- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער דײַטשער אונטערנעמונג, די פּראָפֿעסאָרן מאַריאַן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, צוזאַמען מיט די פּראָפֿעסאָרן אפֿרת גל־עד און ראָלאַנד גרושקאַ, לערערס אין דײַטשע אוניווערסיטעטן, האָבן רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן די זאַמלונג פֿון 650 זײַטן. דער פֿאַקט וואָס דײַטשלאַנד איז געוואָרן אַ צענטער, אויב נישט דער צענטער, פֿון ייִדישיסטיק הײַנט, איז שוין לאַנג אַ פֿאַקט, און נישט קיין נײַעס. דער דײַטשער סימפּאָזיום איז די איינציקע יערלעכע אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אויף דער וועלט. אינעם גאַנצן באַנד באַמיט מען זיך אָפּצודרוקן די ייִדישע טעקסטן אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, און עס קומט די אַרויסגעבער אַ יישר־כּוח, וואָס זיי האָבן דאָס געהאַלטן פֿאַר וויכטיק. דער באַניץ פֿונעם וואָרט "הײַנט" אינעם טיטל פֿון אַ ווערק אָדער רעקאָרדירונג (אין די 1950ער און 1960ער יאָרן האָבן עטלעכע פּלאַטעס פֿון דזשעז־מוזיק געהייסן "דזשעז, הײַנט!") טראָגט מיט זיך אַלע מאָל אַ סכּנה, ווײַל ביז דאָס בוך אָדער פּלאַטע ווערט אַרויסגעגעבן איז דער "הײַנט" שוין "נעכטן". צי וועט מען אין 25 יאָר אַרום צוריקקוקן אויף דעם באַנד און באַטראַכטן די אויסגאַבע ווי אַן עכטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט אין 2012? אין יעדן קלאַס און אויף יעדער לעקציע וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע דערמאָנט דער לערער, צי דער רעדנער, אַז ייִדיש האָט דרײַ עקוויוואַלענטן פֿאַרן ענגלישן (לייען: אַמעריקאַנישן) store: "קראָם", "קלייט" און "געוועלב". נישט אומזיסט האָט די באַקאַנטע לערערקע און רעדאַקטאָרשע שבֿע צוקער אַ מאָל קאַטאָוועסדיק אַ זאָג געטאָן, אַז "אַדוואי קענען מיר ייִדיש בעסער פֿון אונדזערע באָבעס און זיידעס. אָט האָבן זיי געהאַט בלויז צו איין וואָרט פֿאַר store, בשעת מיר אַלע קענען גאַנצע דרײַ: קראָם, קלייט, געוועלב". די מוזיקאַלישע איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט מאַרטין לוטער קינגס רעדע וווּ ער האָט געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע קומען אַרויס פֿון שקלאַפֿערײַ, מיט דעם לאָזונג: "איך האָב אַ חלום!" (I have a dream). גלײַך נאָך דער רעקאָרדירטער רעדע, פֿאַלט דער רעפֿלעקטאָר אויף אַ זינגערין, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר, וואָס מען רופֿט דאָ־הי "דזשינס"־הויזן, מיט אַ שוואַרץ העמדל, מיט אַ צעפּלאָשעטן קאָפּ האָר, וואָס מען רופֿט דאָ אָן "אַפֿראָ." די חבֿרהמאַנטע הייבט אָן מיט כּל־נדרי, אויסטײַטשנדיק עס מיט דזשעז, און באַלד גייט זי אַריבער צו אַ ליד וואָס האָט צו טאָן מיט "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס," און ווען זי ענדיקט, דערוויסט מען זיך ערשט, אַז זי איז די טאָכטער פֿונעם גאָר באַרימטן אַקטיאָר־פֿאַרווײַלער און מאָנאָלאָגיסט — ריטשאַרד פּרײַער. כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך געדענקען דעם קאָמיקער. איך געדענק אים גוט, ווײַל ער איז אויפֿגעטראָטן אין די זעכציקער יאָרן אויף דער טעלעוויזיע. גאָר אַ באַגאַבטער קאָמעדיאַנט געווען, פֿול מיט טאַלאַנט, קאָמיזם און פֿאַרווײַלונג. איך דערמאָן זיך אויך די ביטערע בשׂורה, אַז דער חבֿרהמאַן, דער לץ, האָט זיך אונטערגעצונדן וועלנדיק באַגיין זעלבסטמאָרד. די זאַך איז אים אָבער נישט געלונגען, אָבער קיין שטיק געזונט איז אים דערפֿון אויך נישט צוגעקומען.
Travelogues of a New York Jew
וואָס זשע האָב איך פֿון דעם הײַנט-צו-טאָג? גאָרנישט, אַ חוץ אַ קאָפּדרייעניש. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווילן זיך גלײַך טיילן מיט דער גאָרער וועלט, ווען זיי דערהערן אָדער דערשמעקן עפּעס אַ נײַעס (שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איך האָב די טריבונע פֿון “פֿאָרווערטס") אָדער ווען זיי מאַכן אַ פֿרישן פֿאָטאָ פֿון זייער קאַץ. מיט אַנדערע ווערטער, איך בין נאָך אַלץ ניט — לויט אַלע סימנים — פֿון דער קאַטעגאָריע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט, און האָבן נאָך אַלץ, אַפּנים, אין זינען מאַרק צוקערבערג. אין דעם זין, געהער איך נאָך אַלץ, אויב איר ווילט, צו מיטלעלטער און פֿאַרשטיי פּשוט ניט די מענטשן וואָס אַנטוויקלען אַן אמתע “פייסבוק"-מאַנקאָליע. פּסיכאָלאָגן האָבן זיך שוין אויסגעלערנט צו דערקענען סימפּטאָמען פֿון דער דאָזיקער קרענק, וואָס איז איינע פֿון אַ סך אַזעלכע אינטערנעץ-מאַנקאָליעס. אַפֿילו אָן “פֿייסבוק" פֿאַרברענג איך, למשל, זייער אַ סך צײַט בײַם קאָמפּיוטער. די בליצבריוו אַליין נעמען דאָך אָפּ אַ שטיקל לעבן. צו באַגרענעצן עס טראָג איך אין מײַן קעשענע אַן אַלטפֿרענקישן טעלעפֿאָן, אָן אַן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ-וועלט. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך באַשלאָסן צו געבן אַ קורס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט טאַקע געווידמעט די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט דעם ייִדישן עולם לייענער אין אונדזערע קרײַזן, שוין אָפּגערעדט פֿון די סטודענטן. איך האָב אומישנע דערמאָנט אַ פּאָר פֿון אונדזערע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין אונדזער אָפּטיילונג, אַז איך גרייט זיך צו געבן אַ קורס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע שרײַבער און דיכטער וואָס גייען פֿאַרלוירן צווישן די קלאַסיקער. האָבן זיי מיר דערלאַנגט אַ לאַנגווײַליקן בליק און זיך אָפּגערופֿן: "דו מיינסט מסתּמא מענדעלען, שלום־עליכמען און פּרצן." "ניין!" האָב איך זיך אָפּגערופֿן, "איך מיין די פֿאַרנאַכלעסיקטע ליטעראַטן." "פֿאַראַן אַזוינס בײַ אונדז?" — האָבן זיי מיך אָנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן. אַ שאלה אויף אַ מעשׂה צי ס׳איז פֿאַראַן. דאָ רעדט זיך וועגן אַ פּלעיאַדע פֿון ליטעראַרישע קינסטלער, און צווישן זיי יעקבֿ פֿרידמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, מה־יפֿית, משה נאַדיר, לעאָן קאָברין, יאָסל קאָטלער, אליעזר שטיינבאַרג, אורי־צבֿי גרינבערג, אַבֿיעזר בורשטיין, יאַנקל יאַקיר, חיים גרינבערג, מאיר חרץ, שיקע דריז, שוין אָפּגערעדט פֿון איציק מאַנגערן, יעקבֿ גלאַטשטיינען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, יוסף קערלערן, און זיי אַלע באַשײַנען אונדזער ליטעראַרישן אָלימפּ." אַ סך קלאַסישע מפֿרשים פֿרעגן טאַקע די דאָזיקע קשיא. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז ס׳איז בעצם אַ רעטאָרישע קשיא, וואָס יעדער ווייסט שוין דעם ענטפֿער דערויף. די תּורה רעדט נישט בלויז וועגן ייִדן, דערפֿאַר הייבט זי זיך אָן דווקא מיט אַלמענטשלעכע ענינים. און כאָטש אַ סך פּרשיות אינעם חומש האָבן צו טאָן מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצוות, קאָן מען נישט איגנאָרירן די אַרומיקע וועלט און מע קאָן פֿון יעדן תּורה־ענין אָפּלערנען אַן אוניווערסאַלן לימוד. מע ווייסט דאָך, אַז אין דער קריסטלעכער וועלט ווערט דער תּנ״ך אָנערקערט ווי אַ הייליקער ספֿר, וואָס דינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מחשבֿה פֿאַר פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע דענקער און קינסטלער במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר. אַדרבה, זענען די קלאַסישע ייִדישע פּירושים אויף דער פּרשה "בראשית" אָפֿט די לענגסטע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה. יעדער פֿילט, למשל, אַז די מעשׂה וועגן אָדם און חוה איז אָנגעלאָדן מיט "70 פּנימער" פֿון פֿילזײַטיקן באַדײַט, וואָס יעדער מענטש קאָן אין איר געפֿינען עפּעס אַ חידושדיקע פּערזענלעכע עצה. דאָס, וואָס מע פֿרעגט כּלערליי קשיות וועגן דעם אָרט, וואָס די מעשׂה־בראשית פֿאַרנעמט אין דער תּורה, איז אַ קלאָרער אָנווײַז אויף דעם, אַז זי בלײַבט אייביק וויכטיק און רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען. אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם בילד איז מיט אַ בלײַער אָנגעשריבן: "דאָס אויפֿהענגען לעאָ פֿראַנק". פֿראַנק, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן דערהרגענען אַ ווײַסע, נישט־ייִדישע אַרבעטאָרין פֿון זײַן פֿאַבריק, די 13־יאָריקע מערי פֿייגען, איז דער איינציקער ייִד, וואָס איז אַמאָל געלינטשט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון אָנהייב אָן האָבן ס׳רובֿ מענטשן געהאַלטן, אַז פֿראַנק איז אומשולדיק, און אַז אַ שוואַרצער סטרוזש פֿון דער פֿאַבריק, דזשים קאָנלי, האָט דערהרגעט פֿייגען. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער לינטשערײַ, איז מיט דרײַ חדשים שפּעטער, ערבֿ־דאַנק־טאָג, באַנײַט געוואָרן די ראַסיסטישע אָרגאַניזאַציע "קו־קלאָקס־קלאַן", און שפּעטער איז געגרינדעט געוואָרן די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע". דער פֿאַרקויפֿער פֿונעם בילד, אַ פּריוואַטער זאַמלער אין ניו־יאָרק, וועלכער האָט געבעטן צו בלײַבן אַנאָנים, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט געקויפֿט די פֿאָטאָגראַפֿיע מיט יאָרן צוריק, און זעענדיק, אַז ער וועט עס קיין מאָל נישט אויסשטעלן אין זײַן הויז ("ס׳איז צו מאַקאַבריש," האָט ער באַמערקט), האָט ער זיך געוואָנדן צו די גרעסטע ליציטאַציע־הײַזער, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט. "די טעמע איז צו קאָנטראָווערסיעל," האָט ער געזאָגט. ניין, אַזוי קען ניט זײַן. אַז דער קריטיקער זעט עפּעס גוטס, דאַרף ער מודה זײַן דעם גאַנצן אמת און זאָגן אָפֿן פֿאַר אַלעמען פּשוט: ס׳איז טאַקע גוט. און שוין! מער ווילט זיך ניט שרײַבן. ער קען שוין אַריבערגיין אויף אַן אַנדער טעמע. אָבער עס מאַכט זיך אַ מאָל, אַז ער זעט עפּעס וואָס איז ניט סתּם גוט, נאָר זייער, זייער גוט, ממש אַן אויסנאַם, וואָס אַזוינס האָט ער נאָך קיין מאָל אין זײַן לעבן ניט געזען. אין דעם פֿאַל האָט ער ווידער מזל, ווײַל וועגן אַזאַ פּיעסע איז יאָ דאָ וואָס צו זאָגן. און אַזאַ פּיעסע איז "זכרונות פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער", געשריבן פֿון מרים האָפֿמאַן, וואָס אַבֿי האָפֿמאַן האָט געשפּילט פֿיר מאָל, פֿונעם 9טן ביזן 12טן סעפּטעמבער, בײַ דער "פֿאָלקסבינע". איציק מאַנגער איז כּידוע ניט געווען קיין גרויסער צדיק. דערפֿאַר אָבער שטעלט מיט זיך פֿאָר זײַן לעבן און שאַפֿן אַן אינטערעסאַנטן מאַטעריאַל פֿאַר דער בינע. דאָס בילד אַליין איז געשמאַק איבערצודערציילן: אַ גרויסער שרײַבער טענהט זיך אויס מיט גאָט און מיט זיך אַליין, טרינקט דערבײַ אויס אַ פֿלעשל ווײַן, און זינגט פֿאַרן עולם וועגן זײַנע אַוואַנטורעס. אָבער אַ בילד אַליין איז ניט גענוג אין טעאַטער, עס ווענדט זיך אינעם שפּילן און זינגען. אַבֿי האָפֿמאַן טוט אָן די ראָלע פֿון מאַנגער ווי אַ זײַדענע הענטשקע, זי פּאַסט אים זייער. ער ווייסט תּמיד די גרענעץ צווישן שפּילן און ליצנות, אַפֿילו ווען ער שפּילט אַ שיכּור. דער עולם פֿאַרלירט קיין מאָל ניט די עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג און פֿילט מיט די גאַנצע צײַט. געשען איז עס אין אָדעס, וואָס איז בכלל געווען אַ יוצא-מן-הכּלל צווישן רוסישע שטעט, מחמת משׂכּילים האָבן דאָרטן מער ווי אין אַנדערע ייִשובֿים געשפּילט די ראָלע פֿון דעה-זאָגערס. ערשטנס, איז זייער צאָל געווען אַ היפּשע, עס האָבן זיי אַהין צוגעצויגן די עקאָנאָמישע מעגלעכקייטן פֿון דעם נײַעם ים-פּאָרט. צווייטנס, איז אָדעס געווען אַ נײַע שטאָט, געגרינדעט אין יאָר 1794. דאָס האָט געמיינט, אַז קיין שטאַרקער, אַלטגעזעסענער ייִדישער טראַדיציאָנעלער עסטאַבלישמענט איז אין אָדעס ניט געווען. צווישן די אָנגעפֿאָרענע ייִדן איז געווען אויך אַלכּסנדר צעדערבוים — אַ געבוירענער אין זאַמאָשטש, לובלינער גובערניע. זאַמאָשטש האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון דער דײַטשישער גרענעץ, אַזוי אַז אידעען פֿון דער מענדעלסאָנישער השׂכּלה האָבן געדאַרפֿט דורכמאַכן זייער אַ קליינעם וועג, כּדי אָנשטעקן דעם היגן עולם. צעדערבוימס פֿאָטער איז געווען אַ זייגערמאַכער, אָבער אויך אַ למדן און אַ משׂכּיל. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָט אַלכּסנדר באַקומען אַ גוטע צוגרייטונג סײַ אין ייִדישע זאַכן, סײַ אין אַלגעמיינע לימודים. ער האָט גוט זיך אויסגעלערנט פּויליש און דײַטש, האָט אונטערגעכאַפּט אַ ביסל פֿראַנצויזיש, אָבער מער פֿון אַלץ — העברעיִש. די מדינה פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ מדינה פֿון האַרן און שקלאַפֿן; פֿון אייגנטימער מיט פּריוואַטע עראָפּלאַנען, וואָס נעמען זיי וווּהין זיי ווילן, און פֿון די, וואָס האָבן נישט קיין געלט אויף אַן אויטאָבוס; אַ מדינה אַ מנוּוולטע, וואָס הייסט אונדז צו בלײַבן רויִק". די דאָזיקע ציטאַט איז גענומען געוואָרן פֿון אַ מאַניפֿעסט פֿון אַן אויסגעטראַכטער אַנאַרכיסטישער גרופּע אין ישׂראל, אין דעם פֿילם "השׁוטר" ("דער פּאָליציאַנט", 2011). אָט די גרופּע, אַ מין ישׂראלדיקע ווערסיע פֿון דער דײַטשישער באַדער-מיינהאָף באַנדע, פּלאַנירט איבערצוקערן דעם סדר-העולם דורכן פֿאַרכאַפּן דרײַ ישׂראלדיקע מיליאַרדערן און אַזוי צו געווינען די רעוואָלוציע. פֿון דער אַנדערער זײַט, שטייען די עליטישע פּאָליציי-כּוחות פֿון דער מלוכה, וואָס זייער אַרבעט איז אויפֿצוהאַלטן מיט כּוח דעם איצטיקן סאָציאַלן סדר. אַזוי שאַפֿט דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט נדבֿ לפּיד — דאָס איז זײַן ערשטע פֿולמעטראַזשיקע אַרבעט — דעם הויפּט קאָנפֿליקט אין זײַן פֿילם, וואָס די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל, דעם 12טן יולי 2011. צוויי טעג שפּעטער האָט דפֿני ליף אויפֿגעשטעלט איר געצעלט אין מיטן פֿון דער ראָטשילד-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ. קאָמיש איז, אַז בײַם אָנהייב האָט דער ישׂראלדיקער פֿילם־אַמט געוואָלט באַגרענעצן די עלטער פֿון די קוקער פֿון 18 און העכער; אַ באַשלוס וואָס מע האָט שפּעטער אָפּגעשאַפֿן, אָבער לכתּחילה האָט מען אים געהאַט אָנגענומען, אויס מורא צו פֿאַרפֿלאַנצן אין די קעפּ פֿון די יונגע ישׂראל־פּראָטעסטירנדיקע נאָך מער ראַדיקאַלע געדאַנקען. פֿונעם טייטלבוים איז דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען PHOENIX dactylifera — גרעקיש-לאַטײַנישע ווערטער מיטן טײַטש, מסתּמא, ׳פֿעניקישער טייטל-טרעגער׳. די פֿעניקיער זענען דאָך געווען אַ סעמיטיש פֿאָלק בײַם מיטל-ים; פֿון זיי האָבן די גרעקן געקענט באַקומען דעם טייטלבוים. דאָס אַלט-גרעקישע וואָרט פֿאַרן טייטל, וואָס ס׳איז אויך דער אָבֿ פֿונעם רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען, איז daktylos — ׳פֿינגער; טייטל׳. (ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָס דאָס וואָרט פֿאַר ׳פֿינגער׳; וועגן הײַנטיקן גרעקישן וואָרט פֿאַר ׳טייטל׳ וועט באַלד קומען צו רייד.) פֿאַר וואָס ׳פֿינגער׳? אַ פּנים, וואָרן די פֿאָרעם פֿון אַ טייטל איז ענלעך צו אַ פֿינגער. דאָס הײַנטיקע ענגלישע וואָרט איז, פֿאַרשטייט זיך, date, נאָר מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען אויף ענגליש געזאָגט finger apple. אַז אויף גרעקיש איז ׳נאַכט׳ — nikta און ׳אַכט׳ — okto, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָגט מען אויף ייִדיש נישט "דאַכטל", נאָר "טייטל"? צוליבן לינגוויסטישן פּרינציפּ, אַז קרובֿישע ווערטער, פֿון איין שטאַם, אַנטוויקלען זיך אויף אַן אַנדער אופֿן ווי נישט-קרובֿישע לײַווערטער. וואָלט דאָס ייִדישע וואָרט געוואָקסן פֿונעם זעלביקן מקור וואָס דאָס גרעקישע, וואָלט מען אפֿשר געזאָגט *דאַכטל אויף ייִדיש, Dachtel* אויף דײַטשיש. נאָר דווקא ווײַל ס׳איז אַ לײַוואָרט, זאָגט מען אויף דײַטשיש Dattel, כּמעט אידענטיש מיטן שפּאַנישן dátil, אַ שטייגער. |