- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין ניו-יאָרק געמאַכט אַ טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים פֿאַר שלום אַשן. מיר איז ניט באַקאַנט די פּינקטלעכע דאַטע פֿון אַשס אָנקומען קיין אַמעריקע. אייניקע קוואַלן ווײַזן אָן דאָס יאָר 1909, אַנדערע — 1910. מיר דאַכט זיך, אַז ער איז אָנגעקומען סוף 1909. (איך בין זיכער, אַז ערנסטע קענער פֿון אַשן האָבן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.) סוף יאַנואַר 1910 איז ער שוין געווען אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע אין דעם ניו-יאָרקער דײַטשישן טעאַטער. וועגן דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט דעם 27סטן יאַנואַר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "דער 'ייִחוס’ פֿון שלום אַש אין היגן דײַטשן טעאַטער". ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט. די טעטיקייט פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז לעצטנס געוואָרן אַ טעמע פֿון עטלעכע נײַע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. ברײַען האָרוויץ האָט געשריבן וועגן דער גרעסטער און עלטסטער רוסיש־ייִדישער וועלטלעכער אָרגאַניזאַצע, דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אויפֿקלערונג צווישן ייִדן"; יאַשע נעמצאָוו (פּאָטסדאַם) האָט געווידמעט עטלעכע פֿאָרשונגען דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק; אין דעם דאָזיקן אַרטיקל, לייג איך פֿאָר צו באַהאַנדלען די וויכטיקע און אָפֿט געשטעלטע פֿראַגע: ווי האָט מען געקענט שרײַבן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, אין די געטאָס און לאַגערן? אין דער רעם וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנטן ליד, "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" (1943), געשריבן אין ווילנער געטאָ. נאָך דער מלחמה, האָט זיך כּמעט קיינער נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז ייִדן האָבן געקענט שרײַבן אין די געטאָס, ווער רעדט נאָך אין די לאַגערן. לויט ווי עס איז אָנגענומען, זענען די ייִדן געווען קודם־כּל קרבנות, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז נישט בלויז עטלעכע, נאָר דווקא זייער אַ סך ייִדן האָבן געשריבן בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע, דער עיקר לידער, אָבער אויך פּראָזע. באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע. דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע "די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 1870—2000", וואָס איז דערשינען אין 1999 און 2002 בײַ דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. דער ייִדישער לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דעם אָריגינאַל, וועט דאָרטן ניט געפֿינען קיין נײַע זאַכן, אָבער פֿאַרן ענגלישן לייענער עפֿנט דאָס בוך אַ טיר אין אַ גאַנץ נײַער קולטורעלער וועלט. די קורצע און זאַכלעכע הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר מענדל־שלום גאָלדסמיט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, דינט ווי אַ וועגווײַזער, וואָס צייכנט אָן די הויפּט־וועגן אויף דער מאַפּע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. יאָרן לאַנג האָט די ייִדישע וועלט געוווּסט, אַז דער ווילנער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז ערשט די טעג אַוועק פֿון דער וועלט, וועט אַ ליאַדע טאָג באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. און מיט יעדן יאָר וואָס איז פֿאַרגאַנגען מיטן ליידיקן, האָבן מיר געטרויערט. ווי קען דאָס זײַן! דער גרעסטער ייִדישער פּאָעט, אונדזער שעקספּיר, וואָס די וועלט האָט באַדאַרפֿט קלינגען מיט זײַן נאָמען, מיט זײַן פּראָזע, מיט זײַן פּאָעזיע, מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון איבערלעבונגען סײַ אין ווילנער געטאָ און סײַ אין די וועלדער ווי אַ פּאַרטיזאַנער. ניט שלום אַשס ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" (1936) און ניט י. י. זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי" (1942) זײַנען געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. וועגן ביידע קאָן מען מיט רעכט איבערחזרן שמואל ניגערס מיינונג וועגן אַשס ראָמאַן׃ "ס׳איז אַ מאָנומענטאַל ווערק, איינע פֿון אַשס גרויסע דערגרייכונגען, אָבער טאַקע דערפֿאַר פֿאַרדריסט, וואָס ס׳איז ניט געשריבן געוואָרן בעסער, וואָס ס׳איז נישט ווי געהעריק רעדאַגירט געוואָרן און וואָס ס׳איז נישט געבויט געוואָרן לויט אַ מער גענויעם און מער קלאָרן פּלאַן." דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן... די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט: יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס. עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ, |