- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס. דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין רעצענזיע, נאָר אַ מעשׂה אַרום אַ בוך. די זאַך איז אַז אין די חדשים און טעג וואָס איך געפֿין זיך אין אַמעריקע, וווין איך אין אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, די באַקאַנטע רוסיש-ייִדישע געגנט, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות. דאָס קאָאָפּעראַטיווע הויז שטייט האַרט בײַם אַטלאַנטישן אָקעאַן, ממש אויף דער ברייטער זאַמדיקער פּלאַזשע, אָבער מײַן דירה האָט זיך פֿון דער ימישער שיינקייט אָפּגעקערט. זי קוקט אויף ברוקלין, און ווײַל ברוקלין איז ניט פֿאַרבויט מיט באַזונדערס הויכע בנינים, זעט מען פֿון מײַן פֿענצטער אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון דעם גרעסטן טייל פֿון דער מאַנהעטענער וואָלקן-קראַצערישער לאַנדשאַפֿט. די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע, די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם שווייצער קולטור־היסטאָריקער ראָבערט כּהן פֿאַרנעמט דעם שטח צווישן געשיכטע און בעלעטריסטיק. די צענטראַלע פֿיגורן פֿונעם בוך זײַנען דרײַ פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט אין סאַמע קאָכעניש פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זיי טרעפֿן זיך אויף אַ ווײַלע אין בערלין סוף 1920ער יאָרן, און דערנאָך צעגייען זיי זיך צו פּראַווען זייער פּאָליטישן גלות אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות׃ אַלע דרײַ ווערן אומגעבראַכט אין 1942. דער ראָמאַן "לאַבירינט" וואָלט געקאָנט זײַן אַ מוסטער־ווערק פֿון קלאַסישער לעבנס־באַשרײַבונג, ווען נישט דער "אָבער". ער הייבט זיך נישט אָן, ווי עס פֿירט זיך, פֿון די קינדער־יאָרן, אָבער פֿון דער בר־מיצווה פֿונעם הויפּט־העלד. און ס‘איז אַוודאי נישט צופֿעליק. דווקא אין דער עלטער נעמט אַ ייִדישער בחור איבער אַלע פֿליכטן פֿון אַ דערוואַקסענעם, בתוכם דאָס אַחריות פֿאַר זײַן פֿאָלק. דאָס מיינט, אַז אינעם ראָמאַן זײַנען נישט פֿאַראַן די אָנגענומענע אין דער קלאַסישער ליטעראַטור תּקופֿות — "קינדהייט", ייִנגלשאַפֿט", "יוגנט" — עס קומט באַלד "רײַפֿקייט"! קאָלומב
דאָ פֿלעג איך זיך אָפּשטעלן אין די זאַמדן —
דאָ האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אין אָקעאַן —
דאָ אין הימל שטעל איך זיך אָפּ מיטן אַעראָפּלאַן
צייכענונג פֿון איטעלאַ מאַסטבאַום הקדמה
מײַן באָבע, עלקע רימאַן,
ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. קיין אַנדערער ייִדישער שרײַבער האָט נישט איבערגעלאָזט אַזאַ השפּעה אויף דער אַלגעמיינער פּאָפּולער קולטור, ווי עס טראָגט אין זײַנע ווערק, שלום־עליכם. און וואָס איז דען דער חידוש: צי איז נישט געווען דער גאַנצער געדאַנק פֿון ניצן אַזאַ פּען־נאָמען, כּדי צו באַצייכענען דעם מחברס ציל פֿון ווערן אַ פּשוטער ייִד, נישט אַנדערש פֿון אַלע פֿאָלקס־טיפּן, וואָס ער האָט באַשריבן מיט זײַן פּען? ווי אַזוי דער גרויסער ייִדישער שרײַבער שלום־עליכם האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן היים. — געשילדערט פֿון זײַן איידעם, דעם באַוווּסטן שרײַבער י. ד. בערקאָוויטש. "מײַן רעפּובליק" — אַזוי פֿלעגט שלום־עליכם רופֿן זײַן אייגענע היים. ער האָט דערמיט געוואָלט באַצייכענען אי דעם ליבעראַלן "רעפּובליקאַנישן" רעזשים, וואָס הערשט אין זײַן הויזגעזינד און גיט די מעגלעכקייט יעדן איינציקן מיטגליד צו באַוועגן זיך פֿרײַ, לויט זײַנע אײַנגעבוירענע אייגנשאַפֿטן און נייגונגען, |