- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ווערטער "טשערנאָוויץ" און "ייִדיש" קומען צוזאַמען, בדרך-כּלל, ווען די רייד גייט וועגן דער היסטאָריש-וויכטיקער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אויגוסט 1908. הונדערטער מאָל האָט מען שוין דערציילט און איבערדערציילט, ווי אַזוי דעמאָלט, מיט 104 יאָר צוריק, האָט מען געהאַלטן רעדעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס און ווי מע האָט סוף-כּל-סוף זיך צונויפֿגערעדט, אַז ייִדיש האָט געוויזן קלאָרע סימנים פֿון אַ (חס-וחלילה ניט "דער") נאַציאָנאַלער שפּראַך. אָבער מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש אין טשערנאָוויץ ניט פֿאַרענדיקט. אַ סך איז געשען דאָרטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אָבער דאָ וויל איך דערמאָנען נאָר וועגן דער צײַט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען דווקא טשערנאָוויץ איז באַשטימט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָט מען ביזן יאָר 1948 דערלויבט צו האָבן אַ ייִדישע לערנשול (אָדער אַפֿילו צוויי שולן). דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אין קיִעוו, האָט מען אויך "פֿאַרשיקט" אַהין. קיין טשערנאָוויץ האָבן אָנגעהויבן זיך ציִען ייִדישע פּען-מענטשן. A Journey to Shtetl. Documentaries taken in 1988 in former Jewish settlements of Ukraine. Aktivi, JDC. זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער. From Revolution to Repression: מאָסקווע׃ "קאָרפּוס", 2011 דער מחבר און אַמאָליקער סאָוועטישער דיסידענט נאַום נים (נחום יעפֿרעמאָוו) באַשרײַבט אינעם דאָזיקן רירעוודיק–שיינעם בוך זײַנע קינדער־יאָרן אין באָגושעווסק, אַ שטעטל אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער שאָטן פֿון דער מלחמה, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דאָס גאַנצע ווײַסרוסישע ייִדנטום און געבראַכט אַ סך צרות פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, באַגלייט די דערציילונג אַפֿילו אין סאַמע גליקלעכע מאָמענטן, אָבער פֿאַרשטערט ניט די נאַטירלעכע קינדערשע פֿרייד. בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע חרדים אין ירושלים ווערן די דאָזיקע טערמינען אויך היפּש פֿאַרמישט. למשל, אין שטאַרק־חרדישע קרײַזן, וואָס זענען נאָענט צו נטורי־קרתּא, הערט מען צומאָל, אַז די אַנדערע, מער מאָדערניזירטע חרדים, וואָס דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי און שטיצן די מלוכה, זענען "לינקע". אַזאַ באַנוץ פֿונעם וואָרט שטאַמט, אַפּנים, פֿון דער אַמאָליקער תּקופֿה, ווען דאָס באַטייליקן זיך אין די וועלטלעכע אינסטיטוציעס האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט סאָציאַליזם. אַ סך אַמעריקאַנער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וועלכע רופֿן זיך "צענטריסטן", וואָלטן געזאָגט, פֿון זייער זײַט, אַז די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל זענען געפֿערלעך "רעכט". וואָס שייך פּאָליטיק, אָבער, זענען פּונקט די דאָזיקע "צענטריסטן" אָפֿט שטאַרק רעכטע, צומאָל ביז אַן עקסטרעמער מדרגה, און די סאַטמאַרער חסידים שטיצן געוויינטלעך, די דעמאָקראַטן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ. וואָס הערט מען אין ים?
שאַגאַל האָט ערשט ווידער באַזוכט רוסלאַנד העכער פֿופֿציק יאָר נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן. אין 1973 האָט מען דאָרט געמאַכט אַ קליינע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין אַ זײַטיקן אַלקער פֿון דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע. דער עולם איז געווען אַזוי גרויס, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם בנין. זינט דעם האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט שאַגאַלן ווי אַ "חשובֿן רוסישן קינסטלער", וואָס דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן אינעם גלות פֿון דער עמיגראַציע, באַגלײַך מיט אַנדערע רוסישע קינסטלער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; אַזעלכע, ווי בענואַ און דאָבוזשינסקי. אָבער מען האָט דערבײַ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון שאַגאַלס "רוסישער" קונסט. זײַן "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער" איז געהיט געוואָרן בסוד־סודות. אַזוי שטרענג, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע קונסט־פֿאָרשער און מיטאַרבעטער פֿון דער טרעטיאַקאָוו–גאַלעריע גופֿא האָבן ניט געמעגט אַ קוק צו טאָן אויף דעם דאָזיקן מײַסטערווערק. איך מוז גלײַך זאָגן, אַז מײַן אייגענע אָפּשאַצונג פֿון אַהרן ווערגעליסן איז גאָר ניט אַפּאָלאָגעטיש. ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", איז געווען, בלי-ספֿק, אַ טאַלאַנטירטער און בכלל פֿעיִקער מענטש, אָבער אַ רשע איז ער אויך געווען. אַן אַלטע מיטאַרבעטערין אין דער רעדאַקציע האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "ווערגעליס האָט ליב קעץ, הינט און קינדער, אָבער מענטשן האָט ער פֿײַנט". צום יונגן דור — און לעוו בערינסקי האָט געהערט צום יונגן דור — האָט ער זיך אויך באַצויגן כּמעט אַזוי גוט, ווי צו קעץ, הינט און קינדער. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג סוף 1980ער און אָנהייב 1990ער יאָרן. אָבער איך בין ניט זיכער, אַז דאָס מאַכט ווערגעליסן פֿאַר אַ גדול-בישׂראל. אין מײַנע אויגן איז ווערגעליס אין גאַנצן געפֿאַלן, ווען איך האָב איבערגעלייענט זײַן מסירה, אָנגעשריבן אין דעצעמבער 1949. פֿאַר די, וואָס קענען רוסיש, איז דער טעקסט צוטריטלעך אין http://www.alexanderyakovlev.org/fond/issues-doc/68544. אין דעם דאָזיקן לאַנגן "אַנאַליז" מאַכט ער מיט דער בלאָטע גלײַך די שרײַבער פֿונעם עלטערן דור: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דער נסתּר און אַנדערע, און פֿאַרגעסט אויך ניט וועגן די אַמעריקאַנער שרײַבער ה. לייוויק און דוד אָפּאַטאָשו. "דער בעכער פֿון ביטערגראָז". מאָסקווע–ירושלים׃ "גשרים", 2012. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם רוסיש–ישׂראלדיקן שרײַבער וולאַדימיר פֿראָמער באַהאַנדלט אין דער בעלעטריסטישער פֿאָרעם די געשיכטע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן איז וויטאַלי־וויקטאָר־חיים אַרלאָזאָראָוו, דער פּאָליטישער אָנפֿירער פֿון דער סוכנות (די ייִדישע אַגענץ). חוץ אים, טרעפֿט זיך דער לייענער מיט גאָר פֿאַרשידענע אַנדערע פּערזענלעכקייטן פֿון יענער תּקופֿה, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע׃ וולאַדימיר-זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דוד בן־גוריון, פּינחס רוטענבערג, חיים ווײַצמאַן, מאַרטין בובער, ווי אויך דער רוסישער רעוואָלוציאָנער־טעראָריסט און ליטעראַט באָריס סאַווינקאָוו, די שרײַבערין נינאַ בערבעראָוואַ, און אַפֿילו מאַגדאַ געבעלס, די פֿרוי פֿון היטלערס פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער. פֿראָמער איז קודם־כּל פֿאַראינטערעסירט אין די אינטעלעקטועלע חילוקי־דעות און פּאָליטישע וויכּוחים, וואָס די אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע ציוניסטישע בראַנזשעס האָבן געפֿירט צווישן זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִשובֿ און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט ווי אַ פּרוּוו צו דערציילן אָט די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון אַ "רוסישן" שטאַנדפּונקט. דעם מחברס סימפּאַטיע איז אויף דער זײַט פֿון די ייִדישע פּאָליטישע טוער פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, אַזעלכע ווי: אַרלאָזאָראָוו, זשאַבאָטינסקי, רוטענבערג. זיי געהערן צו דער סמעטענע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, בעת דער פּוילישער ייִד דוד בן–גוריון איז אויסגעמאָלט, להיפּוך, ווי אַ קליין–שטעטלדיקער טיפּ מיט ריזיקע אַמביציעס, אָבער מיט אַ קנאַפּער אינטעלעקטועלער אַמוניציע. קרימער יהודה׃ בילדער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן, כאַזאַרן, קאַראַיִמער און קרימטשאַקעס אין קרים פֿון אַנטיקישער תּקופֿה ביז הײַנטיקע טעג. סימפֿעראָפּאָל׃ "דאָליאַ", 2011 דער האַלב–אינדזל קרים פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער געשיכטע אַ גאָר חשובֿ אָרט. אין דער הקדמה צו זײַן בוך מאַכט מיכאַיִל קיזילאָוו אַ פֿאַרגלײַך צווישן קרים און ארץ–ישׂראל׃ דאָ און דאָרט האָבן ייִדן געוווינט זינט אוראַלטע צײַטן; ביידע געגנטן האָבן געהערט צו די אייגענע וועלט־אימפּעריעס — די ביזאַנטישע און די אָסמאַנישע. דער ייִדישער ייִשובֿ סײַ אין קרים סײַ אין ארץ־ישׂראל, איז געווען אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע עדות; און אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען זיך גענומען צו שאַפֿן דאָרט ייִדישע אויטאָנאָמע טעריטאָריאַלע איינסן אויפֿן יסוד פֿון לאַנד־ווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. דערצו נאָך איז דער קלימאַט און די לאַנדשאַפֿט אין קרים ענלעך אויף ארץ־ישׂראל׃ ים, בערג, און אַ סך ניט־באַוווינטע שטחים. קיזילאָוו איז אַ יונגער ייִדישער היסטאָריקער פֿון קרים, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין געשיכטע פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז אַ מחבר פֿון צוויי וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ענגליש וועגן די קאַראַיִמער אין קרים און גאַליציע. אין זײַן נײַעם רוסישן בוך מאַכט ער אַ פּרוּוו צו דערציילן אין אַ פּאָפּולערן אופֿן, אָבער אויף אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ, די גאַנצע לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין קרים. כּנרת, זמורה־ביתן, 2011 מתן חרמוני, אַ ישׂראלדיקער שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, האָט זיך געווענדעט אין זײַן ערשטן ראָמאַן צו אַ טעמע, וואָס איז עד־היום געווען כּמעט ווי ניט־דערטאַפּט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור׃ דער ייִדישער ניו־יאָרק אינעם ערשטן טייל פֿון 20סטן יאָרהונדערט. עס איז ממש אַ חידוש, פֿאַרוואָס האָט דער גרעסטער אין דער וועלט ייִדישער כּרך אַזוי ווייניק אינטערעסירט די גאַנצע העברעיִשע ליטעראַטן. On the Eve: The Jews of Europe Before the Second World War. New York: Simon and Schuster, 2012
|