- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"לאַזאַרס פֿרויען", מאָסקווע, "אַסט", 2011 די פֿיגור פֿונעם סאָוועטישן פֿיזיקער לעוו לאַנדאַו (1908—1968) האָט שוין לאַנג פֿאַרכאַפּט דעם כּוח־הדמיון פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ. אַ ייִדישער גאָון, וועמענס טעאָריעס האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן דאָס סאָוועטישע אַטאָמישע געווער, איז לאַנדאַו געווען באַלוינט מיט די סאַמע בכּבֿודיקע פּרײַזן, די נאָבעל־פּרעמיע בתוכם. נאָך מער מערקווירדיק, האָט ער בשלום דורכגעמאַכט די שווערסטע תּקופֿה פֿון דעם סטאַליניסטישן טעראָר אין די 1930ער, דעם חורבן פֿון דער מלחמה, און די גזירות קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ סוף 1940ער יאָרן. מען האָט אים אַרעסטירט בלויז איין מאָל אין 1938, אָבער באַפֿרײַט אין צוויי טעג אַרום, ווען זײַנע קאָלעגן האָבן דערקלערט דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט, ווי וויכטיק איז זײַן אַרבעט פֿאַר די מיליטערישע צוועקן. לאַנדאַו איז געווען ניט נאָר אַ געניאַלער טעאָרעטיקער, אָבער אויך אַ באַגאַבטער פּעדאַגאָג, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אייגענע שול אין דער טעאָרעטישער פֿיזיק. דאָס לערנבוך פֿון לאַנדאַו און ליפֿשיץ בלײַבט עד־היום אַ מין תּורה פֿאַר רוסישע פֿיזיקער. דערבײַ איז לאַנדאַו ניט געווען קיין פּרוש, ער האָט ליב געהאַט פֿרויען, וויצן און אַ גוטע חבֿרישע קאָמפּאַניע. ער האָט געהאַט אַן אייגענע טעאָריע מכּוח גליק, וואָס האָט זיך באַזירט אויף דרײַ יסודות׃ אַרבעט, ליבע, און פֿאַרקער מיט מענטשן. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס אַזאַ פֿיגור ציט צו זיך צו קינסטלער פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס, וועלכע זוכן אַ לעבעדיקן און זאַפֿטיקן העלד פֿאַר זייערע ווערק וועגן דעם סאָוועטישן עבֿר. דערבײַ ווערט לאַנדאַו מגולגל אין אַ שאַרפֿזיניקן און אייגנוויליקן אינטעלעקטואַל, וועלכער איז פֿאַרטאָן אין זײַן אַרבעט און איז פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס ער וויל, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים. Alexander Etkind. דער אויפֿקום פֿון דער פּאָסט-קאָלאָניאַלער טעאָריע אין מערבֿדיקע הומאַניסטישע לימודים האָט געשטעלט די ייִדישע שטודיעס פֿאַר אַ ריי פּראָבלעמען. ווי אַזוי קאָן מען "אַרײַנשרײַבן" די ייִדן אין אָט דעם נײַעם וועלט־געשטאַלט, וואָס ווערט אויסגעפֿורעמט אַרום דעם קאָנפֿליקט צווישן די "העגעמאָנישע" כּוחות פֿון דער קאָלאָניזאַטאָרישער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע און די דערשלאָגענע און שטומע מאַסן פֿון קאָלאָניזירטע פֿעלקער אין אַפֿריקע, אַזיע, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע? וווּ הין געהערט ציוניזם און מדינת־ישׂראל? פֿון איין זײַט, קאָן מען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ באַוועגונג פֿאַר נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג פֿונעם דערשטיקטן ייִדישן פֿאָלק, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — טענהן די קעגנער — איז ישׂראל אַליין אַ פּראָדוקט פֿון דער מערבֿדיקער קאָלאָניזאַציע אויף דעם נאָענטן מיזרח. Adrian Wanner. מיט דער צעשפּרייטונג פֿון רוסישע ייִדן איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן איז אויפֿגעקומען אַ נײַער ליטעראַרישער פֿענאָמען, וואָס מען קאָן אָנרופֿן אַ פֿילשפּראַכיקע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור. צו דער דאָזיקער ליטעראַרישער בראַנזשע געהערן אויך די ווערק פֿון יענע מחברים, וואָס האָבן עמיגרירט פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך גענומען שרײַבן אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך פֿונעם נײַעם לאַנד׃ ענגליש, העברעיִש, דײַטש. זייער ליטעראַרישער וווּקס איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק אין די לעצטע צען יאָר. איצט קאָן מען אַפֿילו רעדן וועגן אַ געוויסער מאָדע אויף אַזאַ מין ליטעראַטור. Börries Kuzmany. Brody: צום סוף פֿון זײַן גרונטיקער און אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿון דער שטאָט בראָד, אונטער דעם האַבסבורג־מלכות, ברענגט דער עסטרײַכישער היסטאָריקער בעריעס קוצמאַני צוויי באַריכט־פֿראַגמענטן פֿון ש. אַנ־סקי און יואל מאַסטבוים וועגן זייערע באַזוכן אין בראָד. ביידע מחברים באַטאָנען דאָס חשיבֿות פֿון דער שטאָט אינעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן׃ "אַ מאָל, אַ מאָל איז עס גוט געגאַנגען אין בראָדי. עס האָבן געקלונגען די רוסישע אימפּעריאַלן; עס האָט געברויזט רוסישער מיסחר און ייִדישע פּרנסה. איז קיין קליין וווּנדער נישט געווען, וואָס אָט דער טויער קיין רוסלאַנד האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אימפּעט פֿול מיט לעבן. בראָדי, זאָגט מען, איז געווען קליין־פּאַריז" (מאַסטבוים, "גאַליציע", 1929). Thomas Stangl יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען. די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער. "אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען. כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן. ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ. מאָסקווע, אַרגאָ־ריסק, 2011 אין ווינטער אַנטפּלעקט זיך דער אמתדיקער, תּוכיקער כאַראַקטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי לייענט מען אינעם נײַעם בוך פֿונעם רוסיש־ישׂראלדיקן מחבר דמיטירי דייטש׃ "תּל־אָבֿיבֿ מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי שטייט אויף דער ערד, אויפֿן פֿעטן, סאַמאָראָדנעם, נאַטירלעכן שוואַרצבאָדן. אָבער די אַלטגעזעסענע תּושבֿים פֿון דער שטאָט ווייסן׃ דאָס איז אַ ליגן. מען האָט אויפֿגעבויט תּל־אָבֿיבֿ אויף דעם נאַסן פּאַלעסטינער זאַמד, און זי איז ענלעך צו אַ מענטש, וואָס דאָס גאַנצע לעבן זײַנס גייט ער אויף די שפּיץ־פֿינגער, כּדי אויסצוזען העכער." די ווינטערדיקע שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז דער הויפּט־העלד פֿון אַ חצי־מאה מיניאַטורן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דייטשס קורצן זאַמלבוך. די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון די קורצע מעשׂיות־משלים זײַנען די "אַלטגעזעסענע תּושבֿים" פֿון דער שטאָט, וואָס קענען איר טבֿע. דאָס זײַנען דער פֿערצן־יעריקער בחור גבי, די לערערין רבֿקה, דער משוגענער מר כּהן, דער רוסישער עולה שמעון, די יונגע פֿרויען רחל און יעל, און רן, דער צווייטלינג פֿונעם דערציילער. ווען מען פֿאַרענדיקט לייענען דאָס בוך, פֿאַרשטייט מען, אַז אָט די איינצלנע מעשׂיות בילדן אַ מין ראָמאַן, וואָס באַשטייט פֿון עפּיזאָדן, און דער לייענער אַליין קאָן שוין אויספֿילן די בלויזן.
אויפֿגעקומענע פֿון אַש. די דאָזיקע פּובליקאַציע ברענגט צוריק צום לעבן אַ ווערטפֿול בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין אַ געציילטער צאָל עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע" איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1934 אינעם צענטראַלן סאָוועטישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג "גיכל" און איז געווען גאַנץ "כּשר" פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. "קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון ליטעראַטור פֿאַר יונגע לייענער, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור. אַ היפּשע צאָל פֿון די מחברים אינעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען ייִדן, אַזעלכע ווי רוּווים פֿרײַערמאַן, דובֿ־בער לעווין, אַלכּסנדרע ברושטיין. זייערע העלדן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געדינט ווי מוסטער־פֿיגורן פֿאַר דעם נײַעם סאָוועטישן דור קינדער. זיי האָבן געהאָלפֿן זייערע עלטערן, זיך גוט געלערנט אין שול, אָבער, דער עיקר, זיי זײַנען געווען באַוווּסטזיניקע קעמפֿער פֿאַר סאָציאַליסטישע אידעאַלן און געטרײַע רעוואָלוציאָנערן.
די עטנישע אָנגעהעריקייט פֿון דער שרײַבערין און קינסטלערין קאַרינע אַרוטיונאָוואַ לאָזט זיך ניט לײַכט דעפֿינירן. אַ טאָכטער פֿון אַן אַרמענישן פֿאָטער און אַ ייִדישער מוטער, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער קיִעווער געגנט פּאָדאָל און אין 1994 איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. שרײַבן שרײַבט זי אויף רוסיש, אָבער וווינען וווינט זי צווישן תּל–אָבֿיבֿ און קיִעוו, צוויי צענטערס פֿונעם רוסישן קולטורעלן "גלות". אירע ביכער גייען אַרויס אין מאָסקווע, אָבער אין אַרמעניע האַלט מען זי אויך פֿאַר אַן אייגענע. אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער): "אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן."
די באַקאַנטע מעטאַפֿאָר פֿון אַמעריקע ווי אַ שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע עמיגראַנטישע שבֿטים, שטאַמט פֿון דער פּיעסע פֿונעם בריטיש־ייִדישן דראַמאַטורג ישׂראל זאַנגוויל. די פּיעסע דערציילט וועגן אַ ליבע־געשיכטע צווישן אַ קעשענעווער ייִדישן מיידל און דעם זון פֿון אַ רוסישן פּאָגרמאָשטשיק, וואָס געפֿינען זייער גליק מעבֿר־לים אין אַמעריקע. אַזאַ מין מעשׂה קאָן זיך טרעפֿן נאָר אין דער נײַער וועלט, וווּ אַלע אימיגראַנטן ווערן געבוירן פֿון דאָס נײַ, ווי אַמעריקאַנער. |