- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו זײַן 140סטן יאָרצײַט מיט די פֿאָרמולעס "איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך", "איך נעבעך, געמיינער חזן", "איך נעבעך, בעל־דרשן" / "איך נעבעך, בעלפֿער", "איך נעבעך, שינדל־שלעגער" הייבן זיך אָן אַ טייל לידער פֿון בערל בראָדער, דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון בער מרגלית, געבוירן אין בראָד, גאַליציע, אין יאָר 1815, און געשטאָרבן אין יאַס, רומעניע, אין 1868. ער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון די וואַנדערנדיקע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער, וואָס זײַנען באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען "די בראָדער־זינגערס". • רבֿקה באַסמאַן בן־חיים נײַע לידער *
אַ פֿרײַער טאָג.
צו זײַן 55סטן יאָרצײַט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער פּאָעט פּרץ מאַרקיש גערופֿן דעם ייִדישן סאָלדאַט צו נעמען נקמה אויף די דײַטשן. אין זײַן שטאַרק ליד "דעם ייִדישן שלאַכטמאַן" דערמאָנט ער דעם ייִדנס העלדישקייט, זײַן פּאַטריאָטיזם, און באַשווערט אים, אַז עס זאָל זיך ניט אויסשעפּן בײַ אים דער צאָרן.
איך ווייס: דו האָסט געקושט די ביקס אין יענעם טאָג,
ווען מען זאָגט דעם נאָמען “איציק פֿעפֿער" קומט גלײַך אויפֿן זכּרון זײַן פּרעכטיק ליד "אַ קרעניצע". יאָסל מלאָטעק האָט מיר געזאָגט, אַז די גאַנצע יוגנט פֿון פּוילן האָט עס ליב געהאַט צו זינגען.
דאָרט וווּ גראָזן זײַנען נאַסער
דוד האָפֿשטיין איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע לירישע דיכטער אין סאָוועט־רוסלאַנד. ער האָט זײַנע געפֿילן אויסגעדריקט אין מוזיקאַלישער ליריק. אין זײַן ליד "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" האָט ער אויסגעמאָלן זײַן שטימונג פֿון איזאָלאַציע און איינזאַמקייט אויף אַ ווײַסער קאַנווע פֿון שנײַיִקע סטעפּעס פֿון רוסלאַנד. צו די ווערטער פֿון דוד האָפֿשטיין האָט עמיל גאָראָוועץ געשאַפֿן אַ נישט ווייניקער פּרעכטיקע מוזיק, וואָס מען קען הערן אויף זײַן פּלאַטע "איך בין אַ ייִד": צו זײַן 55סטן יאָרצײַט אין די 1970ער יאָרן האָט דער סאָוועטישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר, עמיל גאָראָוועץ, געשאַפֿן מוזיק צום ליד פֿון לייב קוויטקאָ "אַן אַלטער ניגון". דאָס ליד פֿלעגט זײַן פֿרוי מאַרגאַריטאַ (מוסיע) פּאָלאַנסקאַיאַ אויך רעציטירן. עס איז געבויט אויף אַן אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה, ווי אַ ייִד, אָנשטאָט צו קויפֿן זאַכן, קויפֿט ער אָפּ צוויי ניגונים, וואָס ער הערט אויפֿן וועג צום מאַרק. גאָראָוועצעס ליד איז רעקאָרדירט אויף דער פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" צוזאַמען מיט אַנדערע לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. די ווערטער זײַנען: צו זײַן 100־יאָריקן יובֿל עס איז מסתּמא ווייניק באַקאַנט אונדזערע לייענער דער סאָוועטישער פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער משה העלמאָנד (1907־1973). ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל וואָלאָדאַרסק־וואָלינסק (קוטוזאָוואָ), זשיטאָמירער געגנט, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער, אַהרן העלמאָנד איז געווען אַ ייִדיש־העברעיִשער לערער. משה האָט פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אויך געוואָרן אַ לערער, דערונטער עטלעכע יאָר אינעם קינדער־שטעטל "קאָמאינטערן". לידער און דערציילונגען האָט ער געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1925 אין "יונגוואַלד" און "פּיאָנער". צום נײַעם יאָר תּשס״ח שיקן מיר אַ באַגריסונג צו די לייענער מיט אַ וווּנטש זיי זאָלן זיך אויסבעטן אַ גוט־יאָר — אַ יאָר פֿון גליק, געזונט, מזל און שלום. זאָל דעם ייִדישן פֿאָלק באַשערט זײַן צו לעבן אין פֿרידלעכע צײַטן, זאָל דער קריג אין איראַק זיך ענדיקן מיט אַ פֿרידלעכן און רויִקן אויסלאָז און זאָל דער "פֿאָרווערטס" ממשיך זײַן, ווי ביז אַהער, זײַן ראָלע ווי אַ שײַנטורעם פֿון ליכט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. מיר ברענגען ווײַטער עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע וואָס ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן לכּבֿוד ראָש־השנה אין פֿארשיידענע צײַטן. צו זײַן 70סטן יאָרצײַט אין 1937 איז איזי כאַריק געפּײַניקט געוואָרן ביז טויט פֿאַר פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע סיבות — מכּלומרשט פֿאַר "דורכלאָזן טראָצקיסטישע דורכפֿאַלן" אינעם מינסקער "שטערן", כאָטש אין דער אמתן איז ער אַרויסגעטראָטן קעגן טראָצקיזם אין אַ ליד געדרוקט אין 1936. אויך, לויט זכרונות, האָט ער געהאַט געבעטן בײַם אָפּטייל פֿאַרן נאָענטן מיזרח אין "קאָמינטערן" אַ "שעפֿערישע שליחות" קיין ארץ־ישׂראל, כּדי צו זאַמלען אײַנדרוקן און פֿאַקטן פֿאַר אַ קאַפּיטל וועגן ציוניזם אין אַ גרויס ווערק וואָס ער האָט זיך געקליבן צו שרײַבן. מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מען געזונגען קלמן ליסעס ליד "איז געפֿאַלן אַ דעמב" אויף דער לוויה פֿון אַ בונדישן פֿירער, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם. דאָס ליד האָט ליס געשריבן נאָכן טויט פֿון בונדישן פֿירער בייניש מיכאַלעוויטש, וואָס איז גשטאָרבן אין וואַרשע, אין 1928. די ווערטער זײַנען:
איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
כאָטש דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָט ער געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער "שׂיחת חולין" אין 1886, וואָס איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל. עס איז פֿאַר מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרצייכענען די ערטער, וווּ ער רעדט וועגן ייִדיש. אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטעטיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונדערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען, |