- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי כּמעט יעדעס יאָר, בין איך דעם ווינטער געפֿאָרן צו מײַן טאַטן אין סיינט־לויִס פּראַווען ניטל (נישט אויף קיין ייִד געדאַכט). קיין פֿרומער גוי איז ער נישט, גייען מיר נישט אין קירך און יאָשקע מישט זיך בכלל נישט אַרײַן. אָבער אַ בוים מיט דעקאָראַציעס האָבן מיר יאָ, ווי אויך אַ געשמאַקע ניטלדיקע סעודה. לאַנגע שעהען קוקן מיר פֿוטבאָל אויף טעלעוויזיע — אַזוי ווי אונדזערע חכמים הייסן, לערנט מען דעם טאָג נישט קיין תּורה. מיר טרעפֿן זיך, געוויינטלעך, מיט פֿרײַנד — צווישן זיי אויך ייִדן — טיילן זיך מיט קליינע מתּנות, און עסן נאָך אַ ריזיקן מאָלצײַט. "קיין שום ייִדישע פֿרוי דאַרף מען ניט לערנען ווי צו מאַכן טיי אָדער קאַווע. דאָך, דאַרף מען זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אי טיי, אי קאַווע טאָר ניט פֿאַרקאָכן לאַנג. פֿונעם שטיין אַנטוויקלען זיך אַזוינע שעדלעכע מאַטעריאַלן ווי טעיִן און קאַפֿעיִן. ווען די טיי פֿאַרקאָכט זיך גוט, דאַרף מען דעם סענץ אָפּציִען און האַלטן אים אין אַ ריין טשײַניקל. צושיטן טיי צו די אַלטע בלעטלעך איז זייער שלעכט, אי פֿאַרן געשמאַק, אי פֿאַרן געזונט." "דאַנקען גאָט, ס’איז שוין ווידער שטיל געוואָרן!", זאָגט מיר יענע וואָך מײַנער אַ שכן. אונדזער געגנט איז בדרך־כּלל אַ שטילע, נאָר איך ווייס פּונקט וואָס ער מיינט. פֿון זינט באַלד נאָך "דאַנקטאָג" (ד״ה סוף־נאָוועמבער) ביז באַלד נאָך "נײַיאָר" (סוף ערשטע וואָך פֿון יאַנואַר) ווערט אונדזער רויִק, חנעוודיק און זייער ייִדישלעך שטעטל פֿאַרוואַנדלט אין אַ טיפּיטשנע גוייִש דאָרף. וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר? "טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט. "אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען’. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס’ [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ." אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען משה רבנו און אַהרן הכּהן האָבן געדאַרפֿט גיין צו פּרעה מלך מצרים און בײַ אים מאָנען ער זאָל אַרויסלאָזן די ייִדן פֿון מצרים, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משהן: אויב פּרעה וועט פֿון זיי בעטן אַ מופֿת, אַן איבערנאַטירלעכן אַקט ווי אַ באַווײַז, אַז דער אויבערשטער האָט זיי טאַקע געשיקט — זאָל דעמאָלט אַהרן וואַרפֿן פֿאַר פּרעהן דעם שטעקן און ער וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שלאַנג. אַזוי האָט טאַקע אַהרן געטאָן — ער האָט געוואָרפֿן דעם שטעקן און ער איז געוואָרן אַ שלאַנג. אָבער פּרעה האָט דאַן גערופֿן זײַנע "חכמים" און די כּישוף־מאַכער, וועלכע האָבן אויך געוואָרפֿן זייערע שטעקנס און זיי זײַנען געוואָרן שלענג. דער סוף איז אָבער געווען, אַז ווען די שלאַנגען זײַנען צוריק געוואָרן שטעקנס, האָט אַהרנס שטעקן אײַנגעשלונגען די שטעקנס פֿון די כּישוף־מאַכער.
דאָס איז, אַגבֿ, אַ רעצעפּט וואָס מע קען גרינג צופּאַסן צו אַנדערע גרינסן. דעם קאַליפֿיאָר, למשל, קענט איר אויסבײַטן אויף צעשניטענע סטרוטשקעס (green beans) אָדער מערלעך. און נאָך איין זאַך: געוויינטלעך, בײַם אָפּפּרעגלען די קערעלעך אינעם הייסן בוימל, ווערט אַ רויך אין קיך. האָב איך דערפֿאַר אַן עצה: עפֿנט די פֿענצטער אָדער שטעלט אָן אַ ווענטילאַטאָר איידער איר הייבט אָן קאָכן...
דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.
די פּרשה שמות הייבט זיך אָן מיטן דערציילן וועגן דעם גלות מצרים, ווי יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אַראָפּגענידערט אין מצרים: "ואלה שמות בני ישׂראל הבאים מצרימה וגו׳" — און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די בני ישׂראל, וואָס זײַנען געקומען אין מצרים. און עס ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען: ראובֿן, שמעון, לוי און אַזוי ווײַטער. איז מערקווירדיק, אַז דער מדרש (שמות רבה א, ה) זאָגט גאָר אויף דעם: "על שם גאולת ישׂראל נזכּרו כּאן", אַז זייערע נעמען ווערן דאָ דערמאָנט אין שײַכות גאָר מיט דער גאולה; און אין המשך פֿון דעם ענין טײַטשט דאָרט דער מדרש אויספֿירלעך, ווי יעדער נאָמען פֿון די שבֿטים איז מרמז אויף דער גאולה. צי דען איז דאָס אַלץ געשען מיט מיר? דאָס האָט מען מיך געשטעלט צו דער וואַנט אינעם קיראָוואָגראַדער לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע, ווען די רוצחים האָבן אַנטדעקט, אַז איך בין אַ ייִד? דאָס בין איך געזעסן אין "געסטאַפּא" און זיך שוין געזעגנט מיטן לעבן? |