- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סאַשע פּאָליאַן, אַ מאָסקווער ייִדישיסטקע און אַן אוניווערסיטעט־לערערין, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער זעלבער סעריע פֿון אינטערוויוען, האָט זיך אויך אַנטדעקט אויף אַן אַנדער עקראַן, וווּ זי רעדט וועגן שלמה מיכאָעלסן. אַחוץ דעם, הערט מען זי זינגען דאָס ליד "לאָמיר אַלע אינאיינעם" אויף דער עקספּאָזיציע וועגן דעם שווערן לעבן אין די סאָוועטישע קאָמונאַלע דירות. איר קול, צווישן אַ צאָל אַנדערע שטימען, ווערט אויך דערהערט אויף אַ ריזיקן קאָמפּיוטער־טאָוול, וועלכער באַקענט די מוזיי־באַזוכער מיט ייִדישע קללות און שפּריכווערטער. די שאַפֿער פֿונעם מוזיי האָבן כּמעט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט די ייִדישע ליטעראַטור, אַחוץ גענאַדי עסטרײַכס קליינער, און אַ שטיקל נעגאַטיווער, רעדע וועגן פּרץ מאַרקישס פּאָעזיע. סאַשע פּאָליאַנס לענגערער אינטערוויו וועגן שלום־עליכמען האָט מען, זעט אויס, נישט אויסגענוצט בכלל. דער פּאַנעל מיט ייִדישע קללות און ווערטלעך דערקלערט די באַזוכער, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך מיט אַ סך טשיקאַווע אויסדרוקן און פֿאָלקס־מעשׂיות; קיין העכערע פֿאָרמען פֿון קולטור ווערן נישט דערמאָנט. אין דער אמתן, וואָלט מען אין ברײַטאָן ביטש געקאָנט מאַכן יום-טובֿדיק, ווײַל — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — האָט מען אַ קײַלעכדיקע דאַטע: מיט פֿערציק יאָר צוריק זײַנען אין דעם בײַ-ימיקן טייל פֿון ברוקלין אָנגעקומען די ערשטע אימיגראַנטן (אָדער, אָפֿיציעל, “פּליטים") פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזוי איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿון דעם איצטיקן “קליין אָדעס" צי “קליין רוסלאַנד", ווי מע האָט גענומען רופֿן די געגנט. אין משך פֿון די פֿיר יאָרצענדליק האָט ברײַטאָן ביטש באַקומען אַן אַנדער פּנים און גענומען רעדן אַן אַנדער לשון — רוסיש. איך האָב זיך אין ברײַטאָן ביטש אַרײַנגעכאַפּט צום ערשטן מאָל אין מײַ 1990, ווען כ’בין געקומען קיין ניו-יאָרק לויט אַן אײַנלאַנדונג פֿון “פֿאָרווערטס" און “אַרבעטער-רינג". דערנאָך פֿלעג איך קומען פֿון מאָל צו מאָל, אָבער די לעצטע צען יאָר וווין איך ממש בײַם ים, לעבן דעם וועלט-באַרימטן פּראָמענאַד, “באָרדוואָרק". אין משך פֿון די 22 יאָר — אַזאַ טיפֿקייט האָט מײַן אימאַזש פֿון דעם דאָזיקן ווינקל — האָט זיך אַ סך געביטן. דאָס “קליינע רוסלאַנד" האָט געלאָזט וואָרצלען און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ באַקוועמע סבֿיבֿה, וווּ אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, ווערט געלייזט אויפֿן אָרט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אַמעריקע אַ צווייטן, גאָר אַ באַגאַבטן דראַמאַטורג, וועלכער צייכנט זיך אויס אין שילדערן זײַן ייִדישע וועלט אויף ענגליש, אין סטיל פֿון קאָמעדיע, און דאָס איז ניל סײַמאָן. אַדאָפּטירט די פּיעסע האָט גאָר אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג, מיט ייִחוס־בריוו דערצו, אַהרן פּאָסנער. דערצו האָט די ערנסטע דראַמע צובאַקומען אַן ערשטקלאַסיקן רעזשיסאָר, גאָרדאָן עדלשטיין, מיט אײַנפֿאַלן בלויז צו באַוווּנדערן. דאָ שפּילט זיך אָפּ גאָר אַן ערנסטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרומע עלטערן, וועלכע האָבן אַ געלונגענעם בן־יחיד אָשר (אַרי בראַנדט), גאָר אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער איז אַ מאָלער, אַ קינסטלער, אָבער זײַן שעפֿערישקייט פֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קלאַסישער און ערנסטער קונסט וואָס געפֿינט זיך אין די מוזייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ צוזאַמענשטויס צווישן צוויי וועלטן. די ייִדישע וועלט פֿון זײַנע פֿרומע עלטערן און די אַרומיקע, דרויסנדיקע, וועלט פֿון קונסט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ראָלע פֿון אָשר לעוו שפּילט אַרי בראַנדט, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקן פּיאַניסט נתן בראַנדט, אַן אַמאָליקער וווּנדערקינד, וועמענס אייגענער פֿאָטער, אַ כירורג אין ירושלים, האָט אַראָפּגעקוקט אויף זײַן זונס אָפּקלײַב פֿון אַ מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיע.
דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג "די צײַט" (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג. טענענבוים איז אויך דער גרינדער, רעזשיסאָר און פּראָדוצענט פֿון אַ מאָדערניסטישן ענגליש־שפּראַכיקן ייִדישן טעאַטער, The Jewish Theater of New York. זײַן געטרײַער אַסיסטענט בײַ דער טעאַטער־אַרבעט איז זײַן פֿרוי, מרים. הגם דאָס געפֿינען אַ פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן דאָס בוך איז דעם מחבר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, זעט מען דאָס נישט אָן אויף זײַן פּנים. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" אין זײַן ביוראָ אין מאַנהעטן, האָט ער גאַסטגעבעריש דערלאַנגט טיי, און זיך געוויצלט וועגן זײַן לאַגע, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן. דער ביוראָ שפּיגלט אָפּ זײַן פֿילפֿאַרביקע געשיכטע: אויף איין וואַנט הענגען די פּלאַקאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען, The Last Jew in Europe [דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע] און The Last Virgin [די לעצטע בתולה]; און אויף אַ צווייטער וואַנט — צענדליקער רעצענזיע־אויסשניטן פֿון זײַנע ווערק. בײַ דער דריטער וואַנט זעט מען אַ הילצערנעם שראַנק מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אַרײַנגערעכנט עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס: ספֿרים אויף לשון־קודש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָסמאָפּאָליטישער טענענבוים קומט דווקא פֿון אַ חרדישער משפּחה אין בני־ברק. "׳חזון־אישניקעס׳, חסידים פֿונעם ראַדזינער רבין," האָט ער באַטאָנט. כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזיקער פּשוטער האַנט־באַוועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנטשלאָסנקייט און פֿאַרלאָזלעכקייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענערישקייט, וואָס איז (ניט צופֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מוסולמענער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונגישן אײַנדרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און וועמען ניט, צי נאָר מענער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזיקער חכמת־היד קען מען אָנשרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט. דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער "האַנט-ריר" צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק" צווישן די וועלטלעכע "חילונים". דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק", כּדי אַרויסצוּווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿונעם "נײַעם ייִד", דעם "העברעער" (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר געווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צווייטער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העברעיִש "צ׳פּחה" (טשאַפּכאַ — פֿון איראַקער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער "צ׳פּחה" באַגריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מענערישע צוגעבונדנקייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַרכיע קאָמאַנדיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין "צ׳פּחה"). איז ער צו מענטשנקינדער נאָר אַלס מענטש געקומען; קיין גאָט-געזאַלבטער, קיין באַלאָרבערטער פּאָעט, האָט ער — דער מאַן — אַ שפּראַך אָן בילדער און אָן בלומען, אַ מענטשנשפּראַך, אַ דענקער-לשון נאָר גערעדט, איטשע איז שוין ניטאָ, און — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז די זשיטלאָווסקי-פֿונדאַציע אויך אונטערגעגאַנגען. מע זעט זי ניט און מע הערט ניט וועגן איר. און דאָס איז אַ שאָד. אָן איר איז אונדזער סבֿיבֿה אָרעמער געוואָרן. דער נאָמען אַליין פֿון חיים זשיטלאָווסקין איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז דאָ אַ לאָגישקייט אין דעם וואָס זײַן נאָמען זאָגט גאָרנישט דעם הײַנטיקן ייִדן, ווײַל אַזאַ ייִד איז זייער ווײַט פֿון דעם “אַנדערן ייִדן", וועלכן זשיטלאָווסקי האָט געוואָלט אויסכאָווען. און דאָך איז ער ניט אין גאַנצן פֿאַרשאָטן געוואָרן מיטן היסטאָרישן שטויב, ווײַל ייִדישע היסטאָריקער געדענקען וועגן אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָרישע פֿיגורן אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. אייניקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אויך וועגן אים געהערט. וועגן זשיטלאָווסקיס געבוירנטאָג, אין אַפּריל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און בילדונג, וואָס הייסט “ייִדישקייט" און פֿירט זײַן אַרבעט אין לאָס-אַנדזשעלעס (yiddishkayt.org). און לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל וועגן זשיטלאָווסקין אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם קאָנגרעס פֿון סעקולערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן אַזוי: The work of Chaim Zhitlovsky should long ago have been available in English. איך וואָלט צו דעם צוגעגעבן, אַז ניט נאָר זײַנע ווערק, לכל-הפּחות די וויכטיקסטע, וואָלט מען געדאַרפֿט איבערזעצן, אָבער אויך אַ בוך וועגן אים וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ענגליש.
דאָס ייִדישע וואָרט "קעשענע" נעמט זיך אָדער פֿון פּוילישן kieszeń (אין עלטערן פּויליש — kieszenia) אָדער פֿון אוקראַיִנישן kyshenya (אין אוקראַיִנישן ייִדיש איז, אַגבֿ, אויך דאָ "קעשעניע", מיט אַ יוד). נאָר די קענערס קענען זיך נישט דעררעדן צו דעם וואָס ס׳איז דער מקור. לויט די פּוילישע עטימאָלאָגן נעמט זיך דאָס וואָרט פֿון ווײַסרוסישן kishen, וואָס דאָס, ווידער, נעמט זיך פֿון ליטוויש. לויט די אוקראַיִנישע, אָבער, איז דאָס וואָרט פֿאַרבונדן מיט "קישקע", ווײַל אַ מאָל איז אַ קעשענע גאָר געווען אַ מאָגן צי אַ קישקע, וואָס דערפֿון האָט מען געמאַכט זעקעלעך צום טראָגן קליינע זאַכן. חוץ דעם: ווי קומט אַ לײַוואָרט פֿון ליטוויש אין אוקראַיִניש, סײַדן דורך פּויליש? בײַ די אַנדערע סלאַוון זענען פֿאַראַן אַנדערע ווערטער. דאָס טשעכישע וואָרט איז kapsa, פֿונעם לאַטײַנישן capsa ‘קעסטעלע׳ (פֿ״גל דאָס ענגלישע capsule, וואָס דאָס איז אָדער אַ פּיל אָדער אַ קליינער קאָסמאָסשיף, אָבער עטימאָלאָגיש איז עס ‘קעסטעלע’); דאָס רוסישע — karman, מסתּמא פֿון דער טורקישער משפּחה. (פֿאַראַן הונדערטער רוסישע און אוקראַיִנישע ווערטער פֿון טערקישן אָדער טורקישן אָפּשטאַם, וואָס נישט־ווייניק זענען אַרײַן אין מאַמע־לשון: arbuz, kavun, chemodan אאַז״וו.) אַנדערע ווערטער פֿאַר "קעשענע" זענען, אַ שטייגער, דאָס ענגלישע pocket, וואָס נעמט זיך פֿון אַן עלטערער פֿאָרעם פֿונעם פֿראַנצויזישן poche — העט ווען האָט מען געזאָגט אויף ענגליש poke, וואָס pocket איז דערפֿון אַ דימינוטיוו. (דאָס וואָרט poke אַליין לעבט נאָך הײַנט בלויז אינעם אויסדרוק a pig in a poke, דאָס הייסט, ‘אַ קאַץ אין זאַק, עפּעס וואָס מע קויפֿט נישט־געזעענערהייט’.) דאָס פֿראַנצויזישע poche, ווידער, שטאַמט פֿון פֿראַנקיש, דאָס לשון פֿון די גערמאַנישע שבֿטים וואָס האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן די רוימישע ממשלה אין פֿראַנקרײַך, און וואָס פֿון זיי שטאַמט טאַקע דער נאָמען France. אַזוי אַז דאָס ענגלישע וואָרט איז אַ גערמאַנישע וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אומדירעקט, דורך פֿראַנצויזיש. פֿאַראַן נאָך אַזעלכע ווערטער: אַ שטייגער, דאָס וואָרט "האָקיי" — אויף ענגליש hockey — דער שפּאָרט וואָס מע שפּילט על־פּי רובֿ אויפֿן אײַז. דער אָבֿ איז אַ גערמאַניש וואָרט וואָס קער זיך אָן מיטן ייִדישן "האָקן" און מיטן ענגלישן hook. איז עס געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש hoquet, ‘געבויגענער שטעקן’. איז עס אַרײַן אין ענגליש, און דער שטעקן איז געוואָרן hockey, אַ ספּאָרט וואָס מע שפּילט מיט אַ שטעקן. צום סוף איז דאָס וואָרט אַרײַן אין פֿראַנצויזיש צום צווייטן מאָל, צו באַצייכענען דעם ספּאָרט. אַזאַ ברייטע האַנט, לײַען איין מאָל און נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל...
על־פּי־קבלה, איז נאָך דעם חטא פֿון אָדם־הראשון די מאַכט איבער ס׳רובֿ זאַכן אין עולם־הזה אַריבער צום מלאך סמאל, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ מעכטיקער און געפֿערלעך בייזער וועלט־פֿירער. אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? די וואָך, דעם נײַנצנטן טאָג פֿונעם חודש כּיסלו, פּראַווען די ליובאַוויטשער חסידים אַ גרויסן יום־טובֿ; דאָס איז דער טאָג, ווען דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, רבי שניאור־זלמן, איז אַרויס פֿון דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג אין פּעטערבורג, נאָך אַ 53־טאָגיקן אַרעסט. די מתנגדים האָבן אים געמסרט, כּלומרשט, ווי אַ שטיצער פֿון דער טערקישער אימפּעריע. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן י״ט כּיסלו ווי "די ראָש־השנה פֿון חסידות". דעם רבינס אַרעסט און זײַן באַרפֿרײַונג האָט מוליג געווען אַ ריזיקע טראַדיציע פֿון פֿאָלקלאָר און טיפֿע מיסטישע מעשׂיות. אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאַראַן אַ רײַכע מיטאָלאָגיע וועגן פּעטערבורג. ווי עס דערקלערן די הײַנטיקע היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, איז פּעטערבורג היסטאָריש און קאָנצעפּטועל פֿאַרבונדן מיט רוים; ביידע שטעט ווערן באַטראַכט ווי שאַפֿונגען און פּאַלאַצן פֿון אַ מלך־דעמירוג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די דאָזיקע מיטאָלאָגיע שפּילט זיך אָפּ אויך אין ייִדישקייט. צו דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט זענען בײַ ייִדן תּמיד געווען געמישטע געפֿילן, ווי עס ווערט שוין דערמאָנט אין גמרא. איין תּנא, רבי יהודה בר אילעאי, האָט געלויבט די רוימער פֿאַר זייערע שיינע מערק, בריקן און בעדער. רבי שמעון בר יוחאי האָט אים געענטפֿערט, אַז די דאָזיקע פּראַכט איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן בלויז צוליב עגאָיִסטישע צוועקן: די מערק — כּדי אַרײַנצוברענגען זונות; די בריקן — כּדי צו זאַמלען די שטײַערן; און די בעדער צוליב דעם איבעריקן לוקסוס. פֿאַר אַזעלכע ווערטער האָט די רוימישע מאַכט געהייסן צו דערהרגנען רבי שמעונען. ער האָט געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן דרײַצן יאָר אין אַ הייל, וווּ ער האָט משׂיג געווען די קבלה־סודות, וועלכע זענען אַרײַן אינעם "ספֿר־הזוהר".
דערווײַל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט יאָרן־לאַנג אָנגעפֿירט מיטן "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט" אין מאָנטרעאָל, האָט דאָרט באַקומען גרויס אָנערקענונג און לויבגעזאַנגען פֿאַרן אָנפֿירן סײַ מיטן ייִדישן און סײַ מיטן ענגלישן טעאַטער. איר רעפּערטואַר איז לעצטנס באַשטאַנען פֿון אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש ווי: "שווער צו זײַן אַ ייִד," "ליגנס וואָס מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט," די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער מאַן פֿון לאַ־מאַנשאַ," "דער דיבוק," "הודיני," "אויף סעקאָנד־עוועניו," "פֿידלער אויפֿן דאַך," און אַלץ אויף ייִדיש. פֿאַראַיאָרן האָט ברײַנע וואַסערמאַן אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, פֿאָרלעזונגען און געזאַנג, און פֿאַרבעטן ייִדישע קינסטלער, זינגער, לעקטאָרן פֿון דער גאַנצער וועלט. די גראַנדיעזע אונטערנעמונג איז אַדורכגעפֿירט געוואָרן אויף דער העכסטער מדרגה פֿון ייִדישער קונסט. ס׳איז ממש אַ גרויס געווינס פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק זי אַרײַנצובאַקומען. ברײַנע איז די טאָכטער פֿון דאָראַ וואַסערמאַן. מאַמע און טאָכטער האָבן צענדליקער יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעאַטער. דער אמת איז, אַז מען דאַרף צוגיין צום ענין ייִדיש־טעאַטער מיט איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש־לשון, צו ייִדישער קונסט, צו ייִדישער קולטור בכלל. ערנסט און מיט אַן אויג אויף דער צוקונפֿט, האָט מען אין מאָנטרעאָל אויסגעשולט אַ ייִנגערן דור אין דער קונסט פֿון טעאַטער־שוישפּיל און הײַנט האָבן זיי איבערגענומען דאָס רעדל און פֿירן ווײַטער דאָס טעאַטער אויף ייִדיש.
רײַזעס פֿון אַ ניו־יאָרקער ייִד
Travelogues of a New York Jew
איך וויל גלײַך זאָגן, אַז קיין מאכלים פֿון קראָקאָדיל האָב איך ניט געגעסן, כאָטש מע האַלט אַזאַ אַכילה, דאַכט זיך, שיִער ניט פֿאַר אַ מוז-זאַך: אומעטום פֿאַרקויפֿט מען עס. אַפֿילו קאָלבעס מאַכט מען פֿון קראָקאָדיל-פֿלייש. כ’ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס, אָבער מײַן אינערלעך קול, וואָס איז בטבֿע לחלוטין ניט קאָנסערוואַטיוו און איז אין גאַנצן טריף, האָט מיר געזאָגט, אַז איך קען לעבן אָן אַזאַ דערפֿאַרונג. וואָס האָב איך אָבער יאָ געטאָן, איז אַוועק מיט עטלעכע פֿרײַנד און קאָלעגן אין אַ דזשאַז-קלוב. דאָס איז אויך, אין תּוך אַרײַן, אַ טייל פֿון דער טוריסטישער אינדוסטריע. קומסטו, אַ שטייגער, קיין ווין — גייסטו אין אָפּערע צי אויף אַ קאָנצערט פֿון קלאַסישער מוזיק. קומסטו קיין ניו-אָרלעאַנס, גייסטו הערן דזשאַז. דאָס איז, אַוודאי, ניט דער מין מוזיק, וואָס רעדט צו מײַן האַרץ. אָבער דאָס איז, פֿון דעסטוועגן, ניט קיין קראָקאָדיל-פֿלייש און האָט זיך מיר ניט געשטעלט ווי אַ ביין אין האַלדז. איך האָב טאַקע הנאה געהאַט פֿון דעם דזשאַז, ווײַל די מוזיקער זײַנען געווען אמתע מײַסטערס. |