Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין דעם איצטיקן פּאָליטישן סעזאָן האָט זיך זייער פֿרי אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע, וואָס וועט אַ פּנים אָפּקאָסטן אַ ביליאָן דאָלאַר און בלי-ספֿק ברענגען אַ נײַעם אײַנוווינער אין דעם "ווײַסן הויז". אייניקע זשורנאַליסטן טראָגן עס אונטער אַזוי, גלײַך ווי ס׳איז שוין כּמעט קלאָר דער נאָמען פֿון דעם קומענדיקן פּרעזידענט — הילאַרי קלינטאָן. צוריק גערעדט, ס׳איז דאָך אַפֿילו ראַציאָנעל, ווײַל זי וועט ניט מוזן פּטרן קיין צײַט צו מאַכן קלאָר וווּ עס געפֿינט זיך דער וואַשצימער און אַנדערע חדרים אין דעם בנין, אין וועלכן זי האָט געהאַט פֿאַרבראַכט אַ שיין ביסל צײַט ווי די "ערשטע ליידי".


פּאָליטיק

דאָס קעפּל פֿון דעם איצטיקן אַרטיקל איז נישט אָריגינעל מײַנער און איך גלייב נישט, אַז איך וואָלט עס גענוצט פֿריִער, ווײַל מיט אַרום דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ זייער גוטע מיינונג וועגן דזשימי קאַרטער.

איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די טעג פֿון די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, אין וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע און פּאָזיטיווע ראָלע.


פּובליציסטיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע שטעכט דורך די ליפּ בײַ אַ מיידל, אויף דער יערלעכער

איך שטיי בײַ דער קאַסע אינעם "פֿוד עמפּאָריום" סופּערמאַרק, און וואַרט צו באַצאָלן. די יונגע קאַסירערין אַרבעט פֿלינק. אָבער דערנאָך, ווען זי עפֿנט דאָס מויל מיר צו זאָגן דעם פּרײַז, דערזע איך אויף דער צונג אַ זילבערדיק צונג־רינגל. נישט ווילנדיק, רופֿט עס אַרויס אין מיר אַ מיגל. ערשט דעמאָלט באַמערק איך אויך אַ צווייט רינגל אויף דער לינקער ברעם, און אַ דריטס אויפֿן פּופּיק, וואָס ווינקט אַרויס אונטער איר קורץ העמדל.


טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָניקאַ ורדימון

אינעם אַקטיאָרן־פּערסאָנאַל פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרנעמט מאָניקאַ אַ באַזונדערן, חשובֿן פּלאַץ. מאָניקאַ באַזיצט אייניקע אייגנשאַפֿטן און מעלות וואָס שטרײַכן אונטער איר קינסטלערישע פּערזענלעכקייט ווי אַן אַקטריסע און זינגערין. זי איז זייער אַ שיינע און רעפּרעזענטאַטיווע פֿרוי, זי האָט אַ גלענצנדיקע, גוט־אויסגעשולטע שטימע, אַ פּרעכטיקע דיקציע, און, ווי זאָגט מען עס בײַ אונדז, ייִדן — "אַ מויד, אַ ברען".


ליטעראַטור

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

8

דער נאַקן האָט איר געבראָכן. זי האָט אײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען, ווי מע פֿאַרשטעקט מיט אַ פֿאַרשטעקל דאָס שמאָלע גערגעלע פֿון אַ פֿלאַש: אפֿשר וועט עס איר העלפֿן אײַנצושטילן דעם ווייטיק, נישט לאָזן אים זיך צו פֿאַרשפּרייטן איבערן לײַב. אַזוי, אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם און פֿאַרזשמורעט די אויגן, האָט זי זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם געלעגער און געוואַרט ביז די ספּאַזמע וועט זי אָפּלאָזן.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ויקהל

אין אָנהייב פֿון אונדזער פּרשה, דערציילט די תּורה, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגעזאַמלט אַלע ייִדן און זיי אָנגעהויבן אָנזאָגן וועגן אָפּהיטן דעם שבת. צווישן די אַנדערע רייד זאָגט דאָ דער פּסוק: "ששת ימים תּיעשׂה מלאָכה, ובֿיום השבֿיעי יהי׳ לכם קודש וגו׳" — זעקס טעג זאָל געטאָן ווערן מלאָכה, און אינעם זיבעטן טאָג זאָל בײַ אײַך זײַן ׳קודש׳, הייליק...