- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעכן מיטוווינער דאָס ערשטע יאָר אין קאָלעדזש. מיר זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און גוט פֿאַרבראַכט דאָס גאַנצע יאָר. אין מיטן פֿונעם צווייטן יאָר, האָט דזשעניפֿער באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מיר. איך האָב זיך געפֿילט געטראָפֿן. איצט, אַכט יאָר שפּעטער, האָב איך געפֿונען איר קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע אויפֿן וועבזײַטל "פֿייסבוק". זאָל איך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר? אָדער כ׳זאָל גאָרנישט טאָן, ווײַל זי האָט מיר שוין קלאָר געוויזן, אַז אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איז, אין תּוך, נישט געווען אַזאַ נאָענטע? טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דעסערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
טײַערע חזנטע, איך לערן זיך אַ צווייטן זמן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ די שריפֿטלעכע עקזאַמענס, באַקום איך גוטע צייכנס, ווײַל איך האָב אַ גוטן זכּרון און קען געדענקען אַ סך ווערטער. אָבער דאָס רעדן גייט בײַ מיר שווערער. איך בין שוין געווען אויף עטלעכע "יוגנטרוף"־אַקטיוויטעטן, אָבער איך ווער נערוועז צוליב דעם וואָס איך קען נישט אַ פּאָר ווערטער אַרויסרעדן. איך וויל קומען אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף", אָבער איך האָב מורא, זיך צו פֿילן אַ פֿאַרלוירענער. ווי קען איך פֿאַרבעסערן מײַן רעדן ייִדיש? איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַשקע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און וויטאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך. טײַערע חזנטע, מיר דאַכט, אַז איך בין אַ "וואַנטבלום", וואָס קיינער וויל נישט מיט איר רעדן, נישט שפּילן אָדער האָבן צו טאָן מיט איר. ווען איך בין צווישן אַנדערע מענטשן, פֿיל איך, אַז איך טויג נישט אין גאַנצן. איך בין נישט אַזוי שיין ווי אַנדערע פֿרויען און איך וועג צו פֿיל. איך טראָג נישט קיין טײַערע קליידער און נישט קיין סך צירונג. איך בין אַ סימפּאַטישע און ערלעכע, אָבער איך ווייס, אַז כ׳בין נישט גענוג קלוג. ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינטערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּיקאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן. בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום. טײַערע חזנטע, איך בין אַ געגטער, וואָס זוכט שטענדיק די "פֿרוי פֿון מײַנע חלומות". איך בין צופֿרידן מיט מײַן לעבן און קאַריערע און האָב אַ וווּנדערלעכע משפּחה, קינדער און פֿרײַנד. אָבער ביז איך געפֿין "זי", פֿיל איך אַ פּוסטקייט און נישט־דערגאַנצקייט. אינעם איצטיקן מאָמענט האָב איך קיינעם נישט אין זינען. אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.
3/4 טעפּל מעל
טײַערע חזנטע, איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, אָבער דער יצר־הרע בײַ מיר איז ווי בײַ אַ בחור. יעדע פֿרוי וואָס גייט פֿאַרבײַ, צינדט אָן אַ פֿלאַם אין מיר. איך האָב זייער ליב מײַן פֿרוי און איך וויל איר נישט וויי טאָן. צי איז עס אַ פּראָבלעם ווען מע האָט אַן איין־מאָליקע באַציִונג מיט אַן אַנדער פֿרוי? איך קען אַנדערש נישט אײַנשטילן מײַן תּאווה. צי איז דאָס נאָרמאַל צו האָבן אַזעלכע געדאַנקען? און וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם? כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.
1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
טײַערע חזנטע, איך האָב אַ טאָכטער וואָס איז פֿופֿצן יאָר אַלט. זי לערנט זיך אין זייער אַן אַקאַדעמישער שול, און באַקומט גוטע צייכנס. לעצטנס, נאָך אַן עקזאַמען, האָט מײַן טאָכטער באַקומען אַ העכערן צייכן ווי איר חבֿרטע; אָבער, אַנשטאָט אָפּצוגעבן מזל־טובֿ, האָט איר חבֿרטע זיך באַקלאָגט — ווי קען דאָס זײַן, אַז איר צייכן איז געווען ערגער. |