- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער רופֿא און דער שוסטער אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער! בײַ יונה סטעלמאַך איז געווען אַ שבת־צו־נאַכטס ווי אַלע מאָל. ער האָט געשפּאַנט איבערן שטיבל און נישט געהערט, ווי זײַן ווײַב נעכע האָט אים גערופֿן עסן וועטשערע: נאָכן לוסטגאָרטן, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקווע און הײַנט איז פֿון דער צערקווע געבליבן בלויז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צווישן שטיינער און ווילדע געוויקסן, איז געלעגן קיווקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אויפֿן רעקל — אַ בלוי טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיווקע האָט זיך געוואַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געווען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, וואָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, וואָס אַרום איז אַזאַ בלויע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, וווּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ ווײַט גערודער פֿון ווילדע גענדז. מײַנער אַ באַקאַנטער דערציילט: קאָ, קאָ... קאָ, קאָ, קאָ. בײַ ר׳ געצל יאָשעס אין שטוב איז אַ גאַנצע מהומה, אַ טומל, אַ געפּילדער. עס איז אַרײַן אַ קאַץ אין שטוב. אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אויף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געוואָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר"ל, וואָס איך האָב קיין אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר ווי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע! דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור. זײַן ווײַב איז געווען אַ שיינע. פֿון איר פּנים האָט געשלאָגן אַ וואַרעמע ליכטיקייט, אירע אויגן האָבן געלויכטן, אירע הענט האָבן געהאַט אַ וואַרעמע פֿולקייט און יעדע באַוועגונג פֿון איר קערפּער האָט גערופֿן און גערייצט. מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי איין מאָל, אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן, באַווײַזט זיך אין דער צײַטונג "מעשענער פֿײַפֿל" אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָווסקי: “די פֿרוי אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע". דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַווײַז פֿאַר דער ריכטיקייט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעוואָלוציאָנערן דענקער שינצע, וועלכע לויטעט: “די פֿרוי איז דער צימעס פֿון דער נאַטור". דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, וועלכן ער האָט געשריבן אויפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלויז אַרויסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשויונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם". אַ גאַנצע נאַכט האָבן פֿאַנטאַסטישע ים־כוואַליעס מיך געהאַלטן געשפּאַנט. מיר שווימען צוזאַמען, איך און ער. דער ים ליגט פֿלאַך אָפּגעצויגן ווי אַ זײַדענע קאָלדרע איבער אַ פֿאַרבעטן בעט. איך שווים אויפֿן רוקן אָן שום אָנשטרענג. אים זע איך ניט. איך פֿיל זײַן נאָענטקייט אין ריטעם פֿון דער כוואַליע אין פּריוואַטן האַפֿן פֿון פֿרעמדן ים. |