- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי קומט עס, אַז אַזאַ ייִד ווי איר, וואָס לעבט שוין איבער פֿופֿציק יאָר אין לאַנד, זאָל נישט האָבן קיין אייגענע שטוב, קיין "מגרש"* און קיין סטאַבילן דאַך איבערן קאָפּ?" — האָט אַ בּעל־הבּית פֿון אַ דירה געפֿרעגט דעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוון ווען דער איז געקומען צו אים וועגן דינגען אַ צימער, נאָך דעם ווי ער האָט געלייענט זײַן אַנאָנס אין דער צײַטונג. אַזוי דערציילט אונדז יוסף פּאַפּיערניקאָוו אין אַ געמיטלעכן שמועס, אין וועלכן ער רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן וועגן דעם גפּרל פֿון אַ ייִדישן דיכטער, וועלכער איז גוט באַקאַנט אין אַלע ייִדישע קרײַזן איבער דער וועלט. איציק מאַנגערס ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים" איז אפֿשר דאָס פּאָפּולערסטע ליד זײַנס. אין אַ געוויסער צײַט האָט מען געקענט הערן דאָס ליד פֿון מערסטע זינגערס, אַרײַנגערעכנט בען באָנוס, נחמה ליפֿשיץ, עמיל האָראָוועץ א"אַנד. סײַ די ווערטער, סײַ דער ניגון זײַנען רירנדיק, רופֿן אַרויס אַ געפֿיל פֿון וואַרעמקייט און נשמהדיקייט. דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס". טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט.
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
באָריס פֿרעזינסקיס נאָמען איז גוט באַקאַנט אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זײַן טעמע איז די רוסישע קולטור־געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — בפֿרט, שרײַבער אין קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן סאַמע באַליבטסטער ליטעראַרישער זשאַנער איז זכרונות, וווּ ער זוכט פּרטים, וועלכע אַנטפּלעקן די צוזאַמענווירקונג צווישן דיכטונג און ווירקלעכקייט. פֿרעזינסקי האָט זיך קונה־שם געהאַט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון איליאַ ערענבורג און פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "סעראַפּיאָנס־ברידער", וואָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן. דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען, יעדן ערשטן שבת פֿון חודש מײַ, אין פּאַרק פֿון דער שטאָט זכרון־יעקבֿ, וואָס טראָגט ראָטשילדס נאָמען, זאַמלען זיך צונויף מײַנע בני־עיר. אַלע מאָל קומען צו, אויך “נײַע" — דאָס מיינט די, וועלכע לויט פֿאַרשיידענע סיבות, האָבן ניט געקאָנט זײַן דאָ, אין פּאַרק, פֿאַר אַ יאָרן, פֿאַר צוויי יאָרן... ניט תּמיד דערקענט מען איינער דעם אַנדערן, ס’איז דאָך אַוועק אַ גאַנג פֿון אַזוי פֿיל צײַט, זינט מע האָט פֿאַרלאָזט דאָס היים־שטעטל. הייבן זיך אָן פֿראַגעס: שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן. עלי שעכטמאַן (1908—1996) עלי שעכטמאַן איז איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1908 אין פּאָלעסיער שטעטל וואָסקאָוויטשי, זשיטאָמירער געגנט. געווען איז ער דאָס אַכטע קינד אין אַ גרויסער משפּחה און פֿון קינדווײַז אָן געלעבט אין נויט. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג, האָט עלי אָנגעהויבן שרײַבן לידער, ווען ער איז נאָך קיין צוועלף יאָר ניט אַלט געווען. אין 1929—1933 איז ער געווען אַ סטודענט אויפֿן ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. דער שעפֿערישער כּוח־הדימיון פֿון די צוויי גרעסטע גאַליציאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אורי־צבֿי גרינבערג און ש.י. עגנון — האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באָדן פֿון זייער היימלאַנד. דער באַגריף "סלאַווישע ערד" האָט פֿאַר זיי סײַ אַ קאָנקרעט־היסטאָרישן און סײַ אַן אַבסטראַקט־מעטאַפֿאָרישן באַטײַט, און אָט די צוויי באַטײַטן איז ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. אין תּוך גענומען, שטעלן זיי פֿאָר צוויי זײַטן פֿון איין מטבע, וואָס אין צווישן שטעקט דער קאָמפּליצירטער און צומאָל סתּירותדיקער שעפֿערישער מהות פֿונעם מחבר. צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט? יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. עס איז גוט באַקאַנט, אַז די רוסישע ייִדן האָבן זיך שטאַרק געהאַלטן בײַ זייער גלויבן. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי זיך צומאָל געשמדט, ווער אונטער דעם דרוק פֿון רדיפֿות און גזירות, ווער צוליב קאַריערע, און ווער צוליב ליבע. אייניקע פֿון זיי האָבן דערגרייכט די סאַמע הויכע פֿענצטער פֿון דער רוסישער אַריסטאָקראַטיע און ביוראָקראַטיע. ניט זעלטן האָבן זיי געוואָלט העלפֿן זייערע אַמאָליקע ייִדישע ברידער און אַפֿילו געהאַלטן זיך אַליין פֿאַר ייִדן. |