- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נו, מע לעבט מער נישט לויט דעם ביבלישן שׂכל פֿון "אָבֿות יאכלו בוסר ושיני הבנים תּקהינה" (די טאַטעס וועלן מער נישט עסן קיין נישט־צײַטיקע פֿרוכט, אַז דעם קינדערס ציין זאָלן קאַליע ווערן", אָדער לויטן ווערטל: "טאַטע-מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ"). דער דאָזיקער כּלל האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרעלטערט, כאָטש אַזוי גלייבן מיר. דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר "היטלערס קינדער" (Hitler’s Children בלע"ז), וואָס זײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, באַהאַנדלט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די אָפּשטאַמלינגען פֿון די העכסטע נאַצישע קאָמאַנדירן לעבן הײַנט מיטן עבֿר פֿון זייערע משפּחות. דער פֿילם באַשטייט פֿון לאַנגע אינטערוויוען אָדער, בעסער געזאָגט, מאָנאָלאָגן, מיט אַזעלכע פּאַרשוינען ווי רײַנער העס, דאָס אייניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ. רײַנער ווערט פֿילמירט בעתן פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן קיין אוישוויץ, און דאָרט רעדט ער מיט די ישׂראלדיקע תּלמידים און מיט אַ לעבן-געבליבענעם פֿון חורבן — אַזאַ מין סליחות-פֿעסטיוואַל. ס׳אַ טרויעריקער פֿאַקט, אַז אין פּוילן זענען געבליבן נישט בלויז אַזוי ווינציק ייִדן, נאָר אין די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן הונדערטער יאָרן געלעבט, בלײַבן נאָך זיי קנאַפּע רעשטלעך: די שילן זענען פֿאַרברענט געוואָרן, די בית־עולמס אָפּגעווישט אָדער פֿאַרוואָקסן, בתּי־מדרשים, מיקוואָת אד״גל איבערגעניצעוועט, איבערגעבויט אָדער גלאַט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אין הײַנטיקן פּוילן איז דווקא רעלאַטיוו גרינג צו געפֿינען וואָס ס׳איז יאָ דאָ — אין די שטעטלעך און אויף די מאַפּעס פֿיגורירן שוין אונדזערע אָביעקטן, אַנדערש ווי מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען כ׳בין ס׳ערשטע מאָל געקומען אַהער — אָבער אַז ס׳איז דאָ אַ סך, קען מען נישט זאָגן. נאָר לאָמיר בעסער איבערלאָזן די פּסיכאָלאָגיע און אַריבערגיין צום לשון. ייִדן האָבן אין פּוילן אויך געהאַט אייגענע נעמען פֿון שטעט און שטעטלעך, טײַכן, אַפֿילו גאַסן. אויף אַ פּשוטער מאַפּע, אָבער, געפֿינט מען נישט קיין ייִדישע נעמען. דאַרפֿן מיר מאַכן אַן אייגענע מאַפּע. אינעם ייִוואָ אַרבעט איך איבער אַזאַ פּראָיעקט — קודם, צונויפֿשטעלן אַ רשימה ייִדישע ערטערנעמען פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, דערנאָכדעם אַרײַנשרײַבן די נעמען אויף דער מאַפּע. וועט מען הלוואַי אין גיכן זען אַ ייִדישע מאַפּע אויף דער אינטערנעץ. דאָ אין פּוילן פֿאַרנעם איך זיך מיט אַן אַרבעט וועגן ייִדישע שרײַבער פֿון לאָדזש און אַרום, פֿיל־ווינציקער פֿון דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער לאָדזשער וואָיעוואָּדשאַפֿט. איז מיט איין קוק אויף דער מאַפּע דערזעט מען צענדליקער אַזעלעכע פּוילישע נעמען, וואָס מע ווייסט, אַז ייִדישע עקוויוואַלענטן האָבן זיי אויכעט. און אַז מע פֿאָרט מיט דער באַן איבער פּוילן, ווילט זיך אַרויסנעמען אַ פּען און צוגעבן די סטאַנציעס זייערע ייִדישע נעמען... געשען איז די געשיכטע אין יאָר 1991 אין חיפֿה, אין צײַט פֿון דער גאָלף־מלחמה, ווען די "סקאַד"־ראַקעטן זײַנען געפֿלויגן, און ,דער עיקר, האָבן זיי אָנגעגריפֿן דעם שפּיטאָל. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מיש־מאַש, ווען צוויי עופֿעלעך וואָס מען האָט על־פּי־טעות פֿאַרביטן. דאָס ייִדישע קינד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי פֿון די שטחים, אין דער משפּחה פֿון ליילאַ און סאַיִד אַלבעזאַאַז (אַרין אָמאַרי און כאַליפֿאַ נאַטור), און דאָס אַראַבישע קינד — אין די הענט פֿון ייִדישע עלטערן, אָדית און אַלון זילבערמאַן (עמנואלה דעוואָס און פּאַסקאַל ערבע) אין תּל־אָבֿיבֿ. דער אַראַבישער בחור, דער ייִד, הייסט עס, איז יאַסין (מעהדי דעבהי), און יוסף זילבערמאַן — דער ייִד (יוליס סיטרוק). ווען די צוויי בחורים קומען צו דער עלטער פֿון אַכצן, דערוויסן זיי זיך, אַז זיי געהערן נישט צו דער משפּחה, מיט וועלכער זיי האָבן אָפּגעלעבט זינט זייער געבורט. די טאַטעס, נאָכן דערוויסן זיך, זײַנען מלא־רציחה, נאָר די מאַמעס נעמען עס אויף בשתּיקה, ליבלעך און רעזיגנירט. די קינדער האָדעווען זיך בײַ איבערגעגעבענע עלטערן. דאָס גרויס וווּנדער קומט פֿאָר מיטן ייִדיש־אַראַבישן בחור יאַסין, וואָס כאָוועט זיך בײַ די אַראַבישע עלטערן, בײַ אַ טײַערער און איבערגעגעבענער מאַמע. דער טאַטע איז אַ מעכאַניקער און האָט ליב מוזיק. הײַנט פֿאַרריכט ער די מאָטאָרן פֿון צעקאַליעטשעטע אויטאָס. דער געראָטענער און שיינער בחור זייערער יאַסין שטודירט מעדיצין אין פּאַריז און האַלט בײַם ווערן אַ דאָקטער. יוסף ווידער, דאָס אַראַבישע ייִנגל, וואָס כאָוועט זיך בײַ די ייִדישע עלטערן, פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם און ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ און האָט ליב מוזיק. ווען ביידע בחורים באַגעגענען זיך נאָך דעם ווי זיי געפֿינען אויס, אַז מען האָט זיי פֿאַרביטן, הייבן זיי אָן צו באַקענען זיך, דערוויסן זיך וועגן זייערע משפּחות, ברידער און שוועסטער. אַ בריוו פֿאַר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס“
A Message to Forward Readers
Travelogues of a New York Jew
בכלל, אויף דעם גורל פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך קען מען דאָך אַ קוק טאָן “פּאָזיטיוו": די 75 טויזנט אומגעבראַכטע ייִדן האָבן אויסגעמאַכט “נאָר" 24 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און דער דאָזיקער “פּראָצענט" איז נידעריקער אין פֿאַרגלײַך מיט כּמעט אַלע אַנדערע אָקופּירטע לענדער — אַ חוץ: איטאַליע, דענמאַרק און בולגאַריע. מע קען אויך זיך גרויסן (און מע גרויסט זיך) מיט דעם וואָס אין יולי 1942 האָט די פֿראַנצויזישע פּאָליציי פֿון דעסטוועגן ניט אויסגעפֿילט דעם פּלאַן, געשטעלט מצד די דײַטשן. אַרום צען טויזנט “פֿאַרפּלאַנירטע ייִדן" האָבן זיך געראַטעוועט — אַ דאַנק די שכנים, דער זעלבער פּאָליציי און אַנדערע מענטשן. און דאָך האָבן טויזנטער ייִדן געהאַט אַן אַנדער דאָליע, און אויך “אַ דאַנק" שכנים, פּאָליציי און אַנדערע לײַט. און דײַטשן זײַנען אין דעם אַלץ ניט געווען דירעקט אַרײַנגעמישט. איך האָב מורא צו קוקן פֿילמען וואָס באַרירן טעמעס פֿונעם חורבן. און ניט נאָר ווײַל איך לעב שטאַרק איבער. נאָך מער האָב איך מורא זיך צונויפֿשטויסן מיט אַ טאַנדעט צי אַ דורכפֿאַל — מיט פֿאַלשקייט, מיט שמאַלץ, מיט סכעמאַטישקייט. צום באַדויערן, האָט זיך מײַן מורא שוין ניט איין מאָל באַרעכטיקט. אָבער פֿון “שׂרהס שליסל" האָב איך אַזאַ געפֿיל ניט אַרויסגעטראָגן. פֿאַרקערט, מיר האָבן גערעדט דערנאָך צווישן זיך (מײַן טאָכטער האָט אויך געלייענט דאָס בוך פֿון טאַטיאַנאַ דע ראָסניי), אַז נאָר אַזאַ הויכער ניוואָ פֿון קונסט — אי פֿון דער מחברטע, אי פֿון די טוער פֿון קינאָ — איז באַרעכטיקט פֿאַר דער דאָזיקער טעמע. און דאָ, גאָר ניט לאַנג צוריק, באַקום איך אַן אַײַנלאַדונג צו זען נאָך איין פֿילם מכּוח די געשעענישן אין יוני פֿאַר אַ לייענער מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער בילדונג, וועלכער איז גוט באַקאַנט מיטן אַראַמישן טייל פֿונעם תּלמוד, האָבן אַלע אַראַמישע טעקסטן אַ ייִדישלעכן טעם, אַפֿילו ווען די מחברים זענען נישט געווען ייִדן. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי; אַ סך ניט־ייִדישע אַראַמישע טעקסטן זענען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע אָדער דערציילן וועגן דער סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן געוווינט די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן און די חז״ל. די פֿריִיִקסטע אַראַמישע טעקסטן פֿון מיט 3,000 יאָר צוריק, אין אייניקע פֿאַלן אַפֿילו עלטער, דערציילן אַ סך וועגן דער קולטור און דער געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, וווּ ס׳איז אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט די ייִדישע רעליגיע, ווי אויך וועגן דעם לעבן פֿון אַנדערע אוראַלטע פֿעלקער. אַזוי, למשל, אין דער באַרימטער אַראַמישער סטעלע, געפֿונען אין תּל־דן, ישׂראל, אין די 1990ער יאָרן, ווערט דערמאָנט "מלך בית־דוד". אַפֿילו פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד איז גאַנץ קלאָר, אַז אין דער דאָזיקער סטעלע גייט די רייד וועגן אַ מלך פֿון דודס דינאַסטיע, הגם אַ טייל פֿאָרשער פֿון דער סקעפּטישער מחנה באַמערקן, אַז דאָס וואָרט "בית־דוד" איז פֿאַרשריבן בלויז אינעם טעקסט און קאָן מיינען, אין פּרינציפּ, עפּעס אַנדערש. גאָר וויכטיקע ייִדישע דאָקומענטן פֿון דער מיצרישער שטאָט אַלעפֿאַנטינע, אָנגעשריבן מיט 2,500 יאָר צוריק, זענען געפֿונען געוואָרן אויף אַן אַלטן סקלאַד אין עגיפּטן אין אַ וווּנדער־גוטן מצבֿ. איינער פֿון די דאָזיקע כּתבֿ־ידן ווערט געוויזן אינעם אַלט־מיצרישן אָפּטייל בײַם ברוקלינער מוזיי. אַ טייל פֿון די מגילות־ים־המלח איז אויך אַראַמישע, אַרײַנגערעכנט די עלטסטע תּרגומים. אַ מערקווירדיקער טייל פֿון תּנ״ך, ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אויך פֿאַרשריבן אויף אַראַמיש, דער עיקר, אין די ספֿרים פֿון עזרא און דניאל. ווי איך האָב שוין דערמאָנט, הייסט די פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן דערציילן וויצן," וואָס שפּילט שוין איבער אַ יאָר מיט גרויס דערפֿאָלג, אין "וועסטסײַד טהיעטער" אויף דער 43טער גאַס און נײַנטער עוועניו צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. עפּעס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. דאַכט זיך מיר, אַז ביז אַהער זײַנען מיר געווען סטאַטעטשנע און אָנשטענדיקע ייִדן, וואָס מיט דעם טראָגן מיר זיך אַרום דורות־לאַנג, להבֿדיל, אַ מישכּן מיט עטיק און מאָראַל. אַ קלוג פֿאָלק, אַ שעפֿעריש פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק. מיט אַ מאָל קומט אונדז קאַפּויער דאָס אַמעריקע, די פֿרײַהייט, די לויזע באַציִונג צו קינד און קייט. מיר האָבן אײַנגעשלונגען די גאַס אַזוי ווי זי גייט און שטייט. די ייִדישע פּראָסטקייט, גראָבקייט און חזירישקייט, וואָס האָט מסתּמא עקזיסטירט אויך פֿריִער, אָבער בלויז צווישן געוויסע שיכטן ווי בלאַטע, גאַסנפֿרויען און סטראָגער־ייִדענעס. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג באַשטייט העיקר פֿון דערציילן וויצן. אַלטע וויצן וואָס האָבן שוין בערד, נײַע וויצן וואָס קומען פֿון פֿרעמדע קוואַלן — נישט קיין ייִדישע — וואָס הייבן זיך אָן בזה־הלשון: "אַ גלח, אַ רבי און אַ זשאַבע..." איר פֿאַרשטייט דאָך שוין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. כ׳דאַרף דאָך אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל. דער עולם כאַכאָטשעט אויפֿן הויכן קול. מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער פֿון יעדן ברודיקן וויץ וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשנס אַנאַטאָמיע, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. אַלטע ייִדן און ייִדענעס וויצלען זיך וועגן סעקס, מיט דעם וואָס האָט צו טאָן מיטן קלאָזעט, מיט נאַקעטקייט און אָפּפֿירמיטלען. איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן. ס׳איז אַן איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. מיר גייען פֿאַרלוירן צווישן דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿונעם פּראָסטן המון אַמעריקאַנער ייִדן. וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2011, נאָך דעם ווי דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איר טעראַפּעווט און האָט איר געצוווּנגען, בעת דער קאָנסולטיר־סעסיע, צו טאָן סעקסועלע מעשׂים מיט אים. אָנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. לויט געוויסע קוואַלן, האָט וועבערמאַן אויך באַלעסטיקט אַנדערע סאַטמערער מיידלעך בעת זײַן כּלומרשטיקער טעראַפּיע. זינט זײַן אַרעסט, האָט די סאַטמערער קהילה, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבין, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פּעדאָפֿילן, טענהנדיק, אַז ער איז אומשולדיק. אַ וואַקסנדיקע צאָל מענטשן, סײַ פֿון דער חסידישער וועלט, סײַ פֿון נישט־חסידישע קרײַזן, האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן, און פֿאַראַכטאָגן זונטיק האָט אַ גרופּע דעמאָנסטרירט פֿאַר אַ הויז אין פֿלעטבוש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דער סאַטמערער קהילה. די גאַסטגעבער, שימי לאַקס און זײַן פֿרוי, זענען ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון די סאַטמערער געזעלשאַפֿטן, הגם זיי זענען אַליין נישט קיין חסידים. כאָטש דער בענעפֿיט איז נישט געווען ספּעציפֿיש צו העלפֿן וועבערמאַן, האָט דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, ירחמיאל לאָפּין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאָג וואָס קריטיקירט שאַרף די סאַטמערער שטיצע פֿון וועבערמאַן — דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די מנדבֿים וויסן, אַז די סאַטמערער קהילה פֿאַרטיידיקט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון קינדער; בפֿרט, אַז דער ערן־גאַסט פֿונעם בענעפֿיט איז געווען נישט ווייניקער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין. אפֿשר מיינט איר, אַז אַרויסרופֿן עמעצן אויף אַ דועל איז ניט לויטן אַמעריקאַנער נוסח, אַז אונדזער מלוכה שטיצט זיך נאָר אויף געזעצן, ניט אויף געוואַלד־מעשׂים, קען איך אײַך ברענגען אַ משל פֿון אונדזערע “גרינדער־פֿאָטערס", וואָס האָבן געשאַפֿן די רעפּובליק: אונדזער ערשטער פֿינאַנץ־מיניסטער, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז אומגעקומען אין אַ דועל מיטן וויצע־פּרעזידענט אַראָן בור אין 1804. אַפֿילו דער “גרויסער באַפֿרײַער", אייברעהעם לינקאָלן, איז געגאַנגען אויף אַ דועל אין 1842, נאָר צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט אָן קרבנות. אַמעריקע שטאָלצירט מיט אַ לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿירער און גענגסטערס וואָס שיסן כּסדר איינער אויפֿן צווייטן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. ס׳איז דען דאָ נאָך אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט צו טראָגן געווער ווערט באַשטעטיקט אין דער קאָנסטיטוציע? דווקא מיט דעם פּונקט זײַנען ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן — אָבאַמאַ און ראָמני — מסכּים. ( אַ ספּעציעלער אינטערוויו מיט עליק אלחנן, פֿון דער שיף "עסטעל" קיין עזה ) איין מאָל אַ טאָג דורך אַ סאַטעליט האָבן די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף "עסטעל" (Estelle), וואָס געפֿינט זיך די טעג ערגעץ וווּ אינעם מיטללענדישן ים אויפֿן וועג קיין עזה, אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ. אַזוי, דורכן דורכשרײַבן זיך, איז געפֿירט געוואָרן מײַן געשפּרעך מיט עליק אלחנן. עליק איז אַ שלום-אַקטיוויסט אין ישׂראל, און דערצו קען ער ייִדיש פֿון זײַנע ייִדיש־לימודים. האָבן מיר אויסגעניצט די דאָזיקע געלעגנהייט און געמאַכט דעם ספּעציעלן אינטערוויו. וואָס איז דער ציל פֿון אײַער מיסיע? וויפֿל מענטשן געפֿינען זיך אויף דער שיף? פֿון וואַנען קומען זיי? פֿון סאַמע אָנהייב האָב איך עס פֿאַרטײַטשט ווי זײַן (און, אַגבֿ, גאָר ניט אוניקאַל “זײַן") רעאַקציע אויף דער גוואַלדיקער סאָציאַלער און קולטורעלער איזאָלירטקייט, וואָס ער (און — נאָך אַ מאָל — ניט נאָר ער אַליין) האָט געפֿילט אין אַמעריקע. אַזעלכע ווי אָפּאַטאָשו האָבן זיך געקאָכט אין די אייגענע — אידעאָלאָגיש־צעברעקלטע און גאַנץ אָפּגעריסענע פֿון זייערע לייענער — אינטעלעקטועלע קרײַזן. און די דאָזיקע קרײַזן זייערע האָבן ווייניק, צי גאָרנישט, געהאַט צו טאָן מיטן ענגליש-רעדנדיקן הויפּטשטראָם. דער מצבֿ איז געווען, און נאָך מער אויסגעזען, אַנדערש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן, און דער ייִדישער שרײַבער, בפֿרט אַזאַ ווי אַפּאַטאָשוס חבֿר פּרץ מאַרקיש, האָט געהערט אויך צו אַלגעמיינע קולטורעלע קרײַזן. איך בין געווען צופֿרידן צו געפֿינען אַן ענלעכן “דיאַגנאָז" אין אַן אַרטיקל פֿון דעם זשורנאַליסט (געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש) ישעיהו קלינאָוו, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער ייִדישער פּרעסע-וועלט, ביז 1933 אין בערלין, דערנאָך אין ארץ-ישׂראל. טאָמער עמעצער זוכט אַ קלוגן אַנאַליז פֿון פּראָ-סאָוועטישקייט פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן, לייענט קלינאָווס “פֿאַר וואָס גייען זיי אַוועק?" אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “דער ייִדישער קעמפֿער", דעם 16טן נאָוועמבער 1934. |