- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Yiddishkeit:
די ייִדישע טראַדיציע פֿון מאָלן קאַריקאַטורן איז רעלאַטיוו יונג, אָבער דער קאָמישער זשאַנער פֿאַרנעמט דערין אַ חשובֿן אָרט. שלום־עליכם האָט געכאַפּט די דאָזיקע טענדענץ אין "מאָטל פּייסי דעם חזנס", ווען ער האָט בדעה געהאַט צו לאָזן זײַן העלד ווערן אַ קינסטלער אין אַמעריקע. מיט זײַן חוצפּה און שאַרף אויג וואָלט מאָטל געוואָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער קאַריקאַטוריסט אָדער אפֿשר געמאַכט אַ קאַריערע אין האָליוווּד, ווי אַן אַנימאַטאָר. מאָטל וואָלט געוויס געקליבן נחת פֿונעם נײַעם בוך "ייִדישקייט׃ די ייִדישע רעד־שפּראַך און דאָס נײַע לאַנד" — אַ זאַמלונג פֿון מעשׂיות אין בילדער וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישער קולטור, צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך האַרווי פּעקאַר און פּאָל בולע. צו באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע אינעם זשאַנער פֿון קאָמיקס איז גאָר אַן אַנדערע אויפֿגאַבע, איידער פֿאַרפֿאַסן נאָך איין בוך וועגן ייִדיש און ייִדישקייט. ערשטנס, זענען די קאָמיקס ניט צוגעפּאַסט צו אַ גראָדליניקער דערציילונג, ווײַל דער טעקסט און דאָס בילד געפֿינען זיך אין אַ שטענדיקן דיאַלאָג. דערפֿאַר מוז מען געפֿינען מעשׂיות, וואָס לאָזן זיך דערציילן אויף אַזאַ אופֿן. צווייטנס, דאַרף מען שרײַבן קורץ און שאַרף, אָן טיפֿע טעאָרעטישע חכמות, ווײַל די קאָמישע בילדער וועלן סײַ־ווי חוזק מאַכן פֿונעם געהויבענעם טאָן.
די סאָכע און דער חומש׃ אין מערבֿ איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ייִדן זײַנען געווען די סאַמע דערשטיקטע און רעכטלאָזיקע גרופּע אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. אָבער אין דער אמתן איז די לעגאַלע און עקאָנאָמישע לאַגע בײַם גרעסטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, די קריסטלעכע פּויערים, געווען אַ סך ערגער. ביז 1861 זײַנען זיי פֿיזיש און געזעצלעך געווען אין רשות פֿונעם פּריץ און האָבן ניט געטאָרט אַפֿילו חתונה האָבן אָן זײַן דערלויבעניש. ייִדן, להיפּוך, זײַנען געווען פֿרײַע שטאָטישע בירגער, הגם זייער וווינרעכט און אַנדערע רעכט זײַנען געווען באַגרענעצט דורך די געזעצן. די באַציִונגען צווישן פּויערים און ייִדן זײַנען געווען קאָמפּליצירטע. די רוסישע רעגירונג האָט זיך געסטאַרעט צו האַלטן אָט די צוויי גרופּעס ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. די סיבות זײַנען געווען סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און אויך רעליגיעזע׃ די קריסטלעכע מאַכט האָט מורא געהאַט, אַז די ייִדן וועלן "פֿאַרנאַרן" די פּראָסטע פּויערים אין זייער גלויבן. דער דאָזיקער פּחד האָט ניט געהאַט קיין רעאַלן יסוד, ווײַל די ייִדישע רעליגיע זוכט ניט קיין גרים צווישן די אומות־העולם. און עס איז דערפֿאַר גאַנץ מערקווערדיק, וואָס אַ היפּשע צאָל רוסישע פּויערים, און דווקא אין די געגנטן ווײַט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, האָבן זיך אָנגעהויבן האַלטן בײַ געוויסע מיצוות פֿונעם תּנ״ך. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו דערקלערט פֿאַר ייִדן און געמאַכט אַן עליה. לויט די רוסישע געזעצן, איז דאָס "אָפּפֿאַלן" פֿון קריסטנטום געווען אַ שווער פֿאַרברעכן, וואָס צומאָל האָט מען באַשטראָפֿט מיט טויט.
Der Nister. Regrowth: דעם ניסתּרס ליטעראַרישע ירושה איז כּולל די ווערק פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן. זײַן סימבאָליסטישע תּקופֿה איז גוט געפֿאָרשט און מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; דער רעאַליסטישער היסטאָרישער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז איבערגעזעצט אויף עטלעכע שפּראַכן אָבער וואַרט נאָך אויף אַ גרונטיקער קריטישער אָפּשאַצונג. אָבער די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער פֿון "חורבן־ליטעראַטור", זײַנען עד־היום געווען פֿאַרגעסן. די איבערזעצונג פֿון "ווידערוווּקס", דעם זאַמלבאַנד פֿון דערציילונגען און נאָוועלן פֿון די יאָרן 1942—1946, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1969, וואָלט געקאָנט ווערן זייער אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף ענגליש. די דאָזיקע דערציילונגען פּאַסן ניט אַרײַן אין דער אָנגענומענער השׂגה פֿון חורבן־ליטעראַטור, און אפֿשר דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי לאַנג פֿאַרבליבן אויף די ראַנדן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע ווערק אַ דירעקטער המשך פֿון דער עוואָלוציע פֿון סימבאָליזם צו מאָדערניזם, וואָס דער ניסתּר האָט דורכגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן. פֿון איין זײַט באַשרײַבט ער דאָ די ביז גאָר רעאַלע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט אַ סך קאָנקרעטע פּרטים. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די דאָזיקע מעשׂיות טיף סימבאָליש, צומאָל אַפֿילו פֿאַנטאַסטיש. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט אַלעגאָרישע רמזים און רעפֿערענצן צו דעם ניסתּרס פֿריִערע ווערק. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים. מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט". "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער.
זינאָווי זיניק.
זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות. דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר. "עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער. איך בין אַ בעל-חובֿ, און שוין אַ לענגערע צײַט פֿיל איך אויף מײַנע פּלייצעס די משׂא פֿון דער שולד. בדרך-כּלל אײַל איך זיך טיילן מיט אַלעמען, און צום אַלעם ערשטן מיט דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, אַז אין מײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ געראָטן בוך. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך פֿאַרהײַעט און טו עס איצט מיט גרויס פֿאַרשפּעטיקונג נאָך דעם איבערלייענען — און טאַקע הנאה האָבן פֿונעם לייענען — די מאָנאָגראַפֿיע פֿון רבקה מאַרגאָליס Jewish Roots, Canadian Soil ("ייִדישע שורשים, קאַנאַדער באָדן"), וואָס איז אַרויס הײַיאָר, אָבער איז באַזירט אויף איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין 2005 אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. פֿאַר וואָס האָב איך געמאַכט אַ שווײַג אויף עטלעכע חדשים? ווײַל וועגן אַ גוט בוך איז, בכלל, שווערער צו שרײַבן. ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער איז אָפּצופּטרן אַ רעצענזיע וועגן אַ באַנד, צו וועלכן דו האָסט ערנסטע טענות. אַ טענה נאָך אָ טענה — און די רעצענזיע איז שוין גרייט. און אַז מע האָט ניט קיין טענות צי מע האָט ווייניק טענות? און איך האָב זיי טאַקע זייער ווייניק צו מאַרגאָליסעס בוך. פֿאַרקערט — נאָר גוטע זאַכן (לכל-הפּחות, פֿון מײַן קוקווינקל) קען מען זאָגן און שרײַבן וועגן דעם פֿילזײַטיקן אַנאַליז פֿון דעם אוניקאַלן פֿענאָמען — דעם ייִדישן קולטור-צענטער אין מאָנטרעאָל, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור און עס בלײַבט נאָך אַלץ אַ יש. כאָטש דער איצטיקער פֿאַרנעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזאַ ווי אַמאָל, בפֿרט צווישן די וועלט-מלחמות, דאָך באַגעגנט מען נאָך אַלץ יונגע מאָנטרעאָלער, וואָס ווערן ניט פֿאַרלוירן אין ייִדיש; און די טעאַטראַלע ירידים, ממש וועלט-צוזאַמענפֿאָרן, דערמאָנען אונדז וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדישן מאָנטרעאָל. רבֿקה מאַרגאָליסעס בוך דערקלערט דעם דאָזיקן פֿענאָמען דורך, אין תּוך אַרײַן, דרײַ פֿאַקטאָרן. קודם-כּל, די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה אין דער שטאָט האָט געהאַט דעם מזל צו אַנטוויקלען זיך אין דער מיט פֿון דעם היגן ענגליש-פֿראַנצויזישן, פּראָטעסטאַנטיש-קאַטוילישן סענדוויטש. דאָס איז דאָך געווען אַ משוגענע וועלט — אַ וועלט וווּ, למשל, ייִדישע קינדער האָט מען אין דער ביוראָקראַטישער סיסטעם צוגעגלײַכט צו פּראָטעסטאַנטישע!
Tolz. Russia’s Own Orient: דאָס בוך פֿון עדואַרד סאַיִד "אָריענטאַליזם" (1978) — אַן אַמעריקאַנער געלערנטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּאַלעסטינע — בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿאַר דער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אָבער דאָס בוך אַליין האָט אויך באַקומען אַ סך קריטיק. מען האָט דערוויזן, אַז סאַיִדס אויסטײַטשונגען זײַנען אָפֿט מאָל ניט קיין פּינקטלעכע און ניט אויסגעהאַלטן מעטאָדאָלאָגיש. אָבער דאָס האָט ניט געמינערט זײַן חשיבֿות אין די אויגן פֿון דער לינקער מערבֿדיקער אינטעליגענץ. אין זייער לשון באַטײַט דער באַגריף "אָריענטאַליזם" דאָס אינטעלעקטועלע דינסט־מיידל פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַלן אימפּעריאַליזם. ביז לעצטנס האָבן די קריטיקער פֿון סאַיִד ניט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון זײַן קאָנצעפּציע. אָבער ווי עס האָט דערוויזן די ענגלישע היסטאָריקערין וועראַ טאָלץ אין איר שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון אָריענטאַלע שטודיעס אין רוסלאַנד, דאַרף מען זוכן די דאָזיקע וואָרצלען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך דאָרט געלערנט דער יונגער דור פֿון אַראַבישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף סאַיִדס געדאַנקען־גאַנג. די סאָוועטישע שיטה פֿון אַראַביסטיק האָט קריטיקירט די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿט פֿונעם מאַרקסיסטישן שטאַנדפּונקט, און די דאָזיקע קריטיק איז מגולגל געוואָרן אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם". דער אָנהייב פֿון די אָריענטאַלישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהודערט. אָבער די רוסישע פֿאָרשער פֿון איסלאַם און בודיזם זײַנען דווקא ניט געווען קיין נאַציאָנאַליסטן. זיי זײַנען געווען ליבעראַלן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז די רוסישע אימפּעריע דאַרף אָנערקענען די קולטורעלע, לינגוויסטישע און רעליגיעזע חילוקים פֿון אירע פֿעלקער, כּדי אָפּצוהיטן איר אימפּעריאַלע פּאָליטישע אייניקייט. סוף פֿרילינג האָב איך זיך פֿאַררעגיסטרירט אויפֿן Facebook, וואָס — ווי איך ווייס איצט — האָט אויך אַ ייִדישן נאָמען: פּנים-בוך. אַמאָליקע צײַטן וואָלט עמעצער גלײַך באַשלאָסן, אַז גאָר ניט צופֿעליק האָב איך עס געטאָן דווקא סוף פֿרילינג, ווען אַ סך קרענק פֿלעגט מען פֿאַרבינדן מיט אַוויטאַמינאָז. הײַנט איז עס, אָבער, ניט אַקטועל — מיר וווינען ניט אין סאָמאַלי און באַקומען גענוג, צי אַפֿילו איבערגענוג, וויטאַמינען אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’וואַקסט די צאָל לײַט, וועלכע זײַנע געוואָרן מײַנע פּנים-ביכיקע פֿרײַנד. צומאָל זײַנען דאָס מענטשן, מיט וועלכע איך האָב לאַנגע יאָרן קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט, און עטלעכע זײַנען מיר נאָך אַלץ ניט באַקאַנט — לכל-הפּחות, אַזוי דאַכט זיך מיר. איך אַליין נוץ עס זייער זעלטן, וואָס איז אפֿשר אַ נאַרישקייט. אָבער מיר געפֿעלט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פּנים-ביכיקער קהילה. מיך חידושט, אַגבֿ, פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג איגנאָרירט נאָך אַלץ דעם דאָזיקן וויכטיקן קאַנאַל פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע. טאַקע דורך דעם פּנים-בוך האָב איך באַקומען די בשׂורה-טובֿה פֿון דעם פּעטערבורגער רוסישן זשורנאַל "נאַראָד קניגי וו מירע קניג" ("עם-הספֿר אין דער ביכער-וועלט"), מיט אַן אונטערקעפּל, וואָס דערקלערט דעם זשאַנער פֿון דער אויסגאַבע: איבערזיכט פֿון ייִדישע ביכער. דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס שוין אין משך פֿון 16 יאָר, זינט אויגוסט 1995. יעדע צוויי חדשים באַקומט דער לייענער אַ העפֿט, פֿול מיט אינטעלעקטועלער סחורה. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך לעצטנס באַקומען דעם נומער 91, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל חודש. אָבער איצט וועל איך קענען לייענען דעם זשורנאַל אין אינטערנעץ! וועגן דעם האָט מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירט דורך דעם פּנים-בוך, אַז דער עלעקטראָנישער נוסח איז צוטריטלעך געוואָרן לויטן אַדרעס www.narodknigi.ru. הגם די פֿולע טעקסטן זײַנען אויף רוסיש, קען מען אויך לייענען ענגלישע קיצורים.
Imre Kertész. Fiasco.
דער ראָמאַן "פֿיאַסקאָ", וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג, פֿילט אויס דעם בלויז אין דער אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע פֿון אימרע קערטעס, דעם איינציקן אונגאַרישן שרײַבער, וואָס האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע. ער איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק דעם ערשטן טייל פֿון דער טרילאָגיע, דעם ראָמאַן "גורללאָזיקייט" — דעם "סאַמע אומגעוויינטלעכן חורבן־ראָמאַן", ווי עס האָט באַמערקט איינער, אַ קריטיקער. אין 1944, אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר, איז קערטעס, מיט טויזנטער אַנדערע אונגאַרישע ייִדן, דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ און דערנאָך קיין בוכענוואַלד. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט און פֿאַרדינט זײַן חיונה פֿון איבערזעצונגען און קאָמעדיעס. זײַן ערשטער ראָמאַן איז אַרויס אין אונגאַרן נאָך אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה און האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס. "פֿיאַסקאָ" שילדערט, אין אַן אייגנאַרטיקן איראָנישן משל־סטיל, דעם מחברס נעבעכדיקן מצבֿ אינעם קאָמוניסטישן אונגאַרן. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ לאַנגער הקדמה, דעם מחברס שמועס מיט זיך אַליין וועגן דעם צוועק און דער צוועקלאָזיקייט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג. קערטעס ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון די קלאַסיקער פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם, אַזעלכע ווי קאַפֿקאַ, בעקעט, קאַמיו. ער פֿאַרמאָגט אַ ביטערן איראָנישן חוש און אַ נטיה צו אַבסורדישקייט. דאָס שרײַבן איז פֿאַר אים "אַ מאָדנער און אומפֿאַרשטענדלעכער באַגער צו געבן אַ פֿאָרעם און אַן אויסדרוק צו אונדזערע לעבנס", אָדער אַ "פֿאַרפֿירערישן נסיון", וואָס מען איז ניט בכּוח אויסצושטיין.
Shachar M. Pinsker.
"גייענדיק איין מאָל פֿאַרטראַכט איבער די גאַסן פֿון האָמלע, איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעפֿלויגן עפּעס אַ משונהדיקע פֿיגור. [...] עפּעס אײַלט זי שטענדיק, ווי זי וואָלט מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן. וווּהין? וואָס? — ווייס איך נישט. וויל איך זי נענטער באַטראַכטן — קאָן איך נישט. דער מענטש לויפֿט דורך זייער שנעל און האַלט שטענדיק דעם קאָפּ אַראָפּגעבויגן." אַזאַ אײַנדרוק האָט הלל צייטלין געהאַט נאָך דער ערשטער באַגעגעניש מיט יוסף־חיים ברענער. סוף־כּל־סוף, האָט צייטלין געפֿונען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אָט דעם מערקווערדיקן יונגערמאַן. אָבער עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיי זיך געזען אויף אַ שטאָטישער גאַס, ניט אין אַ שיל, ישיבֿה אָדער אויפֿן מאַרק. אַזאַ מין באַגעגעניש אויף דער גאַס איז אַ סימן פֿון מאָדערנע צײַטן, און ברענערס באַזוכן האָמלע איז געווען דער סאַמע אָנהייב אויף זײַן וועג אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, וואָס האָט אים געפֿירט דורך לעמבערג און לאָנדאָן קיין יפֿו, וווּ ער איז אומגעקומען בגוואַלד בעת אַ פּאָגראָם אין 1921. צייטלינס ערשטער אײַנדרוק גיט איבער דעם עצם פֿונעם גאַנצן ליטעראַרישן דור; ברענער איז געווען דער בולטסטער פֿאָרשטייער זײַנער. דאָס איז געווען דער דור, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מאָדערנע אידעען און טעמעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. צייטלין זאָגט ווײַטער וועגן ברענערן׃ "מיט וואָס די פֿיגור צייכנט זיך אויס, האָב איך נישט באַמערקט׃ זי איז צו גיך פֿאַרשוווּנדן". און דאָס איז ווידער אַ גוטער סך־הכּל פֿון דעם, וואָס אָט די מחברים האָבן אויפֿגעטאָן פֿאַר דער העברעיִשער ליטעראַטור, ווײַל זייער תּקופֿה האָט געדויערט ניט מער ווי צען־פֿופֿצן יאָר. מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך געווען אין דעם אוניווערסיטעט פֿון אילינוי, וואָס געפֿינט זיך בערך 140 מײַל פֿון שיקאַגאָ, צווישן צוויי ניט קיין גרויסע שטעטלעך: אורבאַנאַ און שאַמפּיין. דער אוניווערסיטעט האָט אַ גוטן אַקאַדעמישן ייִחוס און אַן אינטערעס צו ייִדיש, וואָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַ זייער גוטן. סוף יוני איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ צוויי-טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט צונויפֿגעפֿירט בײַ איין טיש אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט סאָוועטישע, ווי אויך נאָך-סאָוועטישע, ליטעראַטורן און קולטורן אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. עס האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש, וועלכע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן האַריעט מוראַוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור, אינטערעסירט זי זיך שוין אַ היפּש ביסל צײַט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. איר נײַ בוך, וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין אין פֿאַרלאַג פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, Music from a Speeding Train: Jewish Literature in Post-Revolutionary Russia, אַנאַליזירט ליטעראַרישע ווערק אויף ביידע שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש. דאָס איז ניט די ערשטע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס קלײַבט צונויף אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון רוסיש-ייִדישער קולטור און געשיכטע. עס גרייט זיך איצט אַ באַנד, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דזשאָן קליִער, דעם באַקאַנטן היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. דער באַנד איז באַזירט אויף רעפֿעראַטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין. עס האָט צוויי רעדאַקטאָרן – די שוין דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין מוראַוו און דעם היסטאָריקער יודזשין אַוורוטין. פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער, איז אָנגעקומען אַ באַפֿרידנדיקע ידיעה: די אָרטיקע ייִדישע אַקטיוויסטן, בראָש מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן", אינאַ דרוז און דעם ייִדיש־ליבהאָבער, אָלעג ווישניעוועצקי, האָבן אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל, לכּבֿוד זייער באַקאַנטן לאַנדסמאַן. אַוודאי, וואָלט די אונטערנעמונג נישט געקאָנט צושטאַנד קומען אויף אַזאַ ברייטן אופֿן, ווען נישט די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַזעלכע וויכטיקע אָרגאַניזאַציעס, ווי "פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה אין אוקראַיִנע" און דער "אַל־אוקראַיִנישער ייִדישער קאָנגרעס", בראָש מיט איגאָר קאָלאָמאָיסקי און וואַדים ראַבינאָוויטש. בעת דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "דער אוצר", האָט דער עולם האַרציק באַגריסט פּאָליאַנקערס זון, אַלכּסנדר, וואָס איז געקומען צו דער פֿײַערונג פֿון קיִעוו מיט זײַנע חבֿרים, די מאָלער וולאַדימיר מעלניטשענקאָ און אירינאַ גאָרשקאָוואַ; צווישן די געסט זײַנען אויך געווען די פֿירער פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן" פּיאָטר און סוועטלאַנאַ ראַשקאָווסקי. דעם אויפֿמערק האָט באַלד צוגעצויגן די ביכער־אויסשטעלונג, געווידמעט פּאָליאַנקערס שאַפֿונג. זײַן פּאָרטרעט און זײַנע קורצע, שאַרפֿזיניקע אַרויסזאָגונגען אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. געעפֿנט האָט דעם פֿעסטיוואַל דער פּרעזידענט פֿון דער רעגיאָנאַלער אַסאָציאַציע פּיאָטר ראַשקאָווסקי. אינאַ דרוז האָט איבערגעלייענט אַ ליד פֿונעם דיכטער אַרקאַדי זאַסלאַווסקי, לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי; די אָרטיקע באַטייליקטע האָבן צוגעגרייט אַ ברייטערע פּראָגראַם, מיט רעפֿעראַטן וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון הערשל פּאָליאַנקער. |