- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַפּריל איז ריסענבערג באַלוינט געוואָרן מיט דער "רוסישער פּרעמיע", אַ ליטעראַרישע אויסצייכענונג פֿון דער באָריס־יעלצין־פֿונדאַציע. די דאָזיקע פּרעמיע איז באַצוועקט פֿאַר רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַטן, וועלכע וווינען מחוץ די גרענעצן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע. אָפֿיציעל האָט ריסענבערג פֿאָרגעשטעלט אוקראַיִנע, אָבער ער איז געקומען אויף דער צערעמאָניע אין אַ סאַמעטענער יאַרמולקע און געהאַלטן אַ דרשה וועגן גאָט. מען האָט אים אויך פֿאַרבעטן צו לייענען זײַנע לידער אין עטלעכע מאָסקווער באָהעמישע קלובן. מען קאָן אים זען און הערן אין קורצע סוזשעטן אויפֿן יו־טיוב, ווי ער איז אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין לייענען זײַנע לידער בעת דער עולם אַרום אים האַלטן אין איין עסן, טרינקען און אַרומוואַלגערן זיך. איך שרײַב די דאָזיקע נאָטיצן מײַנע אין סאַן-דיעגאָ, וווּ כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, לויט דער ניו-יאָרקער צײַט. געקומען בין איך אַהער אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ מכּוח באָגדאַן כמעלניצקי (וועגן איר וועל איך שרײַבן באַזונדער), וועמענס דענקמאָל אָדער גאַס, צי ביידע זאַכן, געפֿינט מען אין יעדער אוקראַיִנישער שטאָט. ער איז דאָך אין אוקראַיִנע ווי טעאָדאָר הערצל, להבֿדיל, אין ישׂראל. אָבער אין דער פּראָגראַם זע איך ניט קיין אָנטיילנעמער פֿון אוקראַיִנע. וועגן ייִדישע ענינים אַרום כמעלניצקי, סײַ אין די צײַטן פֿון די גזירות תּ״ח תּ״ט סײַ אין די שפּעטערדיקע יאָרן, וועלן רעדן געלערנטע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל און צפֿון-אַמעריקע. איך פֿאַרטײַטש עס ווי אַ סימן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן קיינעם ניט געפֿונען, וואָס זאָל זיך אויסטויגן אויף אַזעלכע זאַכן אין אוקראַיִנע גופֿא. Natan Sznaider. אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר איז דער שרײַבער אַלכּסנדר איליטשעווסקי געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע נעמען אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ זײַנען זײַנע ווערק ווײַט ניט קיין לײַכטע לעקטור. זיי זײַנען אָנגעפּאַקט מיט פֿילאָסאָפֿישע אידעען און קולטורעלע אַסאָציאַציעס, לאַנגע פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון נאַטור און ווײַטגייענדיקע דיגרעסיעס אין דער קולטור־געשיכטע; און דערצו נאָך, באַלאָדן מיט וויסנשאַפֿטלעכע קענטענישן. איליטשעווסקי פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע אויף אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק ביז דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ליטעראַרישן אַוואַנגאַרד. דער סאַמע לעצטער ראָמאַן זײַנער הייסט "אַנאַרכיסטן" און דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פֿרײַער אַנאַרכיסטישער קהילה ערגעץ טיף אין רוסלאַנד. איליטשעווסקי רופֿט אַנאַרכיע "אַ קלוגער בונד פֿון אויטאָנאָמע פּערזענלעכקייטן" און האַלט זי פֿאַר אַ מין פּאַראַלעלע אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿט אין מיטן פֿון דער "נאָרמאַלער" מלוכישער סטרוקטור. דער נײַער ראָמאַן איז דער פֿערטער טייל פֿון אַ סעריע, וואָס איז פֿאַראייניקט דורך דער בשותּפֿותדיקער טעמע פֿון זוכענישן פֿון אַן אַלטערנאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. Shalom Auslender. אַ מעשׂה מיט רגל־געלט, וואָס דער גבֿיר האָט געשיקט דעם רבֿ אין אַ שטעטל אין דער אַלטער היים איז געווען אַ רבֿ, אַן איש־תּמים. ער איז געזעסן יום־ולילה און האָט עומק געווען אין תּורה. קיין שׂכירות האָט ער נישט באַקומען. ווילט איר דאָך וויסן אַוודאי פֿון וואָס ער האָט געצויגן זײַן ביסל חיונה? איז אַזאַ מעשׂה: די רביצין האָט אונטערגעהאַנדלט. זי האָט פֿאַרקויפֿט הייוון די ווײַבער אויף שבת און יום־טובֿ. נאָר דאָס איז נישט געווען גענוג. און ס׳איז טאַקע געווען צרות. מ׳האָט נעבעך אונטערגעהונגערט צו ביסלעך. ייִדן האָבן געזען אַזאַ זאַך, האָט מען נישט געשוויגן, און די קהילה האָט באַשלאָסן, אַז איטלעכער באַלעבאָס זאָל געבן דעם רבֿ רגל־געלט. אַז סע קומט פֿאַר אַ יום־טובֿ, זאָל איטלעכער שיקן וויפֿל ער קען. אַ גבֿיר זאָל געבן אַ קערבל, אַ שיינער באַלעבאָס — אַ האַלב קערבל, אַ קרעמער — אַ גילדן, אַ בעל־מלאָכה — גריוונע, אַ צענער, אַ זעקסער. הכּלל, איטלעכער זאָל עפּעס געבן. וועראַ אינבער. וועראַ אינבער געהערט צו דעם קלאַסישן קאַנאָן פֿונעם סאָוועטישן סאָציאַליסטישן רעאַליזם. פֿאַר אירע פּאַטריאָטישע לידער איז זי אין 1946 באַלוינט געוואָרן מיט דער סטאַלין־פּרעמיע. זי איז געווען אַן אַקטיווער פֿונקציאָנאַר אינעם אַפּאַראַט פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, האָט זיך באַטייליקט אין אידעאָלאָגישע אַקציעס און קאַמפּאַניעס; און לאַנגע יאָרן האָט זי געלעבט מיטן שטענדיקן פּחד מצד אַן אַרעסט, ווײַל דערצו זײַנען געווען וואָגיקע סיבות. "ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען. מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע". די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט. הונדערטער פּערסאָנאַזשן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די דערציילונגען פֿון יענטע מאַש; און אויב עמעצער אין דער צוקונפֿט וועט וועלן אויפֿשטעלן אַן אַנטראָפּאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד און ייִדענע, מוז מען אויך אַרײַנקוקן אין די ווערק פֿון יענטע מאַש. מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד פֿון אײַער שאַפֿערישקייט, וואָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָרון־קודש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. רעדאַקציע אַלע אין שטאָט האָבן זי געקענט און קיינער האָט נישט געוווּסט איר אמתן נאָמען. קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שטאַמט און בכלל ווער זי איז, אַ ייִדישע צי אַ קריסטלעכע. האָט מען זי אויפֿגענומען אַזוי ווי זי איז געווען און אויך צו דעם מאָדנעם נאָמען מאָנאַ־לייזיע, וואָס מ’האָט איר צוגעזעצט הינטער די אויגן; זיך באַצויגן ווי צו אַ פֿאַרשטענדלעכער זאַך, ווײַל... נאָך אַלעמען, איז זי קיינעם נישט אַזוי שטאַרק אָנגעגאַנגען. Allison Schachter. דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט מעטאַפֿאָריש באַשריבן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ "כּמו־טעריטאָריע", אַ מין אויסגעטראַכטער שטח פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־עקזיסטענץ. די דאָזיקע אידעע ווערט אַנטוויקלט, מיט אַ גרויסער געניטשאַפֿט און וויסן, אינעם בוך פֿון עליסאָן שעכטער. דאָס בוך הייבט זיך אָן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור, מיט מענדעלע, און דווקא מיט דער הקדמה צו זײַן לעצטן גרויסן אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק "שלמה רב חיימס". |