רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר ווילט אַ גרינג, געזונט מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן סאַלאַט, וואָס באַשטייט פֿון ראַזעווע לאָקשן (לאָקשן געמאַכט פֿון גראָבמעל) אַנשטאָט די ווײַסע. קליינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך

10 אונץ (285 גראַם) בראָקאָלי, צע­שניטן אויף קליינע שטיקלעך
3—4 רעטעכלעך, געשניטן אויף גאָר דינע רעפֿטלעך

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיט אַ מאָל איז מײַן 17־יעריק טעכטערל געוואָרן זייער פֿרײַנדלעך מיט דער וועלט. כאָטש, על־פּי־לאָגיק, פֿאַרשטיי איך, אַז די אַנטוויקלונג איז אַ גוטע, ווײַל זי איז קלוג און אַחריותדיק, האָב איך, פֿון דעסטוועגן, מורא. ווען זי איז נישט מיט מיר, זאָרג איך זיך וועגן אַלץ — צי איז דער שאָפֿער פֿון איר אויטאָ אַ גוטער? צי זאָל איך איר קלינגען און הערן וואָס זי טוט? געפֿינט זי זיך אין זיכערע הענט?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען איך קיין מאָל נישט מאַכן קיין באַשלוס? איך קווענקל זיך הין און צוריק וועגן יעדן ענין, יעדן באַשלוס. ווען איך בין אין אַ קליידער־געשעפֿט, קען איך נישט באַשליסן וואָסערע מלבושים צו קויפֿן. איך בין קיין מאָל נישט זיכער, וואָסער קלייד פּאַסט מיר מער. אַפֿילו נאָך דעם ווי איך קויף עפּעס, זאָרג איך זיך, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און פֿרעג זיך, צי איך האָב ריכטיק באַשלאָסן. פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער?

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

טאָמער זוכט איר אַ גרינגן צושפּײַז צו באַגלייטן אַ פֿיש־מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט. ס׳דויערט ווייניק צײַט צוצוגרייטן, און איז גאַנץ געשמאַק.

איר קענט פֿאַרבײַטן דעם פֿרישן טימיאַן און ראָזמאַרין מיט די געטריקנטע בלעטער, אָבער אויב יאָ — ניצט בלויז 1/2 לעפֿעלע פֿון ביידע.

4 קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿליעס
2 לעפֿל פּוטער

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

תּמיד ווער איך דערשלאָגן אין דער צײַט פֿון יאָר. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז איך האָב פֿאַר זיך געשטעלט, בײַם אָנהייב יאָר, אַ ציל צו בײַטן אַ סך אין מײַן לעבן — פֿאַרלירן וואָג, באַקומען אַ בעסערע אַרבעט, שאַפֿן נײַע חבֿרים — און צום סוף יאָר, זע איך, אַז איך בין דער זעלבער וואָס פֿריִער. פֿאַר וואָס קען איך נישט דערגרייכן מײַנע צילן?

רעצעפּטן

אונדזער לייענער, נח מילער, האָט אונדז געבעטן אָפּדרוקן אַ רעצעפּט פֿאַר אַ זיס־און־זויער ראָסל־פֿלייש, וואָס זײַן באָבע פֿלעג אָנרופֿן אַ ווײַניקן ראָסל.

איך האָב געפֿונען צוויי רעצעפּטן: איינער הייסט קאָכן דאָס פֿלייש אויפֿן אויוון, און דער צווייטער — אין אויוון. דאָס מאכל אויפֿן אויוון ניצט עסיק, נישט ווײַן, מסתּמא ווײַל עסיק איז וואָל­ווע­לער. אויב איר ווילט, קענט איר ניצן עסיק אַנ­שטאָט ווײַן (אָדער האַלב־ווײַן, האַלב־עסיק) אויך אינעם צווייטן רעצעפּט.

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן פֿרוי גייט דורך אַ שווערע צײַט און איך ווייס נישט ווי איר צו העלפֿן. זי איז די בעסטע פֿרוי און די בעסטע מאַמע פֿאַר אונדזערע דרײַ קינדער. אונדזער ייִנגסטע קינד איז ערשט אַוועק אין קאַלעדזש און מײַן פֿרוי איז געוואָרן אין גאַנצן צעמישט און צעטראָגן. זי האַלט, אַז זי האָט פֿאַרלוירן איר ציל אין לעבן און וויל אַדאָפּטירן אַ קינד פֿון כינע! איך וויל פּשוט מיר זאָלן ביידע הנאה האָבן פֿון אונדזערע פּענסיעס צוזאַמען. ווי קען איך איר העלפֿן?

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך קענען נישט געפֿינען קיין פּשרה ווען מיר זאָלן האָבן קינדער. דער חילוק אין עלטער צווישן אונדז איז אַ גרויסער. ער איז מיט עלעף יאָר עלטער. מיר האָבן חתונה געהאַט בלויז מיט אַ יאָר צוריק. איך וויל מער צײַט בלײַבן אַליין מיט זיך, אָן קינדער. שמואל, פֿאַרקערט, וויל נישט ווערן קיין אַלטער טאַטע. ווי אַזוי זאָלן מיר די פּראָבלעם אויסגלײַכן?

רעצעפּטן

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אונדזער לייענער, נח מילער, געבעטן בײַ אונדז אַ רעצעפּט פֿאַר זראַזעס. אַ דאַנק דעם מיטאַרבעטער אין רעדאַקציע, באָריס בודיאַנסקי, וואָס קען רוסיש, האָט זיך טאַקע אָפּגעפֿונען אויף רוסיש אַ צאָל רעצעפּטן פֿאַר זראַזעס מיט פֿאַרשידענע נוסחאָות: איינער, מיט האַרטע אייער און אַשלעך (גרינע ציבעלע); אַ צווייטער, מיט אַ רײַז־פֿילעכץ, און אַ דריטער, מיט זויערע אוגערקעס. מיר רעכענען דאָ אויס אַלע ברירות.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר האָט ליב קנאָבל וועט איר זיך באַלעקן מיט דער זופּ, וואָס באַשטייט פֿון אַ גאַנץ הייפּטל קנאָבל! זאָרגט זיך נישט וועגן דער שאַרפֿקייט — בשעתן קאָכן, ווערט דער קנאָבלדיקער טעם אַ סך ווייניקער שאַרף, בעת ער מישט זיך אויס מיט די אַנדערע באַשטאַנדטיילן.

די זופּ איז אויך זייער געשמאַק ווען איר גרייט זי צו אין אַ פּאַמעלעך־קאָכער (אַן עלעקטרישער טאָפּ, וואָס קאָכט די זופּ צו־ביסלעך, במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג אָדער אַ גאַנצע נאַכט). מע קען די זופּ אויך צוגרייטן ערבֿ שבת, און לאָזן זי איבערנאַכט אויפֿן בלעך, כּדי צו עסן זי שבת בײַ טאָג, אַנשטאָט טשאָלנט.

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַן אַלקאַהאָליקער. איך בין ניכטער געוואָרן מיט פֿינף יאָר צוריק און איך בין שטאָלץ מיט מײַן פּראָגרעס. איך גיי אויף אַן "איי־איי"־זיצונג ("אַנאָנימער אַלקאַהאָליקער") יעדע וואָך, און האָב בדעה אַזוי צו טאָן אויך ווײַטער, כּדי איך זאָל קענען בלײַבן ניכטער. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ באַציִונג מיט אַ מיידל, וועלכע איך מיין איז אַזוינס און אַזעלעכס. ווען זאָל איך איר אויסזאָגן דעם סוד וועגן מײַן שיכּרות?

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס איז אַ גיך מאכל צוצוגרייטן, און זייער אַ געשמאַקס דערצו, צוליב דעם לימענע־באַטעמטן ווײַן־סאָוס. נאָכן אויסקוועטשן די לימענעס, וואַרפֿט נישט אַרויס די לימענע־העלפֿטן, ווײַל איר וועט זיי דאַרפֿן, כּדי צוצוגרייטן דעם סאָוס.

2 בייליק־העלפֿטן (chicken breast), אָן הויט און ביינער
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער