- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
באַנד 7 (2), מינסק-ווילנע, 2012 דער צווייטער נומער פֿון דער מינסקער "צײַטשריפֿט" איז נאָך איין פּאָזיטיווער סיגנאַל פֿון דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז דער המשך פֿון דער אַלטער סאָוועטישער אויסגאַבע, וואָס איז איבערגעריסן געוואָרן מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק און ווידער באַנײַט מיט אַ יאָר צוריק אונטער דער השגחה פֿונעם ווײַסרוסישן אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין "גלות"־ווילנע. און קודם־כּל דאַרף מען ווינטשן דער נײַער סעריע הצלחה און אַריכות־ימים. אָבער צום באַדויערן, פֿאַרמאָגט דער נײַער נומער, אין אונטערשיד צו דעם פֿריִערדיקן, ניט קיין מאַטעריאַלן אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדישער קולטור. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער בלויז אויסגעפֿילט ווערן אין די קומענדיקע נומערן, בפֿרט, אַז די טעמעס פֿון ייִדישער קולטור אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען לעצטנס געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פֿאָרשער אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל (ווי למשל, קלער לעפֿאָל, סאַשע סענדעראָוויטש, עליסאַ בעמפּאָראַד, ענדריו סלוין, אַרקאַדי זעלצער). דער נײַער נומער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון זיבן רובריקן. דאָס העפֿט עפֿנט זיך מיט צוויי היסטאָריש־פּאָליטישע אַרטיקלען וועגן ארץ־ישׂראל. מיכאַיִל אַגאַפּאָוו וואַרפֿט אַ נײַעם ליכט אויף די וויסנשאַפֿטלעכע און קולטורעלע קאָנטאַקטן צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער צײַט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַנאַסטאַסיאַ יאָקשאַ אַנאַליזירט די אינטערנאַציאָנאַלע וויכּוחים אַרום דעם סטאַטוס פֿון מיזרח־ירושלים אין די יאָרן 1967—1988. די היסטאָרישע אַרטיקלען זײַנען געווידמעט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער רעליגיע אין האָמלער געגנט (אַנדריי לעבעדיעוו און וויקטאָר פּיטשוקאָוו) און דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן פֿאַר 1862. נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער 6 מאַרק איז געשטאַנען אויף דער אייבערשטער דעק פֿון דער ריזיקער רײַזעשיף מיטן נאָמען Carnival Dream, וואָס האָט זיך פּאַמעלעך דערווײַטערט פֿון דער שטאָט, ווי אַ שטיק באָדן וואָלט זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿונעם קאָנטינענט און שוין אין אַ סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקן אינדזל זיך געלאָזט אין זײַן פֿרײַען שווימען איבערן אָקעאַן. דער זון־אונטערגאַנג האָט איצט בולט געצייכנט איבערן אָנגעזעטיקטן מיט בלוי הימל־לײַוונט די “דיאַגראַמע פֿון מאַנהעטן". גענאַדי קאָסטירטשענקאָ. די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוו׃ די מאַכט, די אינטעליגענץ און די ייִדישע פֿראַגע. מאָסקווע׃ "מעזשדונאַראָדניִע אָטנאָשעניאַ", 2012. 522 זײַטן. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דעם גרעסטן רוסישן מבֿין אויף דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק, איז געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דער "אָדליגע" צווישן די יאָרן 1953 און 1964, ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט באַשלאָסן צו רעווידירן די ירושה פֿון סטאַלינס שליטה. ווי אַלע פֿריִערדיקע ביכער פֿונעם דאָזיקן מחבר, באַזירט זיך די איצטיקע פֿאָרשונג אויף אַ ריזיקער צאָל אומבאַקאַנטע דאָקומענטן. די סאַמע אינטערעסאַנטע מקורים שטאַמען פֿון די אַרכיוון פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, פֿון פֿאַרשידענע סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך פֿון די אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין ישׂראל און די אַמאָליקע סאָוועטישע סאַטעליטן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער
5 אומגעדולדיקע סיגנאַלן פֿון אויטאָס האָבן זיך געהערט הינטער דעם אויטאָ, אין וועלכן בעלאַ איז געפֿאָרן, ריכטיקער, געשטאַנען. זי האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס פֿײַפֿט מען צו איר, ווײַל דאָס ליכט האָט זיך שוין געביטן פֿון “רויט" אויף “גרין", און זי רוקט זיך נאָך אַלץ נישט פֿונעם אָרט. אַ גרויע "סובאַראָ" וואָס איז געפֿאָרן אין דער פֿאַרקערטער זײַט, האָט זיך לעבן איר פֿאַרהאַלטן און אַ טונקל־מאָגער פּנים מיט אַ קליינער שוואַרצער יאַרמלקע אויפֿן שפּיץ־קאָפּ האָט זיך אַרויסגעשטופּט פֿונעם פֿענצטערל און בעלאַ האָט דערהערט: “מיסיס, וואָס וואַרט איר? גרינער וועט שוין נישט זײַן!" זי האָט זיך צעלאַכט: און טאַקע, וואָס וואַרט זי? זי איז שוין זיכער אין באָראָ־פּאַרק. בעלאַ האָט פֿאַרקערעוועט צו דער 13טער עוועני, ווי ס’האָט איר דערקלערט דוד, און גאָר אין גיכן, האָט זיך פֿון דער רעכטער זײַט באַוויזן אַ גרויסע בלויע וויוועסקע, וואָס האָט שיִער נישט אויסגעשריִען — “Stern’s Bakery". אַ היפּשע צאָל צווישן די אַמעריקאַנער עטנאָגראַפֿן זײַנען געווען ייִדן, אָבער אַפֿילו (און אפֿשר טאַקע דווקא) זיי האָבן ניט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַן אייגנאַרטיקער עטנישער גרופּע. פֿאַר דעם זײַנען געווען גאַנץ קלאָרע פּאָליטישע סיבות. מען האָט ניט געוואָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ייִדן זײַנען אין וואָסער ניט איז זין אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אַזאַ מין השערה וואָלט געגעבן שטאָף פֿאַר אַ צוּוווּקס פֿון ראַסיסטישן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע. לויט דער דאָזיקער טעאָריע, וואָס איז געווען קוראַנט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער אונטערשייד צווישן די ייִדן און אַנדערע ווײַסע אַמעריקאַנער געווען בלויז אין דער אמונה. יודאַיִזם איז געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, דער יסוד פֿון אַמעריקע. אַזאַ קוקווינקל האָט דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן דעם דײַטשישן נאַציזם ווי אַ שׂונא פֿון דער גאַנצער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און ניט נאָר פֿון ייִדן. חוץ דעם, וואָלט דער עטנישער באַגריף פֿון ייִדישקייט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגעהעריקייט פֿון ייִדן צו דער ווײַסער ראַסע בפֿרט און צו דער אַמעריקאַנער נאַציע בכּלל. "לעבן — איז מיטן פֿאָלק" איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער נײַער, נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען די אַלטע וועלט פֿונעם שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז געוואָרן אַ פּועל־יוצא פֿון אַ ברייטן עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער מיליטערישן פֿלאָט. נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער
3 פֿון דער שטוב איז בעלאַ אַרויסגעגאַנגען אַרום צען. בײַ דער פּאַריקמאַכערשע דאַרף זי זײַן צען דרײַסיק. אַן אַנדערס מאָל וואָלט זי צו איר צוגעגאַנגען צופֿוס, ס’איז נישט ווײַט, אויף שיפּסהעדבעי ראָוד, אָבער הײַנט האָט זי נאָך גענוג זאַכן וואָס צו דערליידיקן און אָן דעם אויטאָ וועט זי זיך נישט באַגיין. אַ שיינער זומער־טאָג, פּונקט אַזאַ ווי ס’איז געווען מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אינעם טאָג פֿון זייער חתונה. יאָ, מאַרקס מאַמע האָט ווי אין וואַסער געקוקט: בעלאַ איז געווען און פֿאַרבליבן אַ נאַשערקע. אמת, לעצטנס, קומט איר אויס אַלץ מער זיך אײַנהאַלטן און אָפּזאָגן פֿון געשמאַקע נאַשערײַען. דעמאָלט האָט זי געווויגן זיבן און פֿערציק קילאָ, און איצט — הונדערט איין און זיבעציק פֿונט. ישׂראל אַגאָל. "איך וויל לעבן"; וואַדים אַגאָל. "אַזוי האָט מען געלעבט". מאָסקווע׃ אַגראַף, 2011 דער דאָזיקער באַנד איז כּולל צוויי מעמואַרן׃ די זכרונות פֿונעם חשובֿן סאָוועטישן ביאָלאָג און גענעטיקער ישׂראל אַגאָל וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין באָברויסק פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע; און די זכרונות פֿון זײַן זון, וואַדים אַגאָל, וואָס איז אויך געוואָרן אַ מומחה אין מיקראָ־ביאָלאָגיע, וועגן זײַן טאַטן און זײַן אייגענער יוגנט. דער פֿאָטער איז אַרעסטירט און צעשאָסן געוואָרן אין 1937, בעת דער זון האָט געמאַכט אַ בכּבֿודוקע אַקאַדעמישע קאַריערע און לעבט עד־היום אין מאָסקווע. נו, מע לעבט מער נישט לויט דעם ביבלישן שׂכל פֿון "אָבֿות יאכלו בוסר ושיני הבנים תּקהינה" (די טאַטעס וועלן מער נישט עסן קיין נישט־צײַטיקע פֿרוכט, אַז דעם קינדערס ציין זאָלן קאַליע ווערן", אָדער לויטן ווערטל: "טאַטע-מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ"). דער דאָזיקער כּלל האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרעלטערט, כאָטש אַזוי גלייבן מיר. דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר "היטלערס קינדער" (Hitler’s Children בלע"ז), וואָס זײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, באַהאַנדלט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אָפּשטאַמלינגען פֿון די העכסטע נאַצישע קאָמאַנדירן לעבן הײַנט מיטן עבֿר פֿון זייערע משפּחות. דער פֿילם באַשטייט פֿון לאַנגע אינטערוויוען אָדער, בעסער געזאָגט, מאָנאָלאָגן, מיט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי רײַנער העס, דאָס אייניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ. רײַנער ווערט פֿילמירט בעתן פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן קיין אוישוויץ, און דאָרט רעדט ער מיט די ישׂראלדיקע תּלמידים און מיט אַ לעבן-געבליבענעם פֿון חורבן — אַזאַ מין סליחות-פֿעסטיוואַל. נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער 1 בעלאַ האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף, ווי מע וואָלט זי פֿון דאָרט אַרויסגעטריבן. זי האָט זיך אַזש אונטערגעהויבן, געאָטעמט קורץ, פּרוּוונדיק כאַפּן דעם גיכן קלאַפּ פֿון האַרץ. ענדלעך, האָט זי פֿאַרהאַלטן אַ רגע די לופֿט און שוין רויִק אַוועקגעלייגט דעם קאָפּ אויפֿן קישן. The Education of Jewish Girls in Tsarist Russia. Detroit: Wayne State University Press, 2011. אין 1831 האָט אַ ווילנער ייִד מיטן נאָמען שאול פּעריל געעפֿנט אַ פּריוואַטע שול פֿאַר מיידלעך, וואָס איז, מסתּמא, געווען דער ערשטער אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין אין רוסלאַנד. דאָס איז געוואָרן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה אין דער ייִדישער דערציִונג, און אין משך פֿון די קומענדיקע פֿופֿציק יאָר זײַנען אין דעם רוסיש־ייִדישן תּחום־המושבֿ אויפֿגעקומען הונדערטער פּריוואַטע שולן פֿאַר מיידלעך, מערסטנס פֿון דער ערשטער מדרגה. די דאָזיקע שולן האָבן דערצויגן צענדליקער טויזנטער תּלמידות, וועלכע האָבן שפּעטער געהאַט אייגענע משפּחות מיט קינדער. דער מאַמעס דערציִונג האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם וועלטבאַנעם פֿונעם נײַעם דור פֿון רוסישע ייִדן. די הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער דײַטשער אונטערנעמונג, די פּראָפֿעסאָרן מאַריאַן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, צוזאַמען מיט די פּראָפֿעסאָרן אפֿרת גל־עד און ראָלאַנד גרושקאַ, לערערס אין דײַטשע אוניווערסיטעטן, האָבן רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן די זאַמלונג פֿון 650 זײַטן. דער פֿאַקט וואָס דײַטשלאַנד איז געוואָרן אַ צענטער, אויב נישט דער צענטער, פֿון ייִדישיסטיק הײַנט, איז שוין לאַנג אַ פֿאַקט, און נישט קיין נײַעס. דער דײַטשער סימפּאָזיום איז די איינציקע יערלעכע אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אויף דער וועלט. אינעם גאַנצן באַנד באַמיט מען זיך אָפּצודרוקן די ייִדישע טעקסטן אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, און עס קומט די אַרויסגעבער אַ יישר־כּוח, וואָס זיי האָבן דאָס געהאַלטן פֿאַר וויכטיק. דער באַניץ פֿונעם וואָרט "הײַנט" אינעם טיטל פֿון אַ ווערק אָדער רעקאָרדירונג (אין די 1950ער און 1960ער יאָרן האָבן עטלעכע פּלאַטעס פֿון דזשעז־מוזיק געהייסן "דזשעז, הײַנט!") טראָגט מיט זיך אַלע מאָל אַ סכּנה, ווײַל ביז דאָס בוך אָדער פּלאַטע ווערט אַרויסגעגעבן איז דער "הײַנט" שוין "נעכטן". צי וועט מען אין 25 יאָר אַרום צוריקקוקן אויף דעם באַנד און באַטראַכטן די אויסגאַבע ווי אַן עכטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט אין 2012? "פֿרילינג אויף דער לבֿנה". סאַנקט־פּעטערבורג, "אַזבוקאַ", 2012
|