- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מעינקע קאַץ איז געווען אַן אינאָוואַטאָר אין דער ייִדישער פּאָעזיע און איז נישט געווען קיין נאָכפֿאָלגער פֿון קיין ריכטונג. ער האָט געשריבן אָן פּערפֿעקטע גראַמען, האָט געשריבן סאָנעטן פֿון צוויי־טראַפֿיקע ביז פֿופֿצן־טראַפֿיקע שורות, און געשאַפֿן גלײַכצײַטיק ענגלישע פּאָעזיע. צו זײַן 20סטן יאָרצײַט ווילן מיר ברענגען אַ פּאָר לידער וואָס מיר פֿילן זײַנען ספּעציעל אינטערעסאַנט און לויבווערדיק. מעינקע קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין סווענציאַן, ווילנער געגנט, אין 1906. אַ טייל פֿון זײַן קינדהייט האָט ער פֿאַרבראַכט אין שכנותדיקן מיכאַלישעק. ער האָט געלערנט אין חדר און אין דער שטאָטישער פֿאָלקשול. אין 1920 האָט ער עמיגרירט מיט זײַנע עלטערן אין פּאַסעיִק, אַמעריקע. ער האָט שטודירט אין ברוקלין־קאַלעדזש, קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" און האָט געאַרבעט ווי אַ זייגער־מאַכער און דערנאָך ווי אַ לערער אין די ייִדישע פֿאָלקשולן. ער האָט דרײַ יאָר געלעבט אין צפֿת און דערנאָך אין ספּרינג־גלען, ניו־יאָרק, וווּ ער איז געשטאָרבן. אין זײַן ביאָגראַפֿיע ווערט דערציילט, אַז ער האָט איבערגעריסן מיט די לינקע נאָך די מאָרדן פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. ער איז שפּעטער געוואָרן אַ לערער אין די "אַרבעטער־רינג־שולן". ער האָט אַרויסגעגעבן אַכצן ביכער פּאָעזיע — נײַן אויף ייִדיש און נײַן אויף ענגליש. פֿאַר זײַן ענגלישער פּאָעזיע האָט ער באַקומען צוויי אויסצייכענונגען. אין און נאָך דעם שלושים־פּעריאָד זינט שפֿרה לערערס פּטירה האָבן זיך אָנגעקליבן בײַ מיר עטלעכע דערמאָנונגען פֿון מײַנע פּערזענלעכע קאָנטאַקטן וואָס איך וויל טיילן מיט די לייענערס. שפֿרה לערער איז געווען אַ שטערן אין ייִדישן טעאַטער. זי האָט געשפּילט מיט דעם גרויסן רעזשיסאָר און אַקטיאָר מאָריס שוואַרץ, דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון דעם באַרימטן ייִדישן קונסט־טעאַטער. איך האָב זי געזען שפּילן אין דעם עדען־טעאַטער אונטער דוד אָפּאַטאָשוס רעזשי. איך האָב געהערט ווי זי האָט דעקלאַמירט די ראָלע פֿון כאַשע די יתומה, ווען זי איז אויפֿגעטראָטן אין די אַמאַלגאַמייטעד הײַזער אין די בראָנקס. דעמאָלט האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף מיר מיט איר עלאָקווענטער אינטערפּרעטאַציע און דיקציע. פֿאַר אונדז, אײַנוווינער, געדענק איך, איז די געלעגנהייט געווען אַ יום־טובֿ צו האָבן אַזאַ שטערן ווי שפֿרה לערער קומען און דערקוויקן אונדז אַזש אין די מרחקים פֿון דער בראָנקס. זי האָט איבערגעגעבן דעמאָלט די שיינקייט און פֿליסיקייט פֿון דעם גערעדטן ייִדישן וואָרט און דער עולם איז געווען זייער דאַנקבאַר. דעם 25סטן מאַרץ איז געוואָרן 100 יאָר זינט דעם טראַגישן טרײַענגל־פֿײַער, און אין "פֿאָרווערטס" האָט מען אָפּגעצייכנט די דאַטע מיט אַרטיקלען און באַריכטן אד"גל — אויך מיט אַ ליד פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד. עס זײַנען אויך געווען אַנדערע לידער; לידער מיט מוזיק, און ראָזענפֿעלדס אַ ספּעציעל שטאַרקע קינה, וואָס מיר ווילן דערמאָנען אין אָנדענק פֿון דער טרויעריקער געשעעניש. דאָס ערשטע ליד הייסט "מאַמעניו אָדער עלעגיע פֿאַר די טרײַענגל־פֿײַער־קרבנות", ווערטער פֿון אַנשל שאָר, מוזיק פֿון יוסל רומשינסקי, געדרוקט אין . 1911 הערמאַן יאַבלאָקאָוו, דער אַקטיאָר, פּראָדוצירער, דראַמאַטורג, ליריציסט, לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן, איז באַוווּסט, און וועט בלײַבן באַוווּסט, דער עיקר פֿאַר שרײַבן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע טעאַטער־ און ראַדיאָ־לידער — "פּאַפּיראָסן". זינט ער האָט עס רעקאָרדירט צום ערשטן מאָל אויף דער ראַדיאָ אין די 0391ער יאָרן, איז דאָס ליד געוואָרן זייער פּאָפּולער; אַ סך זינגערס האָבן עס רעקאָרדירט, און עס האָט אים געבראַכט פֿיל אָנזען און באַרימטקייט. יאַבלאָקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, אין, 1903 וווּ ער איז געווען אַ משורר און געשפּילט ייִנגלשע ראָלעס אין טעאַטער. נאָכן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע טרופּעס, האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע אין, 1924 וווּ ער איז געוואָרן אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין ייִדישן טעאַטער און ראַדיאָ. איינע פֿון זײַנע באַרימטסטע פּיעסעס איז געווען "דער פּאַיאַץ" און אַזוי פֿלעגט ער זיך רופֿן שפּעטער. צום 90סטן געבוירן־טאָג אין דער איצטיקער צײַט ווערט געפֿײַערט דער 90סטער געבוירן־טאָג פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר־דיריגענט דוד באָטוויניק. נישט אַלע לייענער קענען אים און זײַנע מוזיקאַלישע ווערק, ווײַל ער האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן געלעבט און געווירקט אין מאָנטרעאַל. איך געדענק ניט צי ער איז אַ מאָל געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב זיך מיט אים אייגנטלעך ניט געטראָפֿן. איך האָב אָבער אָנערקענט זײַן גרויסן פֿאַרדינסט אין נאָטירן פֿאַר שמערקע קאַטשערגינסקי די מעלאָדיעס פֿאַר די געטאָ־לידער אין זײַן גרויסן ווערק "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן". איך האָב אויך געזען אין דעם לאַזאַר ווײַנער־אַרכיוו פֿון ייִוואָ אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וווּ ס׳איז אָפּגעדרוקט באָטוויניקס ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער", וואָס ווײַנערס כאָר האָט געזונגען. וועגן נאָך אַ ליד "רחלע" האָב איך געהערט און געפּרוּווט געפֿינען, אָן דערפֿאָלג. דאָס דאָזיקע ליד און אויך אַנדערע געזוכטע לידער געפֿינען זיך איצט אײַנגעהילט אין דעם פּרעכטיקן נייעם באַנד לידער וואָס טראָגט דעם טיטל "פֿון חורבן צום לעבן". דאָס בוך וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע האָט שוין באַקומען פֿיל לויב און אָנערקענונג פֿון מוזיקערס, שרײַבערס, פּראָפֿעסאָרן. און אַזאַ בוך, אין אַזאַ צײַט, מיין איך, איז ווערט צו באַטראַכטן פֿיל מאָל. אויב איך האָב ניט קיין טעות איז דאָס לעצטע בוך פֿון אַזאַ מין פֿאַרנעם געווען רות לעווינס פּראַכט־אויסגאַבע פֿון איר פֿאָטער לייבו לעווינס לידער מיט יאָרן צוריק. ראובֿן לודוויג איז געבוירן געוואָרן אין ליפּאָוועץ, קיִעווער געגנט, אוקראַיִנע, אין1895 , און איז געשטאָרבן אין , 1926 ווען ער איז אַלט געווען קוים 13 יאָר. ער האָט זיך געלערנט אין חדר, האָט אַ צײַט געלערנט אין אַ רוסישער מיטלשול אין קיִעוו. אין 1907 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע. אין 1914 האָט ער דעביוטירט מיט אַ ייִדיש ליד. ער האָט אַרומגעוואַנדערט פֿון אַריזאָנע און לאָס־אַנדזשעלעס, זוכנדיק אַ היילאָרט פֿאַר זײַנע קראַנקע לונגען. ער איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער גרופּע אינטראָספּעקטיוויסטישע דיכטערס אויפֿן נאָמען "אין זיך", און ער האָט געדרוקט זײַנע לידער און דערציילונגען אין זייער זשורנאַל. ער איז געשטאָרבן פֿון שווינדזוכט אין בענינג, קאַליפֿאָרניע. מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון לודוויגס פּאָעזיע, וואָס נעמט אַרײַן מאָטיוון פֿון אַמעריקע, ספּעציעל ניו־יאָרק, אַריזאָנע, די אַמעריקאַנער אינדיאַנער און מעקסיקע צוו״אַנד. נחום יודס קינדערלידער האָבן באַרײַכערט דעם רעפּערטואַר פֿון די וועלטלעכע שולן. אין פּוילן איז געווען באַרימט זײַן ליד "מיר קומען אָן"; אין אַמעריקע האָט מען געזונגען זײַן "ליד צו דער ייִדישער שול", "ניט־געשטויגן — ניט־געפֿלויגן". אויף דער פּלאַטע פֿון "גאָלדענעם לאַנד" וואָס דער אַרבעטער־רינג האָט אַרויסגעגעבן אונטער יאָסל מלאָטעקס נאַראַציע, האָט מען געזונגען זײַן ליד "אַמעריקע". די מוזיק וואָס פֿאַרשיידענע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשאַפֿן איז געווען צוגעפּאַסט צו נחום יודס פּשוטע און חנעוודיקע ווערטער. נחום יוד איז דער פּסעוודאָנים פֿון נחום יערוסאַלימטשיק. ער איז געבוירן געוואָרן אין באָבער, מאָהיליעווער געגנט, ווײַסרוסלאַנד. ביז 14 יאָר האָט ער געלערנט אין חדר, און גלײַכצײַטיק געלערנט וועלטלעכע לימודים בײַ פּריוואַטע לערערס און דורכגעמאַכט אַ מיטלשול־קורס. מיט יאָרן צוריק האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם אַ שורה פֿון אַ ליד וואָס איך האָב געהערט דעקלאַמירן. די שורה איז געווען "גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע", וואָס איך האָב שפּעטער אויסגעפֿונען איז אַ ליד געשריבן פֿון ישׂראל אַשענדאָרף; דאָס ליד האָבן מיר אָפּגעדרוקט אין די "פּערל" אין 1976. דאָס ליד איז נאָך אַלץ אַזוי שטאַרק און קרעפֿטיק ווי אַ מאָל: גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע געווען אַ מאָל איין גרויסע, גאַנצע וועלט, איז געקומען אַ מענטש און פֿאַרכאַפּט אַ שטיקל ערד, אַרומגענומען עס מיט שטאַכײַטן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס! איז באַלד געקומען אַ צווייטער, פֿאַרכאַפּט עטלעכע ביימער, זיי אַרומגענומען מיט אַ פּאַרקן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס! און אַ דריטער, אַ פֿערטער — ביז אויף גאַנצער ערדישער ברייט וולאַדימיר חפֿץ, דער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, כאָר־דיריגענט און פּיאַניסט, איז געבוירן געוואָרן אין טשאַשניק, וויטעבסקער גובערניע, ווײַסרוסלאַנד, אין 1893. ער האָט גראַדויִרט פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע, און דערנאָך האָט ער געשפּילט אויף קאָנצערטן, האָט אַקאָמפּאַנירט דעם באַרימטן זינגער פֿיאָדאָר שאַליאַפּין און אַנדערע, און האָט געשפּילט אין אַ טריאָ מיט ש. באַצעוויץ און גרעגאָרי פּיאַטיגאָרסקי. ער האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע אין 2291. ער איז געווען דער אַקאָמפּאַניסט פֿון דער באַקאַנטער זינגערין איזאַ קרעמער און געדינט ווי דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון דעם רודאָלף שילדקרויט־טעאַטער. ער איז אויך געוואָרן דער כאָר־דירעקטאָר פֿון דעם פּועלי־ציון־כאָר און פֿאַרבאַנד, פֿון דעם ייִדישן קולטור־כאָר א״אַנד. דעם 7טן דעצעמבער איז געוואָרן 7 יאָר זינט ס׳איז אַוועק אין דער אייביקייט אונדזער פּען־ברודער חיים ביידער — דיכטער, זשורנאַליסט, ליטעראַטור־פֿאָרשער. חיים ביידער איז געבוירן געוואָרן אינעם וואָלינער שטעטל קופּעל, וווּ נאָך אין יאָר 1796 איז דאָרט געווען אַ ייִדישע דרוקערײַ; איינע פֿון די ערשטע ייִדישע דרוקערײַען אין דער רוסישער אימפּעריע. זײַנע ערשטע קינדער־שאַפֿונגען האָט חיים אָפּגעדרוקט בײַ זײַנע נישט פֿולע דרײַצן יאָר אין דער צײַטונג פֿאַר קינדער "זײַ גרייט", וועלכע איז אַרויסגעגאַנגען אין כאַרקאָוו, אין דער דעמאָלטיקער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען אַוועק יאָרן פֿון לער און שעפֿערישן וווּקס. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען ביידערס לידער געקאָנט געפֿינען אין כּמעט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס. צווישן זײַנע לערערס זײַנע געווען די גדולים פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור: יחזקאל דאָברושין, פּרץ מאַרקיש, איזי כאַריק, שמואל האַלקין און אַנדערע. אַ דריטער דיכטער וואָס האָט דערגרייכט זײַן 90סטן געבוירן־יאָר הײַיאָר, איז דער לאָס־אַנדזשעלעסער דיכטער און עסיייִסט, רעדאַקטאָר פֿון דעם געוועזענעם זשורנאַל "חשבון" — דער פּרײַז־געווינער משה שקליאַר. מיט זײַן צוריקציִען זיך פֿון דער רעדאַקציע צוליב געזונט, האָט דער לויבווערדיקער ליטעראַרישער זשורנאַל זיך געשלאָסן נאָך 051 נומערן. מיר פֿלעגן מיט הנאה לייענען די עסייען, פּראָזע־ווערק און לידער; מיר האָבן געלייענט מיט אינטערעס וועגן די אַקטיוויטעטן וואָס דער לאָס־אַנדזשעלעסער קלוב האָט געפֿירט, וווּ די באַליבטע לילקע מײַזנער ע״ה האָט געווירקט. עס איז געווען אַ פֿײַנער זשורנאַל וועמענס שליסונג מיר באַדויערן. הײַנט באַגריסט די "פּערל" די פֿאַרדינסטפֿולע דיכטערין און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן צו איר ווערן נײַנציק יאָר. זי איז אַן איינציקע אין איר פֿאַרנעם — אַ יחיד־במינו — אַן אָנגעזעענע דיכטערין, אַ פּאָפּולערע לידער־שרײַבערין און קאָמפּאָזיטאָרין, אַ זעלטענע פֿאָלקס־זינגערין, אַ פֿײַנע מאָלערין. אַחוץ דעם פֿירט זי אָן מיט אַ פּאָעטן־קרײַז, און פֿאַרנעמט זיך מיט קולטור־אַרבעט אויך. |