- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די מאָדערנע תּקופֿה אין ייִדישער פּראָזע הייבט זיך אָן מיט ישׂראל אַקסענפֿעלדס ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל "לויהאָיאָפּאָליע". דאָס איז אַן אָריגינעלער נעאָלאָגיזם פֿונעם מחבר, וואָס באַשטייט פֿון צוויי העברעיִשע ווערטער, "לא היה" (ניט געווען), און דעם סלאַווישן סופֿיקס "-פּאָליע", וואָס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין די געאָגראַפֿישע נעמען, בפֿרט אין פּאָדאָליע: "בעלאָפּאָליע", "קראַסנאָפּאָליע". אַקסענפֿעלדס קינסטלערישע כּוונה איז געווען צו שאַפֿן אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון אַ שטעטל, וואָס איז אי אַלגעמיין, אי קאָנקרעט. לויהאָיאָפּאָליע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפּיש שטעטל אין פּאָדאָליע פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט אַרײַנגענומען אין זיך שטריכן פֿון פֿאַרשידענע רעאַלע שטעטלעך, און דערבײַ איז דאָס אַ ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע. אַקסענפֿעלדס המצאה איז אַריבערגעגאַנגען בירושה צו די קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. די גילגולים פֿון לויהאָיאָפּאָלאָע הייסן גלופּסק און כּתרילעווקע. אַזוי ווי לויהאָיאָפּאָליע, זײַנען די נעמען סינטעטישע סימבאָלישע אימאַזשן פֿון ייִדישע שטעט.
פֿון אַלע ייִדישע ליטעראַטן איז ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863—1920) אפֿשר געווען די סאַמע פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט געשריבן אויף רוסיש און ייִדיש און געפֿאָרשט ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, און דערבײַ איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ראַדיקאַלער רוסישער פּאָליטיק, געווען אַ ייִדישער עפֿנטלעכער טוער און האָט געהאָלפֿן ייִדישע קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַנ־סקי איז געווען אַן אייגענער אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן. נאָך זײַן טויט, טיילווײַז אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד חיים זשיטלאָווסקי, האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין קולט פֿון ש. אַנ־סקין, ווי אַ מוסטער פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט, וואָס האָט מקריבֿ געווען זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרן פֿאָלק. אָבער הײַנט־צו־טאָג געדענקט מען אים, דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם "דיבוק". לייזער בורקאָ, אַ דאָקטאָראַנט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, איז שוין 7 יאָר אַקטיוו אין דער "וועלט פֿון ייִדיש". אַ סטודענט פֿון די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, איז ער אַריבער צו ייִדיש צוליב דער לינגוויסטישער קרובֿישאַפֿט און כּדי צו קענען רעדן מיט באָבע־זיידע, ווי אויך זיך צו באַקענען מיט ייִדישקייט בכלל. ער האָט דרײַ יאָר געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" און באַטייליקט זיך ווײַטער אין דער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", אַ גרופּע יונגע אַרטיסטן. ער און מרים־חיה סגל גרייטן צום דרוק אַ זאַמלונג פֿון נחום סטוטשקאָווס "מאַמע־לשון"־אַרטיקלען, ווי אויך אַ פֿאָרשטעלונג, באַזירט אויף סטושטקאָווס ראַדיאָ־דראַמעס. אַ צוהערער פֿונעם מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע בײַ דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. קודם־כּל, פֿונעם סאַמע ערשטן בליק, דערזעט מען אַז קאַזואַ אַועדאַס מײַסטערווערק איז אויך אַ יאַפּאַניש־קונסטווערק. עס שטייט שטאָלץ און עלעגאַנט, אײַנגעקעסטלט אין אַן אַרומנעמיק קאַרטאָנען קעסטעלע, דעקאָראַטיוו אויסגעכּתבֿעט און באַקעפּלט מיט גרויסע, קידוש־לבֿנהדיקע, יאַפּאַנישע "אותיות", וואָס זייער מיין איז: "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך". דער צונויפֿשטעלער פֿונעם איבערראַשנדיקן (מען וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן "אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן") ווערטערבוך איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט "פֿוקואָקאַ", וווּ ער לייענט שוין העכער ווי אַ דריטל־יאָרהונדערט לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לעת־עתּה האָט שוין פּראָפֿעסאָר אַועדאַ אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ווערק אינעם שטח פֿון ייִדיש, דהײַנו: אַ ייִדישע גראַמאַטיק, אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען, אַ לערנבוך פֿון ייִדישע אויסדרוקן און אַ בוך שפּראַך־געניטונגען, אַלץ פֿאַר יאַפּאַניש־רעדערס. מען קען זיך משער זײַן פֿון דער גרייס פֿונעם ווערטערבוך אַליין (1,302 זז׳ + 20 זז׳ אויפֿקלערונגען וועגן דעם ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיטן בוך). אַועדאַ גופֿא האָט אַרײַנגעלייגט אין אָט דער אַרבעט גאָר אַ סך יאָרן און געזונט, און דער פֿאַרלאַג "דייגאַקוסוואַרין" — אַן אוצר מיט געלט!
וויקטאָר פּעלעווין. דער שרײַבער וויקטאָר פּעלעווין איז איינער פֿון די ווייניקע הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטן מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז ער אַ יוצא־דופֿן. פּעלעווין איז אַ געהיימניספֿולע פֿיגור. ער באַווײַזט זיך ניט אויף די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, גיט ניט קיין אינטערוויוען און זאָגט ניט אַרויס קיין מבֿינות וועגן פּאָליטישע אָדער קולטורעלע ענינים. פֿון דעסטוועגן, איז ער אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און קריטיקער פֿונעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. זײַנע ביכער שפּיגלען אָפּ די ווירקלעכקייט בעסער פֿון נײַעס־באַריכטן אָדער רעפּאָרטאַזשן.
Howard Jacobson. דער נאָמען פֿונעם ענגליש־ייִדישן שרײַבער האָואַרד דזשייקאָבסאָן איז עד־היום ניט ווײַט באַקאַנט, מחוץ ענגלאַנד. אָבער דער הײַיאָריקער דערפֿאָלג פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע" וועט אים אַוודאי מאַכן באַרימט אין דער ברייטער וועלט. דזשייקאָבסאָן איז איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטער פֿון דער ליטעראַרישער ענגלישער שפּראַך. ער איז שאַרפֿזיניק, איראָניש, אָבער דערבײַ ערנסט און צומאָל טרויעריק. יחיאל שרײַבמאַן, דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער פֿון מאָלדאָווע, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און האַרציק באַשריבן אין כּמעט אַלע זײַנע ווערק. אין די 1930ער יאָרן געוווינט אין בוקאַרעשט, כּמעט גאַנצע צען יאָר געווען אַ סופֿליאָר אין ייִדישן טעאַטער. אין טשערנאָוויץ און בוקאַרעשט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער אונטערערדישער "לינקער" באַוועגונג. דעביוטירט האָט ער אין דער ליטעראַטור מיט אַ דערציילונג, וואָס האָט געהייסן "ערשטע טריט" און איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ניו־יאָרקער פּראָלעטאַרישן ליטעראַרישן זשורנאַל "סיגנאַל".
Transit und Transformation. דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
Anti-Jewish Violence: דאָס רוסישע וואָרט "פּאָגראָם" איז אַרײַן אין אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז דער ענין פֿון פּאָגראָמען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער רוסישער אימפּעריע געווען אַ הייסע טעמע אין דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג. מען איז געווען זיכער, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געווען כּסדר אינספּירירט, אָרגאַניזירט און אויסגעפֿירט דורך דער צאַרישער רעגירונג, כּדי אָפּצוּווענדן דעם כּעס פֿונעם אָרעמען פּויערטום פֿון די קריסטלעכע פּריצים און קאַפּיטאַליסטן.
Rebecca Kobrin. ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו. Emunah Nachmany Gafny. Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children from Gentile Families in Poland in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009 Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children with Assumed Identites in Poland. Jerusalem: Yad Vashem, 2009. |