- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי עס האָט באַמערקט דער באַרימטער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער לעאָפּאָלד צונץ, האָבן ייִדן טראַדיציאָנעל ניט געהאַלטן קיין סך פֿון געאָגראַפֿיע. צווישן די מוסטערן פֿון אַזאַ מין באַציִונג צו דער וויסנשאַפֿט זעט מען אין מענדעלעס ראָמאַן "מסעות בנימין השלישי". דאָס וואָרט "מקום" פֿאַרמאָגט ניט בלויז אַ רעאַלן, נאָר אויך אַ מעטאַפֿיזישן באַטײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט אַ קאָנקרעט אָרט, דאָ און איצט. די לאַגע האָט זיך געענדערט מיטן אויפֿקום פֿון חובֿבֿי–ציון און ציוניזם אין די לעצטע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער. אין איר נײַעם ראָמאַן פֿירט דאַראַ האָרן אַרײַן אירע לייענער אין דער תּקופֿה פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג פֿון 1861—1865. די דאָזיקע טעמע איז אַוודאי ניט קיין נײַע אין דער ליטעראַטור, אָבער די מחברין געפֿינט אַ נײַעם קוקווינקל, און באַהאַנדלט די געשעענישן פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט. דערבײַ קלײַבט זי אויס ניט קיין "העלדישן" העלד, עפּעס אַ ייִדישן זעלנער, וואָס האָט זיך געשלאָגן אין דער צפֿון־אַרמיי פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די שקלאַפֿן. איר העלד איז טאַקע אַ זעלנער אין דער אַרמיי פֿון גענעראַל גראַנט, אָבער קיין באַוווּסטזיניקער קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ איז ער ניט. (צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן. (צווייטער טייל) איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן. אַוודאי וועט פֿון דערמאָנען אַזוינע געשיכטעס קיין געזונט נישט צוקומען. אָבער מיר, ייִדן, טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן און ווי מיר זאָלן ניט ליב האָבן און וועלן שאַנעווען אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, האָבן מיר ניט קיין רעכט פֿון זיי עס אויסצובאַהאַלטן. דאָס ניט געדענקען קען זיך פֿאַר אונדז אויסלאָזן געפֿערלעכער. (ערשטער טייל) איך בין ניט דער ערשטער, וואָס האָט עס הײַיאָר באַמערקט, דהײַנו: ווי שטיל מען פּראַוועט (אויב מע פּראַוועט בכלל) דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. אויב איך בין זיך ניט טועה, זײַנען ניט אַרויס קיין ממשותדיקע פּובליקאַציעס פֿון — אָדער וועגן — דעם ייִדישן קלאַסיקער. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז אין ישׂראל איז עפּעס געזאָגט און געשריבן געוואָרן, דער עיקר, אין דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ, בעת די העברעיִשע קוואַלן האָבן ווייניק באַמערקט דעם יוביליי. סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו. (אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט: ס׳האָט זיך געקענט ענדיקן ערגער. שוין באַלד אַ וואָך, ווי די דאָקטוירים האָבן געקעמפֿט פֿאַר איר לעבן, ניט קענענדיק שטעלן קיין גענויעם דיאַגנאָז, אָבער אָפּמערקנדיק אַ פֿולשטענדיקע נערוון־אויסשעפּונג. ערשט איצט האָט זיך דאָס מיידל ענדגילטיק אומגעקערט צום באַוווּסטזײַן, אָפּגעזופּט פֿון דער גלאָז טיי, אַפֿילו אויפֿגעגעסן אַ ביסן ברויט מיט פּוטער, און פֿאַלנדיק שווער אויף די קישנס, צום ערשטן מאָל דערשפּירט, אַז זי שלאָפֿט אײַן. דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר. "די גאָלדענע קייט", איז געווען אַמאָל אַ צײַטשריפֿט אַזאַ. זי איז דערשינען אין ישׂראל, געהאַט אַן אָנזען אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ געוויסן טאָג האָט זי אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. געבליבן איז דער אָנדענק. דאָ נישט לאַנג האָט מען זי דערמאָנט; נאָך מער, מ’האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַ קליינעם סעמינאַר אויף אָט דער טעמע. געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר אַן עולם וואָס איידער די לעקציע איז פֿאָרגעקומען האָט כּמעט קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס איז דאָס אַזעלכעס "די גאָלדענע קייט"; און דער עיקר, ס’האָט דאָרט אויפֿגעטראָטן, דערציילט און געלייענט וועגן דער היסטאָרישער צײַטשריפֿט, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון "דער גאָלדענער קייט", דעמאָלט — אַ יונגע דיכטערין. |