- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן. מיט אַ צוויי וואָכן צוריק האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון “אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע שטודיעס" אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ מען האָט מודיע געווען אַז עמוס עוז, דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער און עגנון־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, וועט האַלטן אַ סעריע פֿון דרײַ רעפֿעראַטן. נעכטן, נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט, האָב איך זיך צונויפֿגענומען און אַוועק אין דער זשורנאַליסטישער אָפּטיילונג פֿון קאַמפּוס, צו זײַן 55סטער יאָרצײַט איך האָב זיך יאָרנלאַנג געקליבן איבערצולייענען שמ״רס "גלות-מאָסקווע: אַ ראָמאַן פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן". אָבער וווּ נעמט מען צײַט און געדולד אויף אַריבער 1,600 זײַטלעך, דערצו פֿון אַ געדיכטן טעקסט? דעם זומער, אָבער, האָב איך די צוויי בענד גענומען אין אַ רײַזע און האָב, סוף-כּל-סוף, אַרײַנגעשלונגען — און טיילווײַז פּשוט דורכגעמישט — דעם ראָמאַן. דאָס איז געווען די ניו-יאָרקער אויסגאַבע פֿון יאָר 1928, וואָס איז בלי-ספֿק ניט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם מאָנומענטאַלן ווערק. די "גילדענער תּקופֿה" פֿונעם שפּאַנישן ייִדנטום פֿאַרמאָגט, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַ באַזונדערן חן אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. די דײַטשישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם "ספֿרדישן מיטאָס", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם שפּאַנישן ייִדנטום ווי אַ היפּוך צו אַשכּנז׃ איידל, שטאָלץ, באַהאַוונט אין ייִדישער און גוייִשער חכמה. די הײַנטיקע ייִדישע ליבעראַלן רעדן וועגן "קאָנוויווענציע" — דעם האַרמאָנישן צוזאַמענלעבן צווישן ייִדן, מוסולמענער און קריסטן אויף דעם איבערישן האַלב־אינדזל, וואָס איז געקומען צום סוף מיטן גירוש־ספֿרד אין 1492. מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט.
דערקענען איז אויך אַ וועלט
אין אַ טאָג, אַ האַלב־גרויען, האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿרימאָרגן־שפּאַציר, בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן — די זון האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט און די גרויקייט פֿון טאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספּעציעלע שטימונג, אַ שטימונג פֿון נאָכטראַכטונגען, דערמאָנונגען, פֿראַגן אָן ענטפֿערס. אָנהייב 2008 איז דערשינען אין טאָראָנטאָ דער צווייטער באַנד פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס געזאַמלטע לידער אין אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־ענגלישער אויסגאַבע. כאָטש סימכאָוויטש האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער־ביכער אין ייִדיש און ענגליש, איז דאָס נײַע בוך, און דער ערשטער באַנד פֿון "דער פֿײַערבאַרג" (טאָראָנטאָ, 2006) אַ לויבווערדיקער פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן זײַנע שאַפֿונגען אין ביידע לשונות, ייִדיש און ענגליש, זײַט בײַ זײַט. דאָס נײַע בוך פֿון איבער 300 זײַטן, אין ווייכן אײַנבונד און אויף פֿײַן פּאַפּיר, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם טאָראָנטער שׂ. סימכאָוויטש־בוך־קאָמיטעט אין אַ באַגרענעצטער צאָל עקזעמפּלאַרן. יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס. דער רוסישער שרײַבער פֿון ישׂראל, וועלכער פֿאַרבאַהאַלט זיך אונטער דעם פּען־נאָמען מיקי וווּלף, שאַפֿט אין זײַנע עסייען אַ קאַליידאָסקאָפּישע וועלט, וווּ די ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט מישט זיך צונויף מיטן סאָוועטישן אַמאָל און דעם מחברס פֿאַנטאַזיעס. זײַן כּוח־המדמה פֿאַרטשעפּעט עפּעס אַ וואָרט אָדער אַ פּרט, און אַנטוויקלט דערפֿון פּאַמעלעך אַ גאַנצע מעשׂה. זײַן שרײַבערישער "איך" איז אומזיכער און מוראוודיק, טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן פֿון זײַן אייגענער פּערזאָן. אַזאַ מין באַשיידענע "עגאָ" איז אַ זעלטנקייט אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור, און גיט צו אַ ספּעציעלן חן צו מיקי וווּלפֿס אומצאָליקע עסייען און מעשׂיות. דער אָדעסער דיכטער באָריס כערסאָנסקי איז לעצטנס געוואָרן איינע פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פֿיגורן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער “פֿערטער כוואַליע" צווישן דער רוסישער עמיגראַציע. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע כוואַליעס, האָבן די דאָזיקע “עמיגראַנטן" ניט פֿאַרלאָזט זייערע וווין־ערטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין אויסלאַנד נאָך דעם פֿאַנאַדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די פֿריש־אומאָפּהענגיקע מלוכות האָבן זיך מיט ברען גענומען צו בויען זייערע אייגענע נאַציאָנאַלע קולטורן. אַזוי ווי רוסלאַנד האָט אין די 1990ער ניט געהאַט קיין אינטערעס צו אָט די קולטורעלע תּפֿוצות אירע, האָבן זיך די רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, באַלטישע לענדער און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געפֿילט פֿאַרלאָזט און פֿאַריתומט. פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. |