע געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ באַזוך אויף פֿינעף טעג. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין אַזוי פֿאַרנומען בײַ דער אַרבעט, האָבן מיר זיך געטראָפֿן עטלעכע מאָל. מיר האָבן געהאַט אָפּגערעדט נאָך אַ מאָל זיך צו טרעפֿן זונטיק, און איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דעם באַגעגעניש. שבת־צו־נאַכטס, האָבן זיי מיר געקלונגען, אַז זיי קענען נישט קומען זונטיק, ווײַל אַן אַנדער חבֿר, וואָס זיי האָבן שוין לאַנג נישט געזען, האָט נאָר געקענט זיך טרעפֿן מיט זיי יענעם טאָג און אין דער צײַט.

רעצעפּטן

זומער־צײַט גלוסט זיך צו זופּן אַ קאַלט געטראַנק, בעת מע לייענט די צײַטונג אָדער אַ ראָמאַן; און אויב דאָס געטראַנק האָט ווייניק פֿעטס — איז נאָך בעסער.

פּרוּוט זשע אויס אָט דעם גרינגן רעצעפּט. איר קענט די יאַגדעס אויסמישן אין אַן עלעקטרישן מישער ("בלענדער") אָדער אין אַ קאָכמאַשין (food processor).

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן פֿרעסט דעם גאַנצן טאָג — חזיר אויף ביידע באַקן. מיר געבן אויס גאָר אַ סך געלט אויף עסן. איך האָב מורא, אַז ער נעמט זיך צו ביסלעך דאָס לעבן און וועט אַוועקשטאַרבן פֿון פֿאַרשטאָפּטע אַרטעריעס. ער הערט זיך נישט צו צו מיר, און נישט צו די דאָקטוירים — צו קיינעם נישט. ער איז זייער דיק און ס'איז מיר שווער צו קוקן אויף אים. וואָס זאָל איך טאָן, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מיר?

פֿאַרזאָרגט


טײַערע פֿאַרזאָרגט,

עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט זיך טאַקע זאָרגן וועגן אײַער מאַנס געזונט. פֿעטקייט איז אַ קרענק און דאָס עסן קען ווערן אַן אַדיקציע. אויב אײַער מאַן וועט נישט וועלן בײַטן זײַן לעבן־שטייגער און אָננעמען די ריכטיקע בײַטן צו פֿירן אַ געזונטן לעבן, וועט ער זײַן געזונט פּטרן. איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נאָר האַלטן אין שטוב געזונטע עסנס און אים מוטיקן צו עסן ריכטיק און באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע הילף.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ חבֿרטע וואָס לעבט אויס מײַן חלום. זי איז אַן איידעלע און וווילע חבֿרטע, אָבער ווען איך קוק אויף איר, זע איך אַלץ וואָס איך בין נישט געוואָרן. זי איז אַן אַדוואָקאַט אויף אַ גוטער שטעלע, מיט אַ פֿײַנער קאַריערע; איך בין אַ סעקרעטאַרשע. זי איז שיין און דאַר און האָט אַ מאַן; איך בין נישט קיין יפֿת־תּואר, כ'בין דיקלעך, און אַ געגטע. זי איז גוט צו יעדן איינעם; אין דער פֿרי בין איך תּמיד שלעכט אויפֿגעלייגט. איך וויל זיך חבֿרן מיט איר, אָבער ווי קען איך נישט זײַן איר מקנא? זאָל איך מער נישט בלײַבן איר חבֿרטע?

גרינע


טײַערע גרינע,

רײַסט נישט איבער די פֿרײַנדשאַפֿט, צוליב אײַערע געפֿילן, אַז איר טויגט נישט. דער ציל אין לעבן איז צו זײַן דאָס בעסטע וואָס מע קען זײַן. אויב איר האַלט, אַז איר קענט מאַכן אַ בעסערע קאַריערע, אָדער פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט, אָדער געפֿינען אַ וועג צו זײַן בעסער אויפֿגעלייגט אין דער פֿרי, דאַרפֿט איר זיך שטעלן עס פֿאַר אַ ציל. אמתע חבֿרים איז שווער צו געפֿינען, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט זיך בעסער פֿילן, ווען איר בלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע, נישט געקוקט אויף די געפֿילן פֿון קינאה. אין דער תּורה שטייט, אַז מע זאָל נישט גלוסטן נאָך דעם וואָס דער שכן האָט. עס מאַכט זיך, אַז מע האָט אַזוינע געפֿילן; אָבער מע קען זיי בײַקומען, אויב מע גייט אויפֿן ריכטיקן וועג.


טײַערע חזנטע,

איך בין 37 יאָר אַלט, אַן אַלטער בחור, און וווין מיט מײַן מאַמען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע האַלט, אַז איך דאַרף איר באַווײַזן, אַז איך קען וווינען אַליין אַ יאָר לאַנג, איידער זי וועט מיט מיר חתונה האָבן. איך וויל מיט איר חתונה האָבן איצט. ווער איז גערעכט?

אַ מאַמעס אַ ייִנגל


טײַערער אַלטער בחור,

אויב אײַער חבֿרטע זאָרגט זיך, אַז איר קענט נישט וווינען אַליין, דאַרפֿט איר טאַקע איר ווײַזן, אַז איר קענט יאָ דאָס דורכפֿירן און זײַן אומאָפּהענגיק. לאָזט זיך נישט אַרײַן אין קריגערײַען מיט איר; גיט איר בטחון.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.

2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
1/4 טעפּל צעהאַקטע רויטע ציבעלע
2 טעפּלעך מאַנדאַרינען־זאַפֿט

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין קלוגע. אין שול האָב איך תּמיד שווער געהאָרעוועט, כּדי צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. עס קומט מיר אָן שווער צו פֿאַרשטיין פּאָליטיק און איך דאַרף איבערלייענען אַ מאַפּע עטלעכע מאָל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אין וועלכער ריכטונג איך זאָל פֿאָרן. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ נײַע שטעלע ווי די סעקרעטאַרין בײַ אַ דאָקטער, און יעדן טאָג זיץ איך ווי אויף שפּילקעס. איך האָב מורא, אַז איך וועל מאַכן אַ טעות און אָט־אָט וועט מען זיך כאַפּן, אַז איך טויג נישט.

רעצעפּטן

געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רע­צעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.

שפּריצבוימל
1 צעשניטענער פּאַטלעזשאַן
4 צעשניטענע פּאָמידאָרן