- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 8 דער נאַקן האָט איר געבראָכן. זי האָט אײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען, ווי מע פֿאַרשטעקט מיט אַ פֿאַרשטעקל דאָס שמאָלע גערגעלע פֿון אַ פֿלאַש: אפֿשר וועט עס איר העלפֿן אײַנצושטילן דעם ווייטיק, נישט לאָזן אים זיך צו פֿאַרשפּרייטן איבערן לײַב. אַזוי, אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם און פֿאַרזשמורעט די אויגן, האָט זי זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם געלעגער און געוואַרט ביז די ספּאַזמע וועט זי אָפּלאָזן. יעדער דור אַמעריקאַנער דאַרף האָבן זײַן אייגענעם "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן", אַ ווערק פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם, וואָס מאָלט דעם סימבאָלישן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט — אַזוי פֿירט זיך דאָ אין אַמעריקע. צו אַזאַ מין ראָמאַנען געהערן "מאָבי דיק" פֿון הערמאַן מעלוויל, "האָקלבערי פֿין" פֿון מאַרק טווען, ראָמאַנען פֿון וויליאַם פֿאָלקנער, סקאָט פֿיצדזשעראַלד, פֿיליפּ ראָט. צו שאַפֿן אַ "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן" איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון אַ שרײַבער אין אַמעריקע. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 7 שׂרוניע איז שוין געלעגן אין בעט, צוגעדעקט מיט אַ וואַרעמער געשטעפּטער קאָלדרע, וואָס זי האָט געבראַכט פֿון "דאָרטן". און ווידער איז איר אויסגעקומען דעמאָלט, בײַם אײַנפּאַקעווען דעם באַגאַזש, אויסצוהערן פֿון איר הויזגעזינד שטעכיקע מבֿינות: "ווער דאַרף אין ישׂראל האָבן אַזאַ וואַרעמע זאַך?!" און אַז מע דאַרף נישט, האָט בײַ זיך געטראַכט שׂרוניע, קאָן מען דען אַזוי זיך וואַרפֿן מיט אַזאַ קאָלדרע? די קאָלדרע האָט דאָך אָפּגעהיט זייער ביידנס נאָענטשאַפֿט, שׂרוניעס און דודס; וויפֿל סודות האָט זי פֿאַרדעקט און אָפּגעהיט? וויפֿל שרעקן אויסבאַהאַלטן? און איצט טיילט שׂרוניע מיט דער אַלטער קאָלדרע איר עלנטקייט און אירע דערמאָנונגען. דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע פֿון פּוילישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן געהאַט דרײַ ליבעס אין זייער לעבן: מאָדערנע ליטעראַטור, סאָציאַליזם און די שטאָט וואַרשע. דאָס זײַנען געווען מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געגעבן דעם טאָן אין דער פּוילישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַלע האָבן זיי געשריבן לידער, אָבער זייער חלום איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן אין פּוילן און אין דער וועלט. אַלכּסנדר וואַט און זײַן פֿרוי אָלאַ, וולאַדיסלאַוו בראָנעווסקי און זײַן פֿרוי יאַנינאַ, יוליאַן טובֿים, וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, אַנטאָני סלאָנימסקי, ברונאָ יאַסענסקי — אַלע זײַנען זיי געווען די דעה־זאָגער פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור. קאַרל־וואָלף בירמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1936, אין האַמבורג. זײַן פֿאָטער דאַגאָבערט בירמאַן — אַ ייִד און אַ קאָמוניסט — האָט געאַרבעט בײַ דער שיפֿבויערײַ און איז געווען אַנגאַזשירט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, שפּעטער אַרעסטירט און אומגעקומען אין 1943, אין אוישוויץ. נאָך דעם קריג טרעט אַרײַן דער קליינער וואָלף אין דער קאָמוניסטישער קינדער־אָרגאַניזאַציע "יונגע פּיאָנערן" און באַטייליקט זיך ווי אַ לייטער פֿון אַ פּיאָנערן־אָטריאַד אין דער "אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט־באַגעגעניש" אין מיזרח־בערלין (1950). (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 5 אין גיכן נאָך פֿירוניען האָט אָנגעקלונגען איליק פֿון דײַטשלאַנד: די שוועסטער האָט אים געזאָגט, אַז איר געפֿעלט נישט ווי די מאַמע רעדט. שׂרוניע האָט זיך אײַנגעהערט אינעם זונס קול, און זיך געפּרוּווט פֿאָרצושטעלן זײַן פּנים. זי האָט נישט געזען איליקן שוין איבער זעקס יאָר. דער מחותּן מיט זײַן הויזגעזינד האָבן וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל נישט געוואָלט הערן — אָדער אין אַמעריקע, אָדער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע איז נישט געווען ווער עס זאָל זיי אַרויסרופֿן, האָבן די דײַטשן געקראָגן אויף זיי רחמנות. דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור. (אָנהייב אין פֿריִערדיקן נומער) 4 אָט, זאָגט מען: זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ... די חנעוודיקע פֿרוי עדיטע האָט איר דערציילט, אַז אַזוי פֿאָרן זיי כּמעט יעדן טאָג אַרום איבער ישׂראל און מענטשן, אַזעלכע ווי שׂרוניע, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, דערציילן זייערע נישט־פֿאַרשניטענע געשיכטעס. און אַזוי קומט פֿאָר אויך מיט אַלע ניצול געוואָרענע, וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן — סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער גאָרער וועלט. דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט. 3 זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"1), אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". עס איז לעצטנס דערשינען דער צווייטער נומער פֿון דעם נײַעם זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית, אַרויסגעגעבן פֿון דעם "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי ווי דער ערשטער, איז אויך דער צווייטער נומער פֿון דעם זשורנאַל אינטערעסאַנט און זייער אײַנדרוקספֿול, ממש אַ שעדעווער, אַן אויסנאַם. ווי מען זאָגט דאָ אין דער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך, "זה ממש משהו, משהו", וואָס מיינט אין אונדזער מאַמע־לשון "עס איז ממש אַזוינס און אַזעלכעס"... |