- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי אַזוי געזעגנט מען זיך? טײַערע חזנטע, ס‘איז מיר אַלע מאָל שווער צו שליסן אַ באַציִונג מיט אַ ייִנגל. איך האָב איצט אַ חבֿר, ראָב, וואָס איז אַזוי שיין, אַזוי זיס, אַזוי גוט און אַזוי — נישט צוגעפּאַסט צו מיר! מיר זענען צוזאַמען שוין אַ חודש לאַנג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אים דערציילט, אַז איך בין נישט זיכער, צי אונדזער באַציִונג וועט זיך אויסאַרבעטן. ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז מע קען קיין מאָל נישט וויסן, אַז "אַלץ וואָס מיר קענען טאָן איז בעסער צו זיך באַקענען און אויסצוגעפֿינען". מע קען דערקענען ווי באַליבט אַ ייִדיש מאכל איז, לויט דער צאָל נעמען. געוויקלט קרויט מיט פֿלייש איז איינס פֿון די מאכלים. מע רופֿט עס אויך האָלובצעס, האָלעשקעס, פּראַקעס און מסתּמא אויך מיט אַנדערע ווערטער. געוויינטלעך, קאָכט מען זיי אויס אין אַ זיס־און־זויערן פּאָמידאָרן־סאָוס. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן אויסצופּרוּוון אַ נײַעם רעצעפּט פֿאַר האָלעשקעס, אָן פֿלייש, און אָן צוקער. וויפֿל פֿעלערן קענען מיר מאַכן? טײַערע חזנטע, איך בין אַלט געווען 10 יאָר ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע. די ערשטע קרבנות זענען געפֿאַלן מײַן פֿאָטער און ברודער. איך בין באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אוישוויץ נאָך 5 יאָר לײַדן מיט אַ וואָג פֿון 27 קילאָ, מיט טיפֿוס און טובערקולאָז. איך האָב באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ישׂראל. נאָך 3 חדשים האָב איך דאָרטן זיך באַקענט מיט מײַן ליבן מאַן שמואל ראָזענבאַום. טײַערע חזנטע: איך וווין איצט אַליין, זינט מײַן בעני איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק. איך גיב זיך אַן עצה און בדרך־כּלל קען איך אויסקומען אַליין בײַ טאָג: איך שפּיל קאָרטן מיט חבֿרים, גיי ווי אַ פֿרײַוויליקער אין מײַן שיל, פֿאַרברענג מיט מײַנע אייניקלעך. די פּראָבלעם איז בײַ נאַכט: איך קען נישט שלאָפֿן און בין תּמיד איבערגעשראָקן. אויב איר האָט ליב לאַזאַניע אָבער זאָרגט זיך וועגן דעם הויכן פּראָצענט פֿעטס, אָט האָט איר אַ געשמאַקן רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דעם בוימל אויף יויך, און באַטעמט עס מיט סויע־סאָוס און באַלזאַמישן עסיק. די גרעסטע מעלה פֿון דעם מאכל: מע דאַרף נישט באַזונדער אָפּקאָכן די לאָקשן. אַ דאַנק דעם יויך, ווערן די לאָקשן דורכגעקאָכט, בעתן באַקן. דער אויסזען פֿון אַ מאָלצײַט איז אַ מאָל פּונקט אַזוי וויכטיק ווי דער טעם, בפֿרט ווען עס רעדט זיך וועגן צוגרייטן אַ ספּאָנטאַנע וועטשערע, נאָך אַ שווערן טאָג בײַ דער אַרבעט. איך האָב זייער ליב וואָס מע רופֿט אין אַמעריקע אַ רומענישן (און אַ מאָל — רוסישן) פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, אָבער כאָטש איך האָב יאָרן לאַנג אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע רעצעפּטן, האָט עס קיין מאָל נישט געהאַט דעם טעם פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט בײַ מײַנע רוסישע פֿרײַנד, אָדער אין די רעסטאָראַנען און אויף שׂימחות. כ׳האָב אָנגעהויבן צו פֿילן ווי דער קעניג אַרטור, וואָס זוכט אָן אויפֿהער דעם הייליקן גראַל. פֿאַרליבט בײַ דער אַרבעט טײַערע חזנטע, איך בין פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וואָס איך קען פֿון דער אַרבעט. איך זע זי יעדן טאָג און עס מאַכט מיך משוגע. כ׳האָב געטאָן אַלץ, וואָס איך קען — כ׳האָב זי פֿאַרבעטן אויף מיטאָג מיט מיר; דאַכט זיך, אַז זי האָט הנאה געהאַט די ערשטע וואָך, אָבער זינט דעמאָלט איז זי "פֿאַרנומען". ווי אייביק איז די ליבע? טײַערע חזנטע, מײַן ווײַב, וואָס כ׳האָב מיט איר צוזאַמענגעלעבט 48 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געווען און וועט אייביק זײַן מײַן איינציקע אמתע ליבע. אָבער לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס געפֿעלט מיר. הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט. הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַטער שטאָט. עס גלוסט זיך אײַך אַ האַמבורגער, נאָר דער דאָקטער האָט אײַך באַפֿוילן נישט צו עסן קיין רינדערן פֿלייש. פּרוּווט פֿאַרבײַטן דאָס פֿלייש מיט טונפֿיש. כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס מאכל, ניצט דעם גרייטן טונפֿיש פֿון די פּושקעס. אָבער געדענקט, ווען איר עפֿנט די פּושקע, זאָלט איר פֿריִער לאָזן אָפּרינען דעם זאַפֿט. דער כריין אין דעם רעצעפּט גיט צו אַ געוויסע שאַרפֿקייט צום טעם. טאָמער זענט איר שפּירעוודיק אויף שאַרפֿע עסנס, גיט אַרײַן ווייניקער ווי 1/2־1 לעפֿעלע כריין, אָדער לאָזט אים אַרויס אין גאַנצן. אַ קרופּניק איז אַ גערשטן־זופּ (barley soup, בלע״ז), וואָס ווערט געוויינטלעך געמאַכט מיט רינדערן פֿלייש. אָט האָט איר אַ וועגעטאַרישן נוסח, וואָס איז אַזוי געדיכט און "רײַך" מיט פּראָטעיִן, אַז, באַגלייט מיט פֿריש שוואַרץ ברויט, קאָן ער דינען ווי אַ גאַנצער מיטאָג. דער קרופּניק איז נאָך מער געשמאַק, ווען מע עסט אים מיט אַ טאָג שפּעטער. אויב די זופּ איז צו געדיכט בײַם אָנוואַרעמען, גיט צו 1/4 טעפּל וואַסער. |