ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
דובֿ-בער סלוצקי

אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917.

למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַ­טעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Laurel Plapp, Zionism and Revolution in European-Jewish Literature. New York: Routledge, 2008.

דאָס בוך "אָריענטאַליזם" פֿון עדוואַרד סאַיִד, דעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור־פֿאָרשער פֿון פּאַלעסטינישן אָפּשטאַם, וואָס איז אַרויס אין 1978, פֿאַרמאָגט ביז הײַנט אַ שטאַרקע השפּעה אויף די לינק־געשטימטע אינטעלעקטואַלן אין אייראָפּע און אַמעריקע. סאַיִדס טעזיס איז גאַנץ פּשוט׃ די גאַנצע אייראָפּעיִשע קולטור איז דורכגעדרונגען מיטן ביטול־געפֿיל לגבי דעם "אָריענט", וואָס מען מאָלט ווי אַן אָרט פֿון פּרימיטיווע מענטשן מיט ווילדע מנהגים. סאַיִד באַשולדיקט די קלאַסישע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור אין פֿאַרשפּרייטן און באַרעכטיקן די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס און אויף אַזאַ אופֿן אונטערשטיצן די קאָלאָניאַלע פּאָליטיק.

ליטעראַטור
פֿון לעאָניד שקאָלניק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע: (פֿון רעכטס) אַ. טווערסקוי, אַ. ווערגעליס, י. שוסטער, ב. מאָגילנער,
ח. ביידער און דער באַקאַנטער רוסישער אַקטיאָר מ. אוליאַנאָוו

"דער געלער" — אַזוי האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די שרײַבער און אַזוי האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן אין איינעם פֿון זײַנע לידער. דער נאָמען אַהרן ווערגעליס איז גוט באַקאַנט געווען אויף דער ייִדישער גאַס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. אַ פּאָעט, פּובליציסט, פּראָזאַיִקער האָט ער ערלעך געדינט דער סאָוועטישער סיסטעם, וואָס האָט אים אויסגעפֿורעמט און פֿאַרטרויט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם "הויפּט־ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד".

ליטעראַטור

די קלאַנגען פֿונעם אַקאָרדעאָן האָבן זיך געטראָגן פֿונעם ראָג דיזינגאָף־גאָרדאָן. איך האָב נאָך נישט געזען ווער עס שפּילט דאָרט, כ‘וואָלט אָבער געקאָנט שווערן, אַז ס‘איז מײַן חבֿר מאָניע שוואַרץ, ווײַל נאָר ער, מאָניע שוואַרץ, קען אַזוי שפּילן פֿראַנצויזישע וואַלסן און אַרגענטינער טאַנגאָס. דעמאָלט, אין די מיט־1950ער, האָבן מיר זיך גע­לערנט צוזאַמען אין דער מוזיק־שול. לערנען דאָס קינד שפּילן אַקאָרדעאָן, האָט געהייסן באַוואָרענען עס מיט אַ "גאָלדן שטיקל ברויט".

ליטעראַטור, מוזיק
פֿון שמואל נײַדאָרף און לאה ראָבינסאָן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראָבערט קוקסאָן

אַבֿרהם סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויע­נער פּאַנאַמע" (אַרויסגעגעבן אינעם בוך "גרינער אַק­וואַ­ריום", 1975) האָט אינספּירירט דעם קלאַסישן קאָמ­פּאָזי­טאָר און ייִדיש־שרײַבער ראָבערט קוקסאָן צו שאַפֿן סײַ אַן אָרקעסטער־ווערק, סײַ אַן עסיי, וואָס די ביידע ווערק צעשפּיגלען זיך נאָענט מכּוח דעם אינהאַלט און סטיל. נייגעריק צו הערן וועגן דעם, האָבן מיר — גוטע פֿרײַנד זײַנע — געפֿרעגט דעם מחבר, צי מע מעג אים אינ­טערוויויִרן, און ער איז מסכּים געווען.

ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס אויף לינקס: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן, מישע לעוו, זלמן כּץ

נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע".

ליטעראַטור, קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צוויי זעלבסט־פּאָרטרעטן פֿון אײַזיק ראָזענבערג. געשאַפֿן אין 1911 (רעכטס), און 1915 (לינקס)

יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטו­רעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַר­קערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טשוקאָווסקי און זשאַבאָ­טינסקי (אויף רוסיש), בוך פֿון יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ

דאָס בוך "טשוקאָווסקי און זשאַבאָ­טינסקי" (אויף רוסיש), צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ, איז אַרויס אין 2005, אָבער איך האָב עס איבערגעלייענט נאָר מיט עטלעכע טעג צוריק. איך ווייס, אַז איך קען זיך ניט גרויסן מיט אָט דער פֿאַרשפּעטיקונג, ווײַל ס׳איז אַ וויכטיקע פּובליקאַציע פֿאַר יעדן איינעם ווער עס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישער אינטעלעקטועלער געשיכטע.

אָבער קודם-כּל מוז איך דערקלערן עפּעס וועגן קאָרניי טשוקאָווסקי (1882—1969). דער נאָמען איז בלי-ספֿק זייער גוט באַקאַנט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט רוסישער קולטור. טשוקאָווסקיס קינדער-לידער האָט דאָך געלייענט יעדעס קינד אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און מע לייענט נאָך איצט.

ליטעראַטור, מוזיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענ­געלסדאָרפֿס בוך "אַ לעבן אין ייִדישער קולטור"

מיר איז די טעג אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ חתונה. דער חתן געהערט צו דער קאַטעגאָריע מאַנצבלען, וואָס זײַנען געדיכט באַדעקט מיט האָר, און דאָס האָבן די לצים, זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, ניט געקענט פֿאַרשווײַגן אין זייערע הומאָריסטישע ווינטשעוואַניעס. איינער פֿון די געסט האָט אין זײַן אַרויסטרעטונג געזאָגט, אַז עס האָט געדויערט עפּעס אַ צײַט, ביז ער האָט אונטער די האָר סוף-כּל-סוף דערזען דעם גוטן בחור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Gil Anidjar. Semites: Race, Religion, Literature. Stanford University Press, 2008.

דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿע­סאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Mordechai Nadav. The Jews of Pinsk, 1506-1880. Edited by Mark Jay Mirsky and Moshe Rosman, translated by Moshe Rosman and Faigie Tropper. Stanford University Press, 2008.

די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָ­ווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Hans Sahl. Memoiren eines Moralisten. Das Exil im Exil. München: Luchterhand Literaturverlag, 2008

די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, גע­לעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּ­געגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות.