- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף הצדיקס ברידער האָבן זיך אַ צווייט מאָל אומגעקערט אין מצרים און געקומען אין הויז פֿון יוסף הצדיק; און יוסף האָט אָנגעזאָגט דעם אויפֿזעער פֿון זײַן הויז, ער זאָל צוגרייטן אַ מיטאָג־מאָלצײַט פֿאַר זײַנע ברידער. דערציילט דער פּסוק, אַז יוסף האָט אים געזאָגט די ווערטער: "...וטבֿוח טבֿח והכן..." (דער איינפֿאַכער טײַטש: ׳און שעכט אַ שעכטונג און גרייט צו׳); און אין גמרא ווערט דערקלערט, וואָס עס מיינען אָט די ווערטער, וועלכע באַטאָנען דאָס שעכטן און צוגרייטן — אַז "טבֿוח טבֿח" מיינט "פּרע להן בית השחיטה" (צו ווײַזן די ברידער אַז ס׳איז געווען אַ כּשרע שחיטה, ווי דאָס דאַרף זײַן על פּי דין); און "והכן" מיינט "טול גיד הנשה בפֿניהם", אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער נעמט אַרויס דעם גיד הנשה. דאָס הייסט, אַז יוסף הצדיק האָט באַפֿוילן מ׳זאָל צוגרייטן אַ כּשרע סעודה.
אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים. אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען. מיט אַ חודש צוריק האָט זיך געדרוקט אינעם מאָדע־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" אַ רעצעפּט פֿאַר אַ ברויט, וואָס מע דאַרף אין גאַנצן נישט קנעטן. איך האָב עס געוואָלט אויספּרוּוון, נאָר כ׳האָב געדאַרפֿט צו ערשט קויפֿן די ריכטיקע כּלי, אין וועלכער צו באַקן דאָס ברויט. דער מחבר פֿונעם רעצעפּט האָט געהייסן ניצן אַ שווער־וואָגיקן טאָפּ פֿון 6 ביז 8 קוואָרט (צווישן 5.5 און 7.5 ליטער) מיט אַ דעקל, און רעקאָמענדירט, אַז דער טאָפּ זאָל זײַן געמאַכט פֿון טשוגון, קעראַמיק, אַ לאַקירטן שטאָף אָדער אַ שווער גלאָז, וואָס מע קען אַרײַנשטעלן אין אויוון (פֿון דער פֿירמע Pyrex).
די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן שטאַרק ליב צו גיין אויף ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, צי דאָס איז בייסבאָל, פֿוטבאָל, קוישבאָל אָדער טעניס, און די פֿרומע זענען נישט קיין אויסנאַם. נישט קיין חידוש, וואָס אַ סך רבנים הייבן אָפֿט אָן זייערע דרשות מיט אַ משל פֿון אַ באַרימטן ספּאָרט־שפּילער אָדער אַ געוויסן פֿאַרמעסט, כּדי צו מאַכן זייערע דבֿרי־תּורה מער פֿאַרשטענדלעך.
אין דער פּרשה דערציילט די תּורה, אַז דער מלאך (עשׂוס "שׂר" אין הימל) האָט געזאָגט צו יעקבֿ אָבֿינו: "לא יעקבֿ יאמר עוד שמך, כּי אם ישׂראל" — ס׳וועט נישט געזאָגט ווערן, אַז יעקבֿ איז דײַן נאָמען, נאָר ישׂראל. געזאָגט האָט דאָס דער מלאך ווען יעקבֿ האָט זיך געראַנגלט מיט אים און האָט אים נישט אָפּגעלאָזט ביז דער מלאך וועט אים בענטשן. דעם מלאכס ברכה איז טאַקע געווען די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם מלאך, אַז יעקבֿס נאָמען וועט זײַן ישׂראל — "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל" — ווײַל דו האָסט באַהערשט שטרײַטנדיק מיט אַ מלאך און מיט מענטשן (לבֿן און עשׂו) און דו האָסט זיי בײַגעקומען (אינעם נאָמען ׳ישׂראל׳ זײַנען דאָ די אותיות פֿון ׳שׂרית׳, ׳שׂר׳).
|