- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישטערנדיק אין מײַן אַרכיוו האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ נומער פֿון "נײַע צײַטונג" פֿון 22סטן יוני 2000, פֿאַר וועלכן איך האָב געגרייט אַ זײַט געווידמעט דער נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענער טאַלאַנטפֿולער פּאָעטעסע רחל בוימוואָל. דערזען איר פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער צײַטונג און, כאָטש מיר האָבן זיך קיין מאָל פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, האָב איך דערשפּירט אַ בענקשאַפֿט, ווי איך וואָלט נאָך לאַנגע יאָרן באַגעגנט אַ כּמעט פֿאַרגעסענעם נאָענטן מענטש. אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן איז צווישן די סאָוועטישע ייִדן אומגעגאַנגען אַ לעגענדע, אַז דער דענישער קיניג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם וואָס די נאַציס רודפֿן ייִדן, האָט צוגעטשעפּעט צו זײַן רעקל אַ געלע לאַטע און דעמאָנסטראַטיוו אַרומגעפֿאָרן אַזוי איבער קאָפּענהאַגען. אַ שיינע לעגענדע, אָבער נישט מער! דווקא פֿון דער לעגענדע איז אַרויס דער ראָמאַן "די שעה פֿונעם קיניג", פּובליקירט אין 1976 אינעם מאָסקווער אומלעגאַלן זשורנאַל "ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אָנגעשריבן פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו. די לעצטע גרויסע כוואַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געגאַנגען אין דרײַ ריכטונגען. דאָס רובֿ עמיגראַנטן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל; די צוויי אַנדערע שטראָמונגען זײַנען געגאַנגען קיין אַמעריקע און דײַטשלאַנד. יעדע גרופּע האָט מיט דער צײַט געשאַפֿן אַן אייגענע קולטור׃ פּרעסע, טעאַטער, ליטעראַטור, אַפֿילו קינאָ. אין די 1990ער יאָרן איז די הויפּט־שפּראַך פֿון אַלע אימיגראַנטן געווען רוסיש. אָבער אינעם נײַעם יאָרהונדערט איז אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור, וואָס פֿילט זיך באַקוועמער אין דער נײַער שפּראַך פֿונעם לאַנד וווּ מען וווינט.
Gerhard Josef Langer. די געשטאַלט פֿונעם גולם האָט אַ לאַנגע און רײַכע ליטעראַרישע געשיכטע אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער דאָס בוך פֿון גערהאַרד לאַנגער "לסוף האָט דער מענטש געשאַפֿן...", איז, דאַכט זיך, דער ערשטער ראָמאַן, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישקייט. פּראָפֿעסאָר לאַנגער פֿונעם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון תּנ״ך און מדרש. זײַן העלד, מיכאַעל פֿיורסט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין זאַלצבורג; אַ קריסטלעכער טעאָלאָג, וואָס האָט מיט דער צײַט אָנגעהויבן דענקען און אויפֿנעמען די וועלט מיט ייִדישע אויגן. אין אָקטאָבער 1930 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ צײַטונג אויף ענגליש "מאָסקאַו ניוס". די רעדאַקטאָרין, אַנאַ-לויִז סטראָנג, איז געווען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע מיט גאַנץ עקסצענטרישע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען; איינע פֿון די פּען-מענטשן וואָס פֿלעגן באַשרײַבן די וועלט ניט אַזוי, ווי זיי האָבן זי געזען, נאָר אַזוי, ווי זיי האָבן זי געוואָלט זען. די ענגלישע צײַטונג האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, ווײַל צו יענער צײַט האָט מאָסקווע און אַנדערע גרויסע שטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענומען זיך אָנפֿילן מיט ענגליש-רעדנדיקע מיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעלאָדן מיט אידעען פֿון בויען אַ נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט;
K. E. Fleming. די געשיכטע פֿון ייִדן אין גריכנלאַנד געהערט ניט צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער געשיכטע, הגם אייניקע ייִדישע קהילות אין הײַנטיקן גריכנלאַנד זײַנען די סאַמע אַלטע אין אייראָפּע. און הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד נאָך פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש, איז דער באַגריף פֿון "גריכישע ייִדן" גאָר אַ נײַע דערשײַנונג. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אויף דער טעריטאָריע, וואָס געהערט הײַנט צו גריכנלאַנד, האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט גריכן. ב׳ ווי נאָר דער רוסישער חייל, כּמעט נאָך גאָר אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אָנגעהויבן פֿאַרנעמען גאַליציע, — אַזוי אַז אין משך פֿון צוויי־דרײַ חדשים איז עס דערגאַנגען אויף מערבֿ ביז פּראָג און אויף דרום ביז אונגאַרן, — האָבן אָנגעהויבן אָנקומען נישט קלאָרע, ווי פֿאַרשטיקטע, ידיעות וועגן גרויזאַמע גוואַלדטאַטן, וואָס דאָס רוסישע מיליטער, דערהויפּט קאָזאַקן און טשערקעסן, באַגייען אַנטקעגן דער דאָרטיקער, אומבאַשיצטער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
Abigail Green.
סיר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) איז געווען דער ערשטער ייִדישער "סעלעבריטי" פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דער דאָזיקער טעזיס ווערט אַנטוויקלט אין דער נײַער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דאָזיקן סאַמע באַרימטן ייִד פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿון זײַנער אַ קרובֿה, פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, אַביגיל גרין. די פֿאָרשערין און אירע באַהעלפֿער האָבן דורכגעאַקערט טויזנטער אַרכיוואַלע מקורים אויף נײַן שפּראַכן אין עלף לענדער, הגם דער וויכטיקסטער מקור, מאָנטעפֿיאָרעס פּריוואַטער אַרכיוו, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן טויט, צוליב אַ סיבה, וואָס בלײַבט עד־היום ניט קלאָר.
Anthony Julius. Trials of the Diaspora: דער לאָנדאָנער אַדוואָקאַט ענטאָני דזשוליוס האָט זיך קונה-שם געווען אַ דאַנק צוויי באַרימטע פּראָצעסן. זײַן ערשטער גרויסער עפֿנטלעכער דערפֿאָלג איז געווען אין 1996, ווען ער האָט פֿאַרטיידיקט די פּרינצעסין דיאַנאַ אין איר צעשיידונג־פּראָצעס קעגן דער גאַנצער קעניגלעכער משפּחה. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דזשוליוס רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין דבֿורה ליפּשטאַדט קעגן דעם ענגלישן חורבן־אָפּלייקענער דייוויד אירווינג, דער "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אין דער ייִדישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די 1880ער יאָרן און איז געקומען צום סוף מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער פּאָסט־סאָוועטישער עמיגראַציע. יעדע כוואַליע פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן קולטורעלן פּרצוף און האָט מיטגעבראַכט קיין אַמעריקע באַשטימטע השׂגות פֿון דער אַלטער היים. די אימיגראַנטן פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען געווען אַנדערש פֿון זייערע פֿאָרגייער, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. די "קאַלטע מלחמה" איז שוין געווען פֿאַרבײַ און די רוסישע ייִדן האָבן זיך מער ניט געפֿילט ווי חשובֿע שפּילער אין דער וועלט־פּאָליטיק. נאָכן סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָט מען געקאָנט פֿאָרן אַהין און צוריק אָן שום מניעות, אַבי געלט. אינטערנעץ און ביליקע טעלעפֿאָנישע פֿאַרבינדונג האָבן דערמעגלעכט טעגלעכע קאָנטאַקטן צווישן דער אַלטער און דער נײַער היים. 1 אונטער די קאַלטע שטיינערנע געוועלבן פֿון קלויז ישן זיצן זקנים בײַ דעמבענע שטענדערס. די שפּיצן פֿון זייערע בערד, געוועבט פֿון זײַדענע פֿעדעם, באַרירן, גלעטן און צערטלען פֿאַרגעלטע ספֿרים־בלעטער. פֿון די גערונצלטע פּאַרמעטענע פּנימער, פֿול מיט נעצן־קנייטשעלעך, שמייכלען אַרויס גוטמוטיקע אויגן און זשמורען זיך קעגן דער זון. אירע שטראַלן פֿלײַסן זיך בחינם צו צעשמעלצן דעם שניי פֿון די ווײַסע בערד און פּאות. קיצלען זונשטראַלן די בינטלעך האָר אין די פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכער און אין די אויערן פֿון די זיידעס, אַקוראַט ווי די זיידעס האָבן ליב צו קיצלען די אייניקלעך. Anita Norich and Yaron Eliav (eds.). Jewish Literatures and Cultures: Context and Intertext. Providence, RI: Brown Judaic Studies, 2008. אינעם אַלעגאָריש־עטנאָגראַפֿישן ליד "די גזירת דײַטשן" באַשרײַבט אּבֿרהם גאָטלאָבער מיט געשמאַק כּלערליי פֿאַסאָנען פֿון בגדים, וואָס ייִדן האָבן געטראָגן איידער דאָס רוסישע מלכות האָט זיי געהייסן צו קליידן זיך "דײַטש". אָבער דער מחבר פֿאַרסך־הכּלט: "צינד זענען געוואָרן אַלע איין קלאַס, / מע דערקענט שוין ניט קיין מענטש אין דער גאַס". ווי אַ משׂכּיל, וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַרן אייראָפּעיִשן "פּראָגרעס" אויף דער ייִדישער גאַס און קעגן אַלטע ייִדישע זאַבאָבאָנעס, איז גאָטלאָבער צופֿרידן. |