- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, מיר רעדן זייער אָפֿט, און — בכלל — חבֿרן זיך שוין לאַנגע יאָרן. אָבער אינטערוויויִרן ממש האָב איך באָריס סאַנדלערן נאָך, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אינטערוויויִרט. האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט אין זײַן "פֿאָרווערטס"-ביוראָ צו שמועסן. געווען איז עס דרײַ וואָכן פֿאַר באָריסעס זעכציקסטן געבוירן-טאָג. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען אין אַזאַ עלטער פּענסיאָנירן. גאָט צו דאַנקען, טראַכט ניט באָריס וועגן אָפּרוען זיך, סײַדן אַוועקפֿאָרן ערגעץ אויף אַ וואָך, צוזאַמען מיט די אייניקלעך. צום אָנהייב פֿונעם נײַעם יאָר, האָט דער "פֿאָרווערטס" אַרויסגעגעבן אַ לידער־זאַמלונג פֿון באָריס סאַנדלער — דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער צײַטונג. דאָס בוך, וואָס הייסט "אין קלאַנגענעץ פֿון נצח", באַשטייט פֿון עטלעכע פּאָעטישע "מיני־ציקלען", וואָס טראָגן באַזונדערע נעמען, און זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין פֿאַרשיידענע סטילן. באָריס סאַנדלער איז מער באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער ווי אַ שרײַבער־פּראָזאַיִקער און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס". אַחוץ איינצלנע פֿריִיִקע פּאָעטישע עקספּערימענטן, האָט ער בדרך־כּלל נישט געשריבן קיין לידער. דער באַגריף אַליין "רוסיש ייִדנטום" — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם, וואָס נייטיקט זיך אין אַ פּרטימדיקער באַהאַנדלונג. צי גייט דאָ די רייד וועגן אַלע ייִדן, וואָס זײַנען געווען בירגער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צי וועגן די, וואָס האַלטן די רוסישע שפּראַך און קולטור פֿאַר זייער אייגענער? צי איז דאָס אַ מין קולטורעלע אידענטיטעט, אַ היסטאָרישער גורל, אָדער אפֿשר אַ פּאָליטישע אָנגעהעריקייט? צי קאָן מען בכלל רעדן וועגן "רוסישע ייִדן" אַנשטאָט ליטוואַקעס, וואָלינער, גאַליציאַנער, אָדער גאָר גרוזינישע, בוכאַרישע ייִדן, קרימטשאַקעס אָדער באַרג־ייִדן? מײַקל שאַבאָן געהערט צו דעם יונגן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, וואָס איז אַרויס אויף דער גרויסער ליטעראַרישער בינע נאָך אַזעלכע גדולים ווי שאָול בעלאָו, באַרנאַרד מאַלאַמוד און פֿיליפּ ראָט. דאָס זײַנען אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון אימיגראַנטן, און האָבן ניט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער קולטור פֿון דער "אַלטער היים". זיי האָבן באַקומען אַ גרונטיקע בילדונג אין גוטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פֿילן זיך אײַנגעוואָרצלט אין דער וועלט פֿון ענגלישער שפּראַך און ליטעראַטור. דער מינסקער פֿאַרלאַג "מעט" האָט זיך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק גענומען פֿאַר אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון אַרויסגעבן די געזאַמלטע רוסישע ווערק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי. לכתּחילה האָט מען געהאַט בדעה זיך צו באַגרענעצן מיט פֿינף בענד, דערנאָך האָט זיך דער פֿאַרנעם צעוואַקסן ביז נײַן בענד. עד־היום זײַנען אַרויס צוויי ביכער. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן די מער אָדער ווײַניקער באַקאַנטע פּראָזע־ווערק׃ די ראָמאַנען "שמשון דער נזיר" און "פֿינף" און אַ ריי דערציילונגען. אַ נע־ונדישע דוינע
איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע. מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג. דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים. לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!). די רוסישע עליה פֿון די 1990ער האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע שמעלץ־קולטור, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן עלעמענטן פֿון דער רוסיש־סאָוועטישער, ישׂראלדיקער און סתּם־אייראָפּעיִשער קולטור, דאָס רובֿ עולים זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון אַסימילירטע רוסיש־רעדנדיקע משפּחות, און אין ישׂראל האָבן זיי אַזוי אָדער אַנדערש "אַנטדעקט" זייער פּינטעלע־ייִדישקייט. הײַנט, אַ יאָר פֿופֿצן אָדער צוואַנציק נאָך דעם אָנקומען פֿון יענער מענטשלעכער כוואַליע קיין מדינת־ישׂראל, האָבן די סאָוועטישע עולים זיך שוין מערסטנס גוט אַדאַפּטירט צו די נײַע באַדינגונגען. מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע). |