- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ישׂראל צינבערג זייער אינטערעסאַנט איז מיר אויך געווען צינבערג. צינבערג האָט אָנגעהויבן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איך האָב שוין פֿריִער פֿאַר [איר] געהאַט אַ האַרציקע באַציִונג: די גאָלדענע תּקופֿה ([ווי] מע האָט דעמאָלט גערופֿן) אין שפּאַניע, פֿון גבֿירול, פֿון יהודה הלוי מיט נאָך אַנדערע. ער האָט געהאַלטן די לעקציעס טאַקע אויף רוסיש, אָבער די טעקסטן פֿון די דאָזיקע אַלע לידער אָדער אַ סך ציטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ביכער פֿלעגט ער געבן אויף העברעיִש. ער פֿלעגט גלײַך איבערזעצן, אָדער ער פֿלעגט אַ מאָל בעטן עמעצן אַן אַנדערן פֿון די תּלמידים, וואָס ער האָט געוווּסט, אַז זיי פֿאַרשטייען, איבערצוזעצן. חוץ דעם האָט זיך מיט צינבערג אײַנגעשטעלט זייער אַ האַרציקע, נאָענטע פֿאַרבינדונג צוליב דעם, וואָס צינבערג האָט געוווינט אַן אָנדערטהאַלבן בלאָק אומגעפֿער פֿון דעם אָרט וווּ מיר האָבן געוווינט. אין דער צײַט, אין אָוונט, ווען ס׳איז ניט געווען וווּ צו גיין, אויך ניט צו גיין מיט אַ מיידל, אויך ניט צו גיין אין טעאַטער (אין טעאַטער בין איך דעמאָלט אַ סך געגאַנגען, דער עיקר נאָך דער רעוואָלוציע, פֿאַר דער רעוואָלוציע), פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן צו אים. צינבערג האָט עס ליב געהאַט, דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ מין אָפּרו. די שמאָלע שטיינטרעפּ, געשפּאָלטענע מיט אײַנגעפֿרעסענעם אַלטן שטויב, מיט אָפּגעטרעטענע טריטגריבער, האָבן זיך געדריידלט, ווי די רינגען פֿון אַ שלאַנג, אַראָפּ, אַראָפּ ווי אין דער פֿינצטערניש פֿון אָפּגרונט. בײַם אַראָפּנידערן אין קעלער האָט מען געמוזט נייגן דעם קאָפּ, אַז ער זאָל זיך נישט אָנשלאָגן אין דעם האַלב־קײַלעכדיקן, מיט פֿײַכטן שימל אָנגעוואַקסענעם ציגל־געוועלב, וואָס האָט, ווי אַ גרויסע שוואַרצע שיסל, איבערגעקערט מיטן מויל אַראָפּ, שווער געהויערט איבערן קעלער. צום ערשטן זענען די אויגן בלינד געוואָרן אין דער גראָער געדיכטעניש פֿונעם שטויב, וואָס האָט גענעפּלט אין דער לופֿטן ווי אַ וואָלקן אַש. פּעלצהאָר, געקרימטע שטיקלעך פֿאָדעם, ווי ווײַסע ווערים, זענען געשוווּמען אין אים. מען האָט געהערט אָפּגעהאַקטן, הייזעריקן הוסטן פֿון ליידיקע ברוסטן, ווי פֿון פּויקן, אין קײַכעדיקן אָטעם, ווי פֿון געוואָרגענע העלדזער. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין זײַן אויסזען נאָך אַ לאַנגער צײַט נישט זײַן אין דער היים. געקומען איז ער אויף אורלויב צום ברודער. אייגנטלעך צו זיך אַהיים. נאָר דער ברודער האָט שוין געהאַט אַ ווײַב און ער נישט, האָט עס געהייסן צום ברודער. זײַן פּנים איז געווען ליכטיק, קײַלעכדיק; די אויגן, כּמעט שײַנענדיק, ווען זיי וואָלטן נישט געווען אַ ביסל פֿון גרוילעכן קאָליר. אָבער דערפֿאַר די גרויסקייט זייערע, דאָס גלײַכע, אָפֿענע קוקן איז געווען נאָך מער ווי שײַנענדיקייט. און וווּהין האָבן זיי אים געקענט לייגן שלאָפֿן, דער ברודער מיטן ווײַב, ווען עס קומט אָן די נאַכט? זען זעט ער אויס אין זײַן שיינעם זעלנערישן שינעל מיט די נײַע שליפֿעס, ווי גאָר אַ גרויסער מאַן, ווי עס וואָלט דער קייסער אַליין געווען; דערצו נאָך איז ער אויך העלדיש, סײַ אין זײַנע ברייטע אַקסלען און סײַ אין זײַן מילך־קלאָרן, ריינעם פּנים. וווּהין זשע האָבן זיי אים צו לייגן אין זייער ברודיקער שטוב, און בשעת ער, אַזאַ מאַנספּאַרשוין, ווען ער ציט זיך אין איר אויס, וואָלט ער זי געדאַרפֿט אַליין טאַקע צו פֿאַרנעמען? איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שווײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אויפֿהערן אויף אַ צײַט דערציילן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך ווי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שוין ווידער פֿאַרטאָן אין ביידע מלאָכות. אויך דאָס מאָל האָט זיך עס ווי געוויינטלעך אָנגעהויבן פֿון אַ קלייניקייט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געווען, אַז ער וועט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, בין איך אַרויס אין דרויסן, ווען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זיי געגאַנגען אַנטקעגן אויף רחובֿ זאַנגוויל, די גאַס וווּ איך וווין. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זיי געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אויטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הויכער, ווי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריוו, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אייבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרויסע, שווערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גייענדיק אָנגעלענט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק ווײַב. אָט אַזוי זײַנען זיי אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלויע ווינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרויסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זיידעס און עלטער־זיידעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע ווינקלען, מיטן פֿאַרשטויבטן אומעט פֿון אייביקייט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צווישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקייט איינער דעם צווייטן און מיט ווילדער פֿרעמדקייט — און געפֿירט זייער וויכּוח. בײַ דער יוגנט פֿון די פּויליש־ליטווישע שטעטלעך האָט געגאָלטן דער כּלל: וויל מען זיך ווידמען מיסחר — פֿאָרט מען קיין וואַרשע, וויל מען זיך ווידמען תּורה — פֿאָרט מען קיין ווילנע. ...אַ נאַרישקייט געדענקט זיך: מיט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל יאָרן צוריק, ווען איך בין צו מזל און צו גליק געוואָרן אַ בר־מיצווה־בחורל, און מײַן טאַטע, יאָסל דער מילנער, האָט מיך אין יענעם שבת מיט גרויס פּאַראַד געפֿירט אין אונדזער פּערליצער שיל, איך זאָל אָפּקנאַקן דעם שיינעם מפֿטיר, האָב איך אים דעמאָלט נעבעך אָפּגעטאָן אויף... וואָלעכיש. גיי צום טײַוול!
איז ער געגאַנגען.
ס׳איז גאָרניט געווען אַזוי ווײַט צו גיין. סך־הכּל אין זעלביקן הויז, אַ שטאָק נידעריקער. און ס׳איז אויך ניט געווען דער קלאַסישער טײַוול — דער ניט־גוטער, דער שד מיט הערנער, מיט אַן עק, ווי מאָלער האָבן אים געמאָלן אויף קלויסטערווענט און לײַוונטן. ס׳איז בכלל ניט געווען קיין ער, נאָר אַ זי; אַ זי מיט לאַנגע, בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און אַ זינגעוודיק קול, וואָס נאָר מלאכים פֿאַרמאָגן עס.
גיי ווייס, אַז אָט די שלאַנקע פֿרוי איז ווײַט ניט קיין מלאך, נאָר אַ טײַוול, אַ סאַמעראָדנער טײַוול, וואָס פֿאַרפֿירט און פֿאַרדאָרבט מענטשלעכע נשמות! בלויז די הענט אירע האָבן געזאָגט עדות ווער זי איז און וואָס זי איז מסוגל צו טאָן: די פֿינגער זענען געווען דין, לאַנג און בייניק, מיט שאַרף פֿאַרשפּיצטע נעגל, ווי בײַ אַ חיה. ווער קוקט אָבער אויף די נעגל, אַז מע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון לויטער־בלויע אויגן און פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿנדיקן שמייכל?
דו ווידער שטאַרבסט און ווידער, איידער פֿאַלן זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער אַיעטוועדער זאָל ווערן פֿאַר צווײַג־און־שטאַם אַ גוטער בעטער בעת ווינטער־שנייען ווערן שוין פֿאַרגרייט אין סאַמע האַרץ פֿון האַרבסט
Sowjetische Politik gegenüber Deutschen, Polen und anderen Diaspora- Nationalitäten 1917-1938. München: R. Oldenburg, 2009. די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון. ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן". קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל. שוין דאָס ערשטע ליד אין ביילע שעכטער-גאָטעסמאַנס "אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען" גיט איבער דעם טאָן פֿון דער גאַנצער זאַמלונג. "אָוונט איז געווען (אַ בילד אין אַקוואַרעל)" שפּיגלט אָפּ די פֿליסיקייט סײַ פֿון אירע לידער, סײַ פֿון אירע בילדער. ביידע דריקן אויס אַ באַוועגונג פֿון עמאָציע און גײַסט. דאָס ליד מאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן רושם, אַזוי ווי אַ פֿילם אין אַקוואַרעל׃ דער אַרויסקוק פֿון דער פּאָעטעסע וואָס שטייט בײַם פֿענצטער, איז "פֿאַרענגט" געוואָרן. זי סטאַרעט זיך צו זען דעם דרויסן. די הײַזער הייבן זיך און נידערן זיך. זייערע "ליכטלעך" ציִען זיך און רינען, אַזוי ווי וואַסער "אינעם ים פֿון שוואַרצקייט". מען פֿילט דעם אומעט פֿון דער דיכטערין דורך די באַוועגונגען וואָס זי מאָלט מיט אירע ווערטער. אָבער ס׳איז אַ "זיסער אומעט אין יונגן בענקען". אָט די שורה וואָס שליסט דאָס ליד שטעלט פֿאָר די אַטמאָספֿער פֿון דער גאַנצער זאַמלונג — די לידער און די סקיצעס. די צייכענונגען אין בוך, פּונקט ווי אירע לידער, זענען פֿול מיט באַוועגונג. אירע לאַנדשאַפֿטן און ביימער גיסן זיך אויס אויפֿן בלאַט, און אין די צייכענונגען פֿון מענטשן באַוועגט מען זיך אויך; זיי האַלטן אין מיטן |