- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטעראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוסלאַנד און ענגלאַנד. (נעלי זאַקס, 1970-1891) "נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן". עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME" לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַרגאַרעט רייטשעל זינט זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס ס’איז געשען מיט אירע עלטערן בעת דער מלחמה, האָט רייטשעל זיך געפֿילט ווי אַ באַשטראָפֿטע. אין דעם דירהלע, וואָס די עלטערן האָבן געדונגען דרײַ בלאָקן פֿונעם קלייטל, האָט איר שטענדיק אויסגעפֿעלט ליכט און לופֿט; נישט אַזוי, מחמת די צוויי זאַכן האָבן פֿיזיש אויסגעמיטן זייער וווינונג, נאָר ווײַל דער אומעט וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַלע ווינקעלעך, האָט פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט קאַלטע, בלינדעוואַטע אויגן. וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט. לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? ל. שאַפּיראָ (1878—1948) איז, דאַכט זיך, דער איינציקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט זוכה געווען, אַז זײַנע געקליבענע ווערק זאָלן דערשינען ווערן אויף ענגליש אין אַ חשובֿער אַקאַדעמישער סעריע, מיט אַ הקדמה און פֿוסנאָטעס. דאָס האָט ער אַוודאי כּשר פֿאַרדינט. אַ שאָד, וואָס דער דאָזיקער באַנד איז צווישן די לעצטע ביכער אין דער סעריע פֿון "נײַער ייִדישער ביבליאָטעק", וואָס דער פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניווערסיטעט לאָזט אַרויס בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. אָן דער דאָזיקער סעריע וועט די גאַנצע ריזיקע "כּמו־טעריטאָריע" פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור ווײַטער בלײַבן אַ "טעראַ אינקאָגניטאָ" פֿאַרן ברייטן עולם. רייטשעל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. ווי איר שטייגער איז, האָט זי זיך באַלד אײַנגעהערט אין דער מאַמעס אָטעמען. אַן אָפּגעשוואַכטע און פֿאַרשוויצטע איז זי אַ ווײַלע געזעסן אויפֿן געלעגער, אַראָפּגעלאָזט די באָרוועסע פֿיס און זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אינעם ראַנד פֿון דעם בעט. ס'האָט אָנגעהויבן צו טאָגן. זי האָט אַ טראַכט געטאָן: "כ'וועל אים שוין הײַנט נישט זען", — און אַרײַנגעשטופּט די פֿיס אין די ווייכע, וואַרעמע שטעקשיך. ער און זי אויב פּרוּוון צו פֿאַרענטפֿערן זייער באַגעגעניש און באַקאַנטשאַפֿט, וואָלט מען עס מסתּמא געקאָנט טאָן מיט איין זאָג, וואָס האָט זיך אַזוי היימיש אײַנגענעסטעט אין יאַשעס קינדשאַפֿט — "אַזוי איז באַשערט!" אָבער מיט איין זאָג איז דאָס לעבן שווער צו פֿאַרענטפֿערן. ער ער, יאַשע, איז געבוירן געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער עק וועלט, אין אַ שטאָט מיטן נאָמען בענדער, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך דניעסטער. אַרומגערינגלט פֿון קליינערהייט אָן מיט זאָרג און ליבע, וואָס עס האָבן געטיילט מיט זײַן מאַמען אירע צוויי עלטערע שוועסטער, האָט ער זײַן טאַטן געזען בלויז צוויי מאָל אין לעבן: דאָס ערשטע מאָל, אין יענעם 1טן סעפּטעמבער, ווען יאַשע האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין שול; און דאָס צווייטע מאָל, אויף זײַן, יאַשעס חתונה, ריכטיקער — אין "זאַגס"1, וווּ ער האָט אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט זײַן שידוך.
איר, וואָס איר לעבט פֿאַרזיכערט
כ'וואָלט פֿאַרן לעבן אָפּגעגעבן אַלץ —
אָסיפּ מאַנדעלשטאַם דער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו איז באַקאַנט מיט זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג פֿון די אָנהייב־יאָרן פֿון דעם "הבימה"־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָס נײַע בוך זײַנס באַהאַנדלט דעם זעלבן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס אָפֿיציעלע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, להיפּוך צו דער "ציוניסטישער" און "קלעריקאַלער הבימה". דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ גרויסן מאַסיוו פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, וועלכע דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשעענישן אַרום דעם "גאָסעט" ממש טאָג נאָך טאָג. |