- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליינעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָרשצענטער" אינעם אַלטן און באַרימטן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרצײַטיקער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכטיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן. אַרכיוון ציִען צו היסטאָריקער ווי אַ צוויט ציט צו בינען. יונגע דאָקטאָראַנטן און באַיאָרנטע געלערנטע זײַנען גרייט צו פֿאָרן זייער ווײַט און פֿאַרברענגען אַ לענגערע צײַט אין ווייניק באַקוועמע באַדינגונגען, אַבי צו האָבן אַ צוטריט צו קוואַלן פֿון היסטאָריש-וויכטיקער אינפֿאָרמאַציע. אָבער צו מאָל — זייער זעלטן — "שווימען אַרויס" אַרכיוון-מאַטעריאַלן גלײַך ווי אַליין פֿאַר זיך, ווען מע זוכט זיי אַפֿילו ניט. אַזוי איז עס געווען מיט די דאָקומענטן, וואָס אייניקע פֿון זיי וועלן ווײַטער געבראַכט ווערן. פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינסטרוקטאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען. ער פֿלעגט נעלם ווערן צו מאָל אויף צוויי־דרײַ וואָכן, צו מאָל — אויף עטלעכע חדשים; ער האָט איר דערקלערט, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרבעט, אָבער זי האָט אים קיין מאָל נישט געפֿרעגט, וואָס איז זײַן אַרבעט; מעגלעך, ווײַל זי אַליין האָט געפֿילט, אַז צוגעבן צו דעם מער, ווי ער האָט איר שוין געזאָגט, קאָן ער נישט. קיין גרויסן חשק זיך אָפּצושטעלן בײַ דער מומען האָט רייטשעל נישט געהאַט, אָבער קיין אַנדערע מעגלעכקייטן האָט זי דערווײַל אויך נישט געזען. דערצו האָט די מאַמע זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז אויב נישט בײַ דער שוועסטער, וועט זי רייטשעל אין גאַנצן נישט לאָזן פֿאָרן קיין ישׂראל. יאַשע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. לעבן דער סאָפֿע איז קיינער נישט געווען. האָט ער אַ טראַכט געטאָן: די דירה טראָגט אַ זעלטענע ענערגיע צו וועקן דערמאָנונגען. זעט אויס, אַז די ווענט און די זאַכן דאָ האָבן אײַנגעזאַפּט אַ סך זאָרג און ווייטיק פֿון די מענטשן, וואָס וווינען אין איר. I דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד. יאַשע אַ רגע פֿאַרן אויפֿמאַכן די אויגן האָט ער דערפֿילט דעם צוריר פֿון איר בליק אויף זײַנע וויִעס. אַזוי האָט זיך אים געדאַכט. די אַלטיטשקע איז געזעסן אין איר רעדערשטול אומבאַוועגלעך, אָנגעשטעלט די אויגן אויף יאַשען, וואָס איז געלעגן אויף דער סאָפֿע. די פֿרימאָרגנדיקע שײַן איז איר געפֿאַלן אויפֿן פּנים און באַטאָנט יעדן קנייטש און קנייטשעלע אויף דער דין־בלאַסער הויט, אונטער וועלכער עס האָבן זיך בולט אָנגעזען די אַרויסשטאַרצנדיקע ביינער אַרום די אײַנגעפֿאַלענע שלייפֿן, באַקן, דער שפּיציקער קין. אין 1984 איז אין מאָסקווע, אין דעם פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" (סאָוועטישער שרײַבער) אַרויס אויף רוסיש אַ גרויס בוך, פֿון זכרונות פֿון יחידים (דער עיקר, ליטעראַטן), וועלכע האָבן געקענט דעם שרײַבער עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש. איך האָב ניט קיין קאָפּיע פֿון דער אויסגאַבע, וואָס הייסט Воспоминания о Эм. Казакевиче (זכרונות וועגן עמ. קאַזאַקעוויטש), אָבער עמעצער האָט עס אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, און כ׳האָב עס דורכגעלייענט אויפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער. דאָס בוך "מײַן זון... מײַן זון..." אַ כראָניקע, האָט אָנגעשריבן מײַנע אַ גוטע קאָלעגין, חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג. זי האָט געשריבן דאָס בוך אויף ענגליש, און עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ גרויסער טראַגעדיע. איז לאָמיך צוגיין דערצו בהדרגהדיק. חנה אײַלענבערג איז אַ פֿרומע, איידעלע, שעפֿערישע און טאַלאַנטירטע שרײַבערין. — וואָס זשע שווײַגסטו, רייטשעל? — האָט די מאַמע ווידער געפֿרעגט, שוין ווי אַ פֿאָרוואָרף. רייטשעל האָט אויפֿגעציטערט, אָבער נישט פֿון דער מאַמעס שטאָכיקן פֿרעג; זי האָט דערזען איר האַנט ליגן אויפֿן טאַטנס און האָט זי גיך אַ שלעפּ געטאָן צוריק, ווי איר הויט וואָלט אָנגעטראָפֿן עפּעס אויף אַ שטעכלקע. זי האָט שטיל געזאָגט, קוקנדיק דער מאַמען גלײַך אין די אויגן אַרײַן: די פּראָבלעם פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער קולטור. דאָס נײַע בוך פֿון דער אונגאַרישער פֿאָרשערין זשוזשאַ העטעני באַהאַנדלט די דאָזיקע פּראָבלעם אויפֿן סמך פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. ווי עס קומט אַרויס פֿונעם בוך־טיטל, געהערט העטעני צו דער שול, וואָס האַלט, אַז די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור איז אַ ממשותדיקער פֿענאָמען, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן דער רעאַליסטישער פּראָזע. |