- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי. האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד": "איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק, - - - - - - - - - - און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים, וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר, וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור. כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד, כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן! איך בין אַ ייִד!" ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף". "געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען: א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן. ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע. ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט. ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק. ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות). וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט?
ייִדישע קולטור אין בראָנקס:
Yiddish Culture in the Bronx: זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן. פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג. פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור. ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע. נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען. אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט. איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.) איינער פֿון זײַנע באַרימטסטע פּלאַקאַטן איז געשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער לינקער באַוועגונג “שלום-עכשיו" (“שלום-איצט"). “שלום-עכשיו" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1978 מיט די צילן צו דערמוטיקן בעגינען אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך מיט מצרים און זיך אַנטקעגנצושטעלן דער ישׂראלדיקער קאָלאָניזירונג פֿון די שטחים איבער דער “גרינער-ליניע". טאַרטאַקאָווער האָט צו דעם צוועק געשטעלט צוויי ווערטער, איינס לעבן דעם אַנדערן: דאָס וואָרט “שלום" אין אַ שוואַרצן קאָליר, באַניצנדיק דעם באַקאַנטן “אות-קאָרן"־שריפֿט; דער זעלבער שריפֿט וואָס ווערט געניצט אין די תּנ"ך-ספֿרים; און דאָס מער מאָדערנע וואָרט “עכשיו" — אין אַ רויטן קאָליר, מיטן טאָג-טעגלעכן און סעקולערן “חיים"־פֿאָנד. אַן אַנדער נוסח פֿון דעם זעלבן לאָגאָ האָט ער געשאַפֿן שפּעטער, צוגעבנדיק נאָך דרײַ ווערטער און זיי אַרײַנגעשטעלט צווישן די אַנדערע צוויי; דאָס מאָל אין אַ גרויען קאָליר: “לדבר שלום עם אש"פ עכשיו" (“צו רעדן שלום מיט דער פּאַלעסטינער פֿרײַהייט־אָרגאַניזאַציע איצט"). אין אַן אַנדער פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון די געשטאַלטן פֿון בעגין און סאַדאַט, האָט ער זיך “געשפּילט" מיטן טאָפּל־באַטײַט פֿונעם אויסדרוק “דרישת-שלום", וואָס מיינט, אויף עבֿרית סײַ “אַ גרוס" און סײַ “אַ שלום-פֿאָדערונג". אַן אַנדער באַרימטער פּלאַקאַט ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אין שוואַרץ-און-ווײַס פֿון אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט, וואָס גייט צו פֿוס אין אַ פּאַלעסטינער שטאָט און קוקט אַן עלטערער פּאַלעסטינער פֿרוי אין פּנים אַרײַן. אויף דער פֿרויס שוואַרצן מלבוש שטייט דאָס וואָרט “אמא" (“אַ מאַמע") אין אַ ווײַסן קאָליר; אַ וואָרט, וואָס איז בכּוח צו הומאַניזירן די פֿרוי אין די אויגן פֿון דעם סאָלדאַט. אָבער טאַרטאַקאָווער וויל ווײַזן ווי דעם סאָלדאַטס קוק איז מבֿזה די פֿרוי, און ער שטעלט דעם ערשטן ווײַסן אות “א" פֿון “אמא" כּלומרשט מחוץ דער פֿאָטאָגראַפֿיע אין אַ שוואַרצן פּאַס פֿון רעכטס. אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו. אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן? אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך. אין פֿלוג, דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט: פֿענצטער. אַ וואָרט וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש פֿון דײַטשיש. וואָס איז נאָך דאָ צו דערציילן? אַ סך. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש. מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט. דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער. די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט. ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון." |