פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז געווען איינע פֿון די פֿײַנסטע ייִדישע דיכטערינס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט באַרײַכערט די ייִדישע פּאָעזיע מיט אירע אויסדרוקן פֿון צער און ווייטיק אויפֿן חורבן, אויף דעם אָרעמען מצבֿ פֿון די ייִדישע מאַסן, מיט אירע קלוגע און אינטערעסאַנטע קינדער־לידער, מיט איר אינטימער פֿרויען־דיכטונג און אירע באַגײַסטערטע לידער וועגן ישׂראל. זי איז אַחוץ אַ דיכטער, געווען אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל "סבֿיבֿה", האָט אַ צײַט געאַרבעט ווי אַ שול־לערערין און אויך געשריבן פּיעסעס וועגן אַמעריקאַנער לעבן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות און שׂימחת־תּורה, וואָס ייִדן איבער דער וועלט פֿרייען זיך מיט זיי. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אויך געווידמעט לידער צו די דאָזיקע יום־טובֿים און מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון זייערע לידער. די באַליבטסטע זינגלידער וואָס מע האָט געזונגען אין די שולן זײַנען געווען "אַ סוכּה אַ קליינע" פֿון אַבֿרהם רייזען און "קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס געזאַנג האָט אַלע מאָל צוגעטראָגן גענוס און הנאה צום יום־טובֿ.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

ראָש־השנה

פֿון י. י. סיגאַל


נײַ־יאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ,

זומער — יום־טובֿדיק אין זײַד,

כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער,

שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט.


פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
חנה מלאָטעק מיט אירע טאַטע־מאַמע: 
לייזער און באַשע גאָרדאָן

ווען איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב (וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ פּיאַניסטין און אַקאָמפּאַניסט) זײַנען געווען קינדער, האָט אונדזער פֿאָטער, לייזער גאָרדאָן, אַן אימיגראַנט פֿון סטאָלפּץ, ווײַס־רוסלאַנד, געזונגען מיט אונדז זייער פֿיל ייִדישע לידער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז די לידער זײַנען פֿון פֿאַרשיידענע באַרימטע מחברים וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי געטראָגן אין זײַן זכּרון. ער האָט געדענקט די לידער וואָס זײַן מוטער מרים מלבים־גאָרדאָן האָט געזונגען.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צום 20סטן יאָרצײַט

לעאָן בערטיש איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין מיהאַלען, מאָלדאַוויע. ער איז געווען אַ באַנק־באַאַמטער אין בוקאַרעשט און איז געשטאָרבן אין . 1980 אויב עמעצער האָט ווײַטערע ידיעות וועגן אים, בעטן מיר עס צושיקן צו אונדז. אין דעם צוגאָב־באַנד פֿון "לעקסיקאָן" פֿון בערל כּהן פֿעלן ביאָגראַפֿישע ידיעות. בערטישעס לידער געפֿינען זיך אין זאַמלבוך "אויפֿשטײַג", בוקאַרעשט 1964 .

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

איינע פֿון די ערשטע פֿאָרשאַרבעטן מײַנע איז געווען אַ שטודיע וועגן די אופֿנים ווי מיכל גאָרדאָנס באַרימט ליד "די באָרד" האָבן זיך פֿאָלקלאָריזירט, געענדערט אין טעקסט און ניגון. הײַנט גיבן מיר צו אינפֿאָרמאַציעס צו דעם געדרוקטן אַרטיקל אין די "ייִוואָ־בלעטער" אין 1951. אַ פֿריִערדיקער אַרטיקל וועגן פֿאָלקלאָריזאַציע איז געווען ש. ז. פּיפּעס אַרבעט וועגן דוד עדעלשטאַטס ליד "דער אַרבעטער" אין דובֿ און מאיר נויס בוך וועגן לידער פֿון גאַליציע, געזאַמלט פֿון עוזר און ש. ז. פּיפּע. אַן אַנדער אַרטיקל אין מאַנוסקריפּט פֿון פּיפּע האָב איך געזען וועגן מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" אין די 80ער יאָרן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
יאָסל און חנה מלאָטעק

הײַיאָר, דעם 25סטן אָקטאָבער, ווערט פֿערציק יאָר זינט די רובריק אין "פֿאָרווערטס" "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן. אין אָנהייב זײַנען די מחברים פֿון דער רובריק געווען פֿאַרצייכנט "אַ. פֿאָרשער", ביז וואַנען דאָס בוך מיט די ערשטע אַכצן אַרטיקלען איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל ווער אַ. פֿאָרשער איז — יאָסל און חנה מלאָטעק. אין 2000 איז יאָסל מלאָטעק ע״ה געשטאָרבן און זינט דעמאָלט פֿירט די רובריק זײַן אַלמנה חנה. במשך פֿון די פֿערציק יאָר האָבן זיך געדרוקט איבער טויזנט אַרטיקלען, מיט אַן ערך דרײַ טויזנט לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט. אַחוץ די הונדערטער לידער וואָס מיר האָבן אָפּגעדרוקט ווי מוסטערן. הײַיאָר, האָט די מלאָטעק־משפּחה באַצייכנט יאָסל מלאָטעקס צענטן יאָרצײַט סײַ מיט אויסטיילן דעם יערלעכן מלאָטעק־פּרײַז פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, סײַ מיט אַ פֿילם וועגן אים און מיט אַ בוך פֿון איבערזעצונגען פֿון העכער 30 אַרטיקלען, געמאַכט פֿון ד״ר בערל זומאָף, רעדאַקטירט פֿון משה מלאָטעק, מיט אַ הקדמה פֿון שמואל נאָריך, פֿאַרלעגען פֿון "פֿאָרווערטס".

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

די דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿלעגט מען באַצייכענען ווי "זיידע" — מענדעלע מוכר־ספֿרים. דאַכט זיך שלום־עליכם האָט אים אַזוי אַ נאָמען געגעבן; שלום־עליכם — דער "אייניקל", און י. ל. פּרץ — "דער פֿאָטער". פּרץ האָט אַ סך אויפֿגעטאָן אין די ערשטע פֿורעמונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי פֿון ייִדיש בכלל, מע דאַרף בלויז דערמאָנען זײַן באַטייליקונג און ראָלע אין דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 50סטן יאָרצײַט

שמואל האַלקין, דער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלעבט תּפֿיסה און קראַנקייטן אין שפּיטאָל. ער איז געוואָרן אַרעסטירט צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער מע האָט אים ניט דערשאָסן, ווי די אַנדערע שרײַבער: בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, פֿעפֿער. צוליב זײַן קראַנק ווערן, און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. אין 1958 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער אַרבעטס־פֿאָן". ער איז געשטאָרבן אין 1960.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

די לעצטע וואָכן, ווען מיר טרויערן אויפֿן טויט פֿון דער באַליבטער אַקטריסע און זינגערין, מינאַ בערן, געדענקען מיר די לידער וואָס זי האָט געזונגען און האָט אויפֿגעלעבט אויף דער טעאַטער־בינע און בײַ קאָנצערטן. צווישן די דיכטער איז געווען יצחק פּערלאָוו, צו וועלכן זײַן פֿרוי לאָלאַ פֿאָלמאַן האָט געשאַפֿן חנעוודיקע מעלאָדיעס. מיר דערמאָנען למשל די לידער "דאָס בײַטשל קרעלן", "כ׳קען ניט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט" און "דער קאַשטנבוים", וואָס ביידע געפֿינען זיך אין אונדזערע לידער־אַנטאָלאָגיעס, ווי אויפֿגענומען פֿון מינאַ בערן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער ייִדישער דיכטער. פּינקטלעכער צו זאָגן, עס איז געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער דיכטער בכלל. דער גאַנצער באַגריף "דער גרויסער דיכטער" איז אַוועק אין דער אייביקייט, פּונקט ווי אַ מאָל זײַנען אַוועק שרײַב־מאַשינקעס. די שרײַב־מאַשינקעס זײַנען געווען שלמותדיק, אַ פֿרוכט פֿון דער עוואָלוציע און פֿונעם מענטשלעכן טאַלאַנט, און זיי זײַנען אויסגעשטאָרבן אין דער גאַנצער פֿילמיניקייט זייערער, ווי עס שטאַרבן אויס די בריאות פֿון דער העכסטער מדרגה. עס דאַכט זיך, אַז די דיכטער, וואָס האָבן אויסגעקלאַפּט זייערע לידער אויף שרײַב־מאַשינקעס, זײַנען נעלם געוואָרן אין איינעם מיט זיי.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אין ווילנער געטאָ האָט אַבֿרהם סוצקעווער געשאַפֿן צענדליקער לידער אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַנע פּערזענלעכע געפֿילן וועגן זײַן עקסיסטענץ, וועגן זײַנע נאָענטע — זײַן מאַמע, זײַן פֿאָטער, זײַן רעטערין. ער האָט געשריבן וועגן יהואש בעת די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם דיכטער אין געטאָ. ער האָט אַרײַנגענומען געשעענישן — וועגן קאָמענדאַנט איציק וויטנבערג, וועמען די געשטאַפּאָ האָט אַרויסגעפֿאָדערט, וועגן דעם כאָר־דיריגענט גערשטיינס טויט, וועגן דער געטרײַער לערערין מירע בערנשטיין — יעדעס ליד לויט זײַן פּערספּעקטיוו און פּאָעטישן באַנעם.