ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע יאָרן האָט דער געלערנטער עולם זיך גלײַך ווי אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף "רוסיש-ייִדישן בערלין". איך מיין ניט דעם בערלין פֿון הײַנטיקע טעג, וווּ מע הערט כּסדר רוסיש, נאָר די דײַטשישע הויפּטשטאָט פֿון די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. איך אַליין האָב זיך באַטייליקט אין דער דאָזיקער "אַטאַקע" און נאָך אַלץ גיי ניט אַוועק פֿון דער טעמע, ווײַל אייניקע העלדן פֿון מײַנע איצטיקע פּראָיעקטן האָבן געוווינט אין בערלין. בכלל, ניט געקוקט אויף דעם גרויסן אַקאַדעמישן גערעטעניש פֿון די לעצטע יאָרן, בלײַבט נאָך אַלץ וואָס צו פֿאָרשן אין דעם בערלינער געביט.
הײַיאָר זײַנען אַרויס צוויי ביכער, וואָס באַרײַכערן און פֿאַרפּינקטלעכן דאָס בילד פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וואָס איז געווען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן. די יונגע דײַטשישע היסטאָריקערין אַנע-קריסטין זאַס האָט פֿארטיידיקט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע וואָס אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ווײַמאַרער בערלין, און אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַרבעט איז אַרויס איר וואָגיקע מאָנאָגראַפֿיע, וואָס הייסט Berliner Luftmenschen: Osteuropäisch-jüdische Migranten in der Weimarer Republik (www.wallstein-verlag.de/9783835310841.html).
דאָס איז זייער אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט, אָבער געוואָרן באַזונדערס "אָנזעעוודיק" ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַקטיש איז עס קיין איינהײַטלעכע סבֿיבֿה קיין מאָל ניט געווען, ווײַל די געבילדעטע, ווי אויך פֿאַרמעגלעכע (גאָר ניט זעלטן פֿלעגן ביידע זאַכן צונויפֿפֿאַלן) אימיגראַנטן האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון די פּראָסטע ייִדן. זיי פֿלעגן זיך, בדרך-כּלל, באַזעצן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער שטאָט. די געגנט לעבן אַלעקסאַנדער-פּלאַץ, וווּ די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָט ניט געפּאַסט פֿאר "לײַטישע" ייִדן.

געזעלשאַפֿט

דער איינציקער קיניגלעכער פּאַלאַץ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינט זיך אין האָנאָלולו און איז אויפֿגעבויט פֿונעם מלך קאַלאַקאַוואַ אין 1882. דער קיניג האָט דאָרטן אײַנגעפֿירט עלעקטריע צען יאָר פֿריִער ווי אין "ווײַסן הויז", וואַשינגטאָן.
דעם 17טן דעצעמבער 2012, צו 88 יאָר, איז געשטאָרבן דער געוועזענער סענאַטאָר פֿון האַוואַיִ דאַניעל אינוּוויי, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון מדינת־ישׂראל. ווען האַוואַיִ איז געוואָרן דער 50סטער שטאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין 1959, איז ער אויסגעוויילט געוואָרן צום קאָנגרעס, און דרײַ יאָר שפּעטער צום סענאַט, וווּ ער איז געבליבן ביז זײַן טויט: די צווייט־לענגסטע קאַדענץ אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן אימיגרירט פֿון יאַפּאַן, און ווען די יאַפּאַנער האָבן אַטאַקירט פּערל־האַרבאָר אין 1941, האָט ער געוואָלט ווערן אַ סאָלדאַט, אָבער דאָס איז אים אָנגעקומען נישט אַזוי לײַכט צוליב דעם אַנטי־יאַפּאַנישן סענטימענט וואָס האָט דעמאָלט געהערשט אין אַמעריקע. נאָך דעם ווי ער האָט עס סוף־כּל־סוף אויסגעפּועלט, האָט ער פֿאַרדינט עטלעכע מעדאַלן פֿאַר זײַן העלדישקייט בעת די שלאַכטן אין אייראָפּע.
זײַן ביאָגראַפֿיע שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע געשיכטע און געזעלשאַפֿט אין האַוואַיִ. בשעת מײַן וויזיט דאָרטן, אָנהייב דעצעמבער, האָב איך כּסדר געדאַרפֿט זיך פֿרעגן, צי איך געפֿין זיך טאַקע אין אַמעריקע? די האַוואַיער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 אותיות. ס׳רובֿ אײַנוווינער און טוריסטן שטאַמען פֿון די אַזיאַטישע לענדער — יאַפּאַן, כינע, וויעטנאַם און קאָרעע. יאַפּאַניש איז דאָרטן די צווייטע שפּראַך, אַזוי ווי שפּאַניש אין ניו־יאָרק. אָבער דער עיקרדיקער אונטערשייד מיט די אַנדערע שטאַטן איז אַוודאי די לאַנדשאַפֿט — אַלטע וווּלקאַנען אין מיטן פֿון די אינדזלען, אַרומגערינגלט פֿון גרויסע, לויטערע פּלאַזשען בײַם ים. דערצו איז דער געוויינטלעכער האַוואַיער אַ רויִקער טיפּ, אָבער אינעווייניק ברענט אַ שטילע שׂינאה צום ווײַסן אַמעריקאַנער פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם גן־עדן מיט מער ווי אַ הונדערט יאָר צוריק.

פּובליציסטיק

דער אַלטער בראַצלעווער קלויז אין אומאַן
דער "בראַצלאַווער פֿאָרש־אינסטיטוט", אַ ירושלימער און ניו־יאָרקער חסידישע פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע, האָט אַנאָנסירט, אַז זי האָט אָנגעהויבן איבערזעצן אויף ענגליש "ליקוטי־הלכות" — דאָס מאָנומענטאַלע ווערק פֿון רב נתן שטערנהאַרץ, דער הויפּט־תּלמיד פֿון רבי נחמן בראַצלאַווער.
מיט צוויי חדשים פֿריִער האָט דער אינסטיטוט פֿאַרענדיקט אַן אַנדער ריזיקן פּראָיעקט, די 15־בענדיקע ענגלישע אויסגאַבע פֿון "ליקוטי־מוהר״ן", רבי נחמנס וויכטיקסטן ספֿר. די באַזוכער פֿון דער וועבזײַט ״Breslov.org״ קאָנען שוין אַראָפּלאָדן אַ קליינעם טייל פֿון רב נתנס "הלכות־תּפֿילין", איבערגעזעצט דורך עוזר בערגמאַן.
"ליקוטי הלכות" איז אײַנגעטיילט לויט דעם סדר פֿונעם "שולחן ערוך", אָבער האָט ווייניק צו טאָן מיט דער הלכה אינעם בוכשטעבלעכן זין; ס׳איז אַ סעריע פֿון קבלה־דרשות מיט אַ ספּעציפֿישן בראַצלעווער טעם.
למשל, אינעם פֿאַרעפֿנטלעכטן איבערגעזעצטן פֿראַגמענט גייט אַ רייד וועגן פֿאַרבינדונגען צווישן מורה־שחורה און עראָטישע געפֿילן; וועגן דעם כּוח פֿון אַן עכטן צדיק; וועגן תּפֿילין ווי אַ פֿאַלישן סימבאָל אין שײַכות צו בושה און ליבע; וועגן דעם מענטשלעכן אַחדות ווי אַ קאָלעקטיוון גײַסטיקן "תּפֿילין"; און וועגן די סימבאָלישע באַציִונגען צווישן דער שבתדיקער מנוחה, זיווג מיט אַ פֿרוי און משיחישער גאולה.
ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס רבי נחמנס חסידות האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַ גאַנצע ריי פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן, שרײַבער און פּסיכאָאַנאַליטיקער. פֿון דער אַנדערער זײַט, טרעפֿן זיך צווישן גאַנץ טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער רבנים אַזעלכע, וואָס שטודירן בודיזם, פֿרוידישע פּסיכאָלאָגיע און אַנדערע טעמעס, וועלכע ווערן זעלטן דערמאָנט אין אַנדערע חסידישע סבֿיבֿות. דער טיף־אינטעלעקטועלער דרך פֿון בראַצלעוו וואַרפֿט אָפּ, בדרך־כּלל, די משׂכּילישע ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקוסירט זיך אויף דער מענטשלעכער עקזיסטענץ, ראָמאַנטישער אינטויִציע און פּסיכאָלאָגיע.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דזשיגאַן און שומאַכער
די לעזער פֿון אונדזער ייִדישן "פֿאָרווערטס" האָבן זיכער געהערט די סקיצן פֿון די צוויי וווּנדערלעך־פּרעכטיקע קאָמעדיאַנטן — דזשיגאַן און שומאַכער. איינס פֿון זייערע עפּיזאָדן האָט געהאַט צו טאָן מיט אַן אינסטאָלאַטאָר, וועלכער האָט פֿאַרריכט די קראַנען פֿון דער וואַנע בײַ אַן אײַנוווינער אין ישׂראל. די צרה איז אָבער אויפֿגעשוווּמען ווען זיי האָבן זיך גענומען אַמפּערן און האַנדלען וועגן דעם פּרײַז, דעם חשבון הייסט עס. יעדער איינער פֿון זיי האָט מורא געהאַט צו ברענגען איבער די ליפּן וויפֿל די אַרבעט באַטרעפֿט. סײַ דער לאָקאַטאָר וואָס האָט נישט געוואָלט איבערצאָלן זיך, סײַ דער אינסטאָלאַטאָר וואָס האָט געציטערט און געפֿלאַטערט צו געבן אים אַ חשבון. אפֿשר קען דער ייִד באַצאָלן אַ גרעסערע סומע געלט, איז פֿאַרוואָס זאָל ער אַרויסשפּרינגען מיט אַ קליינער רעכענונג. מאַכט דער אינסטאָלאַטאָר צום לאָקאַטאָר. און איך ציטיר:
"איר קענט זיך שוין גיין באָדן, ר׳ ייִד. כ׳האָב שוין צו רעכט געמאַכט דעם קראַן. ס׳איז נישט געווען קיין לײַכט שטיקל אַרבעט. איצט וועט שוין נישט רינען. כ׳האָב אויסגערייניקט די רער, אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע גומע־רעדלעך. ס׳וועט האַלטן אײַזן."
זאָגט דער לאָקאַטאָר:
"צוויי וואָכן האָב איך געדאַרפֿט וואַרטן מיטן באָדן זיך, איר זאָלט צו רעכט מאַכן אַזאַ נאַרישקייט."
דער אינסטאָלאַטאָר:
"דאָס הייסט בײַ אײַך אַ נאַרישקייט? אויסגערייניקט די רער, געטוישט דאָס שרײַפֿל און אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע שפּעקולין־גומעלעך. איר ווייסט וויפֿל איך וואָלט פֿאַר אַזאַ אַרבעט גענומען פֿון אַן אַנדערן?"
דער לאָקאַטאָר:
"איז וויפֿל ווילט איר פֿון מיר? שעמט אײַך נישט, זאָגט וויפֿל ס׳קומט אײַך. מ׳וועט נישט גיין צום רבֿ. איז וויפֿל קום איך אײַך?"
דער אינסטאָלאַטאָר:
"וויפֿל איר פֿאַרשטייט!"
און אַזוי גייט צו דאָס האַנדלען זיך און ראַנגלען זיך מיט "וויפֿל איר פֿאַרשטייט," אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז מ׳האַלט בײַם קראַפּירן.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אַ מחיה אַהיימצוקומען נאָך אַ לאַנגן טאָג און קאָכט אָפּ די זופּ איין אויפֿדערנאַכט און שטעלט עס אַרײַן אין פֿרידזשידער. דאָס לעפֿעלע איטאַליענישע געווירצן קאָן באַשטיין פֿון אָרעגאַנאָ, באַזיליק, טימיאַן אָדער אַ געמיש פֿון די דרײַ.
2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל
1/2־1 טעפּלעך צעהאַקטע ציבעלע
3/4 טעפּל צעהאַקטע מערן
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/2 טעפּל נישט־געקאָכטע רײַז
1/2־2 טעפּלעך וואַסער
1 לעפֿעלע איטאַליענישע געווירצן
28 אונץ (794 גראַם) צעהאַקטע פּאָמידאָרן
2 טעפּלעך זוקיני־רעפֿטלעך
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/2־1 טעפּל פּאַרעווע יויך
1/2־15 אונץ (440 גראַם) ווײַסע בעבלעך פֿון אַ פּושקע
10 אונץ (283 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער שפּינאַט, צעטאָפּעט
פֿריש־צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז
הייצט דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די ציבעלע, מערן און קנאָבל, און מישט 3 מינוט. שיט אַרײַן דעם רײַז, וואַסער, געווירצן, פּאָמידאָרן, זוקיני, שוואַרצן פֿעפֿער און יויך, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן זידן.
דעקט צו דעם טאָפּ, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט מליִען 20 מינוט. שווענקט אויס די בעבלעך און זיפּט אָפּ דאָס וואַסער. גיט צו די בעבלעך און שפּינאַט צו דער זופּ און קאָכט עס נאָך 5 מינוט. גיסט די זופּ אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען און באַשיט מיטן קעז.


"עסט געזונטערהייט!"
באַקט אַליין חלה
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאַכלים אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך
מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ

Eat In Good Health!
How to Braid Challah
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz

געזעלשאַפֿט

אַ פּאַשקוויל (פּלאַקאַט) אין וויליאַמסבורג, וואָס דערקלערט די פֿרויען און מיידלעך ווי זיך צו פֿירן אויף דער גאַס
מיט איבער אַ וואָך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעפֿט אָן אַ ליצענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פֿון צוויי־און־אַ־האַלב יאָר אַ יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײַסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.
בעת דעם מישפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפֿאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפֿפֿירן לײַטיש.
טאַקע דערפֿאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פֿונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פֿאַרמישפּט ווערן פֿאַר פֿאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פֿאָטאָ־געשעפֿט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפֿגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײַן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.
"מײַן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון סאַטמאַר, און מ׳האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײַן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער ׳מאָני־ביזנעס׳ [קרום געלט־געשעפֿט] און מײַן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פֿאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פֿאַרגוואַלדיקט]."

געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הייסע דעבאַטע אַרום דעם מוסולמענישן קהילה-צענטער אין 2009
אַן אָנגייענדיקע אויסשטעלונג אין דעם "מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק" (Museum of the City of New York), אונטער דעם נאָמען "אַקטיוויסט ניו-יאָרק" (Activist New York), שטעלט מיט זיך פֿאָר די געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע מינים געזעלשאַפֿטלעכע קאַמפֿן אין ניו-יאָרק פֿון 17טן יאָרהונדערט ביזן הײַנטיקן טאָג. מע קען דאָרט נאָכשפּירן די היסטאָרישע ליניע, וואָס הייבט זיך אָן מיט די פּאַציפֿיסטישע "קווייקערס", וועלכע פֿלעגן דרשענען אויף די גאַסן, אַז אַלע מענטשן זענען רוחניותדיק גלײַך, ביז די טעג פֿון "אָקופּירט סאַנדי!", און די באַמיִונגען צו העלפֿן די געליטענע פֿון דעם לעצטן הוראַגאַן. די אויסשטעלונג איז כּולל אַ סך אינפֿאָרמאַציע און איז גאַנץ ענג אָנגעלייגט, לכן איז כּדאַי פּאַמעלעך דורכצוגיין צווישן אירע פֿאַרשידענע טיילן.
איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכסוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גערופֿענע "עכטע אַמעריקאַנער", דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די "עכטע אַמעריקאַנער" זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם "ניו-יאָרקער באַנדיטן" (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ "די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַצישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד"
אין מאָסקווע האָב איך אַ מאָל אָפּגעוווינט אַריבער פֿופֿצן יאָר, און אָט די גאַנצע צײַט האָב איך פֿײַנט געהאַט די לאַנגע פֿינצטערע ווינטער-חדשים. די שטאָט זעט אויס גאָר אַנדערש, ווען ס׳איז וואַרעם. די פֿראַגע איז ניט נאָר ווי זי זעט אויס, אָבער ווי דו פֿילסט זיך אין דעם דאָזיקן בילד. און איך, אַ קינד פֿון מער וואַרעמע, אוקראַיִנישע, מקומות, האָב זיך געפֿילט זייער ניט היימיש — תּמיד פֿאַרפּעלצט און אָפֿט מאָל פֿאַרשוויצט. בפֿרט נאָך אַז אין די מעטראָ-וואַגאָנען איז זייער וואַרעם, אַפֿילו הייס. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרן מיט אַן אויטאָ, אָבער איך פֿלעג עס נוצן זעלטן — נאָך אַ שניי דאַרפֿסטו דעם אויטאָ אויסגראָבן און דערנאָך לאָזן זיך אין וועג אַרײַן איבער די גליטשיקע גאַסן, וואָס איז אויך אַ קליינער פֿאַרגעניגן.
הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוסלאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינטער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָרציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער.
און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעגלעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסקווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער "אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה", וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן "עקאָנאָמישן" נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט געהאַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די לבֿנה איז בכלל אַ טשיקאַווע זאַך, ספּעציעל די ווערטער פֿאַר איר. "לבֿנה" אַליין איז פֿון לשון־קודש, טײַטש ׳די ווײַסע׳. אין לשון-קודש איז דאָ אַ צווייט וואָרט, "ירח", וואָס דאָס איז דאָס גיייִקע וואָרט אינעם הײַנטיקן עבֿרית. דאָס וואָרט נעמט זיך, אַ פּנים, פֿונעם זעלביקן שורש וואָס "אורח", דאָס הייסט, דער טײַטש איז ׳וואַנדערער, גאַסט׳. ביידע, סײַ "לבֿנה", סײַ "ירח" טרעפֿט מען אין תּנ״ך — דאָס צווייטע אַ סך אָפֿטער. הייסט עס, אַז שוין אין יענער צײַט האָט מען געוווּסט, אַז די לבֿנה שטייט נישט אויף אַן אָרט, נאָר דרייט זיך כּסדר (אַז די זון דרייט זיך נישט אַרום דער ערד האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, נאָך נישט געוווּסט).
אין די אַנדערע גערמאַנישע לשונות האַלט דאָס וואָרט פֿאַר ‘לבֿנה’ די קאָנסאָנאַנטן m און n: ענגליש moon, דײַטשיש Mond אד״גל. פֿונעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די ווערטער פֿאַר ‘חודש’: month און Monat. דאָס ייִדישע וואָרט "חודש" וואַקסט פֿונעם שורש "חדש" — ׳נײַ׳ — אין תּוך אַרײַן איז אַ חודש א נײַע לבֿנה. הײַנט דאָס ייִדישע וואָרט "מאָנטיק", דאָס ענגלישע Monday און דאָס דײַטשישע Montag — אַלע זענען טײַטש ׳טאָג פֿון דער לבֿנה׳. אין דרום־ייִדיש רעדט מען עס אַרויס /מונטיק/, נישט-געקוקט דערויף וואָס אַזאַ מין אַרויסרעד כאַראַקטעריזירט בדרך-כּלל ווערטער וואָס זייער וואָקאַל שטאַמט פֿונעם דײַטשישן a, נישט o. פֿאַר וואָס? ווען מיר זאָלן אַפֿילו נישט פֿאַרמאָגן קיין ווערטער־ביכער פֿון מיטל־הויכדײַטש וואָלטן מיר זיך געקענט משער זײַן, אַז אין מיטל־עלטער איז דאָס דײַטשישע וואָרט געווען אַן ערך mantag. וואָס זשע העלפֿט גאָט? אין יענער צײַט האָט מען אויף דײַטשיש געזאָגט mân-tac, מיט אַ לאַנגן a, פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן זיך געריכט. הייסט עס, אַז דאָס הײַנטיקע ייִדישע וואָרט איז געטרײַער דעם מיטל־עלטערישן אָבֿ ווי דאָס דײַטשישע.

טשיקאַװעס

סאָפֿי ווילסאָן, די שאַפֿערין פֿון די קאָמאַנדעס אינעם "אַרם"־פּראָצעסאָר
מיט צוויי חדשים צוריק איז אין באַלטימאָר דורכגעפֿירט געוואָרן די צווייטע יערלעכע קאָמפּיוטערײַ־קאָנפֿערענץ "דער טאָג פֿונעם אָפֿענעם קאָד אויפֿן נאָמען פֿון גרייס האָפּער", ווי אַ טייל פֿון די "גרייס האָפּער פֿײַערונגען" (Grace Hopper Celebration of Women in Computing), וועלכע שטעלט דעם ציל צו ווײַזן דער וועלט, אַז פֿרויען שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און צו העלפֿן די פֿרויען צו פֿאַרנעמען אַ גרעסער אָרט אין דער הײַנטיקער עלעקטראָנישער אינדוסטריע.
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיוטערײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּעטער טאַקע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסטקעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמעריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן.
די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער "העקער"־באַוועגונג, וועלכע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומאָפּהענגיקייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָגראַמען פֿאַרשפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגינעלן קאָד, וועלכער דערמעגלעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָגראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דער לעצטער סדר", פֿון רעכטס: אַביגייל ראָז סאָלאָמאָן, נאַטאַלי קוהן, אַנדי לוסיען, מעליסאַ ברײַנער־סאַנדערס, עריק ט. מיליער
אַזוי ווי איך בין אַ ייִדישע "פֿאָרווערטס"־זשורנאַליסטקע, זוך איך אויס אין שטאָט די ייִדישע פּיעסעס וואָס מען שטעלט זיי אויף ענגליש, און פּרוביר זיי אידענטיפֿיצירן, דעשיפֿרירן און פּאַראַפֿראַזירן, ביז איך דערגיי צום ייִדישן מקור. ניו־יאָרק צייכנט זיך אויס מיט פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס. עס איז זיכער נישט קיין צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די טוריסטן אין שטאָט, נאָר פֿאַרן ייִדישן עולם וואָס וויל זיך דערמאָנען אין עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט זייער קינדהייט, זייער אַמאָליקער היים, זיידע-באָבע, אַ ייִדישן יום־טובֿ וועלכן מען האָט אַמאָל אין זייער לעבן געפּראַוועט אין דער היים. מיט איין וואָרט — נאָסטאַלגיע.
קום איך אײַך דערציילן וועגן דער לעצטער פּיעסע וואָס איך האָב בײַגעוווינט, וואָס הייסט "דער לעצטער סדר," און איך האָף, אַז זי וועט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל אויב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, וועל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס.
זעענדיק "דער לעצטער סדר" האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון יעזוסעס "די לעצטע וועטשערע," וואָס לעאָנאַרדאָ דע־ווינטשי האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן מאָלערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַרשפּאָרט צו לײַדן כּמעט צוויי שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס די דראַמאַטורגין דזשעניפֿער מייזעל האָט פֿאַרפֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט.