- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער "אַרבעטער־טאָג", האָט פּרעזידענט בוש פֿאַרטיידיקט זײַנע שטײַערשניטן, ווי דאָס בעסטע מיטל צו העלפֿן די אַמעריקאַנער אַרבעטער. "מיר דאַרפֿן אײַנפֿירן די שטײַערשניטן ווי אַ פּערמאַנענטע זאַך," האָט בוש באַמערקט. "כ׳האָב ליב צו זען ווי מענטשן פֿאַרדינען, און קענען אַרײַנלייגן מער געלט אין קעשענע, אַ דאַנק די שטײַערשניטן." דער אָנהייב פֿון דער פּרשה לערנט אונדז וועגן דער מצוה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פֿרוכטן פֿון זײַנע גערטנער און פֿעלדער, האָט אַ ייִד געדאַרפֿט ברענגען אין בית־המקדש. "ביכּורים להשם" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פּירות דאַרף אַ ייִד אַוועקגעבן צו השם. ווען איז אַ ייִד מחויבֿ צו מקיים זײַן אָט־די מצוה? — זאָגט דער ערשטער פּסוק פֿון דער פּרשה: "והי׳ כי תּבֿוא אל הארץ וגו׳ וירישתּה וישבֿת בה" — און ס׳וועט זײַן, אַז דו וועסט קומען אין לאַנד (ארץ־ישׂראל) און דו וועסט זי באַהערשן און זיך באַזעצן אין איר (דעמאָלט, פֿירן אויס די פּסוקים) זאָלסטו ברענגען "ביכּורים". דער זומער קומט שוין צום סוף, אָבער פֿון אַ ביסל זומערלעב האָט מען נאָך געקענט געניסן אין די לעצטע וואָכן פֿון אויגוסט אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל, די "קאַנאַדישע קעטסקילס". דאָרטן, אין אַ זומער־קאָלאָניע פֿון "בני־ברית", קומען זיך צונויף יאָר־אײַן, יאָר־אויס, כּמעט 500 ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור און פּראַווען דעם יערלעכן "קלעזקאַנאַדע"; אַ זיבן־טאָגיקע אונטערנעמונג אָנגעפֿילט מיט וואַרשטאַטן, לעקציעס און קאָנצערטן. דאָס יאָר — צווישן אַנדערע סורפּריזן — איז דער זינגער טעאָדאָר ביקעל אויפֿגעטראָטן, צוזאַמען מיט אַ צוויי טוץ מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען געקומען קיין קאַנאַדע צום צווייטן יאָר אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד. צווישן דער גרופּע געפֿינען זיך אַזוינע באַקאַנטע און נאָוואַטאָרישע זינגערס, ווי פּסוי קאָראָלענקאָ און וואַניע זשוק פֿון מאָסקווע; די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק און דער פֿידלער סטאַניסלאַוו רײַקאָ פֿון כאַרקאָוו, דער זינגער און ייִדיש־לערער מאָטל גאָרדאָן פֿון מאָסקווע. הגם דאָס באַוווּסטע לידל, "אוי, אוי, אוי, שיכּור איז אַ גוי", חזרט איבער דעם סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן טרינקען נישט, איז דאָס שוין אַ היפּש ביסל פֿאַרעלטערט. די אַלקאָהאָל־פּראָבלעם איז הײַנט פּונקט אַזוי נוגע די ייִדישע משפּחות, ווי די גוייִשע, און איז אַפֿילו אַן אָנגעווייטיקטער ענין בײַ פֿרומע ייִדן, בפֿרט אין די יום־טובֿים שׂימחת־תּורה און פּורים. הגם אַ הער־אַפּאַראַט קען ממשותדיק פֿאַרבעסערן דאָס געהער, איז עס נישט תּמיד גרינג זיך צוצוגעוווינען צו אים. אָט זענען דאָ עטלעכע רעקאָמענדאַציעס פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט וועגן טויבקייט און אַנדערע הער־פֿעלערן": מײַן זון, נפֿתּלי, וועלכער שטודירט אין "בראַנדײַס־אוניווערסיטעט", האָט לעצטנס געמאַכט אַ געשמאַקן קוגל פֿון מערן און אָפֿענעס (blueberries), וואָס ער האָט פֿאַרזוכט בײַם אָרטיקן חב״ד־הויז. אָט איז דער רעצעפּט: עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש אַזוי שטאַרק ליב, אַז זיי טראָגן זיך אַרום מיטן געדאַנק צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. בײַ די חסידים איז דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער אַ טאָג־טעגלעכע זאַך, און עס זײַנען נאָך הײַנט פֿאַראַן משפּחות פֿון "ייִדישיסטן", וווּ טאַטע־מאַמע האָדעווען אויס אַ נײַעם דור אויף מאַמע־לשון. אָבער פּראַקטיש גערעדט: ווי אַזוי געפֿינט מען אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אָדער אַ בחור, מען זאָל קענען דערציִען די קינדער? דער זומער איז געקומען צום סוף, און צוזאַמען מיט אים האָבן זיך פֿאַרענדיקט די וואַקאַציעס. אָבער די מענטשן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, וועלן באַגלייט ווערן דאָס גאַנצע יאָר מיט די האַרציקע, ברידערלעכע געפֿילן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעטראָגן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל זומער איז די בעסטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־ברודערשאַפֿט. מײַנע ליבע מענטשן, זײַט גליקלעך, וואָס איר קענט זיך הײַנט לערנען ייִדיש אין אַזאַ שיין אָרט ווי פּאַריז. הונדערטער סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט זײַן באַרימטער מעדעם־ביבליאָטעק — די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין מערבֿ־אייראָפּע. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר אין צענטער במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט מען הײַיאָר דאָרט אויך דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע פּאַריזער אינטענסיווע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַזוי האָבן אויך די באַזוכער פֿון אויסלאַנד געהאַט די געלעגנהייט צו פּראַווען ייִדישקייט אין אַ פֿראַנצויזישן נוסח. |